בלאט 7 פון 14
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 12:18 pm
דורך מבקר
פלעין יודיש האט געשריבן: ספר מאור האפלה (קיקט אויס ווי א ספר פון איינער פון די ראשונים)
זעה דא זיין ביאגראפיעפלעין יודיש האט געשריבן:שישי מילידי הענק האט אזוי געהייסן ציליב דעים וואס ער איז געבוירן געווארן מיט זעקס פינגער אויפן הענט און אויפן פיס
דא ווערט עס אראפ געברענגט
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 12:32 pm
דורך ברוך שאמר
איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 12:47 pm
דורך מבקר
ברוך שאמר האט געשריבן:איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?
וואס איז דיין שאלה? אדורך צו קוקן א גאנצע לאנד דויערט סך לענגער ווי איין שטאט יריחו, און גיין פון נאנט צום ירדן איז שנעלער ווי פונעם מדבר.
בדרך אגב, אותו האיש "ישוע" האט נאך דעמאלסט נישט געלעבט
נאר ס'געווען "י-ה-ושע בן נון".
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 3:50 pm
דורך diff
how about
בקר
instead of
מבקר
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 4:38 pm
דורך מבקר
א רעבעצין פירט דאס רעדל-צום גוטן!
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:59 pm
דורך קענער
עס איז ידוע די ווערטל, דער גאנצער חסידות האט מורא פון א קאץ!
?
די חסידים האבן מורא פון דער רבי, דער רבי האט מורא פון די רעבעצין, די רעבעצין האט מורא פון א קאץ
א באקאנטע פאקט אזז רעבעצינס זענען די ריכטיגע מנהיגים אונטער די קוליסן
אבער א רעבעצין וואס ניצט דאס אויס לטובה בלייבט איינגעקריצט אין די היסטאריע מיט גאלדענע אותיות
די גוטע ביישפיל איז די ווייב פון און בן פלת וואס מיט חכמת נשים האט זי אפגעהאלטן און פון ווערן א חלק אין די מחלוקה
און די שלעכטע ביישפיל איז די ווייב פון קרח, כידוע האט איר העצעריי אסאך צוגעלייגט צו די פייער
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:01 pm
דורך רוח קדים
קענער האט געשריבן:עס איז ידוע די ווערטל, דער גאנצער חסידות האט מורא פון א קאץ!
?
די חסידים האבן מורא פון דער רבי, דער רבי האט מורא פון די רעבעצין, די רעבעצין האט מורא פון א קאץ
א באקאנטע פאקט אזז רעבעצינס זענען די ריכטיגע מנהיגים אונטער די קוליסן
אבער א רעבעצין וואס ניצט דאס אויס לטובה בלייבט איינגעקריצט אין די היסטאריע מיט גאלדענע אותיות
די גוטע ביישפיל איז די ווייב פון און בן פלת וואס מיט חכמת נשים האט זי אפגעהאלטן און פון ווערן א חלק אין די מחלוקה
און די שלעכטע ביישפיל איז די ווייב פון קרח, כידוע האט איר העצעריי אסאך צוגעלייגט צו די פייער
זייער שיין! אבער וואס האט דאס מיט טשיקאוו?
פרשת קרח
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:28 pm
דורך מצטמק ויפה
ותפתח הארץ את פיה (טז, לב.)
אין ילקוט שמעוני שטייט אז אפילו א נאָדעל וואס איז געווען געבארגט פאר א צווייטען איז אויך מיט געגאנגען אין די ערד.
לכאורה וואס איז טאקע פשט אז אפילו די נאדלעך זענען מיט געגאנגען? נאר עס שטייט אין ספר גנא דפלפלי, אז די גמרא זאגט אין ברכות אז די לייז וואס קומען צו א מענטש נאכן שטארבן, שפירן אזוי ווי א נאָדעל אויף א לעבעדיגע מענטש. איז דא ביי קרח אז ער איז נישט געשטארבן איז דאך נישט געקומען קיין לייז נו חוטא נשכר?! איז וועגן דעם איז מיט געקומען די נאדלעך, וואס דאס האט זיי געשטאכן, וואס שפירט די זעלבע ווי לייז אויף טויטע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:24 pm
דורך יין שרף
ברוך שאמר האט געשריבן:איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?
רבינו בחייי רעדט דערפון.
רב לכם כי כל העדה כלם קדושים
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:40 am
דורך יין שרף
זאגט די הייליגע אמרי חיים, קרח האט גע׳טענה׳ט אז זיי זענען אלע ערליכע מענטשען, איי פארוואס זעהט מען עס נישט אן אין די עפענטליכקייט? דאס איז ווייל ובתוכם ה׳ זיי האלטן דעם אויבישטען ביי זיך אין הארץ, זיי זענען ״דתי בלב״...
חקת
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:59 pm
דורך ונבנתה העיר
ביי די נחש הנחושת שרייבט דער רמב"ן:
והנראה בעיני בסוד הדבר הזה כי הוא מדרכי התורה שכל מעשיה נס בתוך נס תסיר הנזק במזיק ותרפא החולי במחליא, כמו שהזכירו (מכילתא ויסע א) בויורהו ה' עץ (שמות טו כה), וכן במלח אלישע במים (מלכים ב ב כא).
וידוע מדרכי הרפואות שכל נשוכי בעלי הארס יסתכנו בראותם אותם או בראות דמותם, עד כי נשוכי הכלב השוטה וכן שאר הבהמות השוטות אם יביטו במים יראה להם שם בבואת הכלב או המזיק וימותו כמו שכתוב בספרי הרפואות ומוזכר בגמרא במסכת יומא (פד), וכן ישמרו אותם הרופאים מהזכיר בפניהם שם הנושך שלא יזכרו אותם כלל כי נפשם תדבק במחשבה ההיא ולא תפרד ממנה כלל עד שתמית אותם.
וכבר הזכירו דבר מנוסה מפלאות התולדה כי נשוך הכלב השוטה אחרי שנשתטה בחליו אם יקובל השתן שלו בכלי זכוכית יראה בשתן דמות גורי כלבים קטנים ואם תעביר המים במטלית ותסננם לא תמצא בהם שום רושם כלל וכשתחזירם לכלי הזכוכית וישתהו שם כשעה תחזור ותראה שם גורי הכלבים מתוארים, וזה אמת הוא בפלאי כחות הנפש.
וכשיהיה כל זה כך ראוי היה לישראל נשוכי הנחשים השרפים שלא יראו נחש ולא יזכרו ולא יעלו על לב כלל, וצוה הקב"ה למשה לעשות להם דמות שרף הוא הממית אותם, וידוע כי הנחשים השרפים אדומי העינים רחבי הראש שגופם כעין הנחשת בצוארם ולכן לא מצא משה לקיים מצותו בשרף בלתי שיעשה נחש נחשת כי הוא דמות נחש שרף ואם יעשנו מדבר אחר היה דמות נחש ולא דמות שרף ומה שאמרו מן הלשון הנופל על הלשון כי הזכרת השם בלבד תזיק.
והכלל כי צוה השם שיתרפאו במזיק הממית בטבע, ועשו דמותו ושמו וכשיהיה האדם מביט בכוונה אל נחש הנחשת שהוא כעין המזיק לגמרי היה חי, להודיעם כי השם ממית ומחיה.
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 11:39 am
דורך ברוך שאמר
נישט אויף די סדרה אבער איך האב געהערט די וואך א אינטערסאנטע מדרש אפשר קען מיר איינער זאגן ווי דאס איז וזה החלי "ווען משה רבינו איז געקימען צי די אידן אין מצרים אין ער האט זיי געזאגט (בערל שפתים)אז הגיע זמן גאילתכם האבן די אידן איהם נישט געוואלט גלייבן אבער אזויווי ער האט אנגעהויבן צי ווייזן ווינדער זענען די אידן געגאנגען צי די זקנה הדור סרח בת אשר אין זיי האבן איר געפרעגט וואס מען טיט אין זי האט גענטפערט אז זי האט מקיבל אז די גואל וועט זיין א ערל שפתים !
הנני נותן לו את בריתי שלום
נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 4:02 pm
דורך יין שרף
פארוואס פונקט יעצט האט פנחס באקומען די ברכה פון שלום.
זאגט איינע פון די גור'ע רבי'ס, אז יעצט ווען ער איז געווארן א "קנאי" האט אים ספעציעל אויסגעפעלט די ברכה, ווייל א קנאי איז געווענטליך נישט בשלום מיט אנדערע...
עקב
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:26 pm
דורך ונבנתה העיר
שבט לוי האט נישט באקומען א נחלה אין ארץ ישראל, זיי האבן זיך געשפייזט פון די תרומות ומעשרות וואס זיי האבן געקליבן בבית הגרנות.
דער חת"ס ברענגט ערגעץ ארויס אז למעשה האבן זיי באקומען מער פונעם גאנצן עולם, בעת וואס יעדע שבט האט נאר באקומען א 12'טל פון די פראדוקציע האבן זיי באקומען א 10'טל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:41 pm
דורך איחוד פעלד
טאקע א אינטרעסאנטע נקודה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:51 pm
דורך דריידל
אבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:01 am
דורך איחוד פעלד
דריידל האט געשריבן:אבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
זאג עס פאר די צאלמערס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:58 am
דורך נהורא נפישא
דריידל האט געשריבן:אבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבין של חבירו
ראה
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:41 pm
דורך ונבנתה העיר
כי ירחק ממך המקום וגו' וזבחת מבקרך, פון דעם פסוק לערנט ר' עקיבא (חולין י"ז ע"א) אז די חיוב שחיטה האט זיך ערשט אנגעהויבן אין ארץ ישראל, אין מדבר האט מען נישט געדארפט שחט'ן קיין חולין, בשר נחירה איז אויך געווען מותר.
פרעגט ר' ירמי', וואס איז די הלכה אויב איינער האט אריינגעברענגט בשר נחירה פונעם מדבר קיין אר"י, האט ער עס געמעגט עסן אדער נישט.
זענען דא פוסקים וואס נעמען פון דא א היתר צו עסן אין די ניין טעג פלייש וואס איז איבערגעבליבן פון שבת, וויבאלד עס האט געהאט א שעת היתר אין שבת.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:19 am
דורך דריידל
די בני יששכר אויף חודש תמוז-אב מאמר א' אות י' ברענגט עס. אגב פרעגט ער צוויי קשיות אויף דעם א' פארוואס דוקה דאס וואס בלייבט איבער פון שבת, דאס וואס בלייבט איבער פון פאר די ניין טעג אפילו פון דערוואכן דארף האבן די זעלבע היתר? ב' אז ס'איז נישט דומה ווייל דארט איז נישט געווען קיין חיוב שחיטה אויף די בהמה און די פלייש וואס מ'האט אריינגעברענגט קיין א"י איז געווען אזוי ווי פירות משא"כ די ניין טעג ווי ס'איז דא א איסור אכילה אויף פלייש, וואס זאל העלפן דאס אז ס'איז איבערגעבליבן פון א שעת היתר?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:25 am
דורך דריידל
די ישמח משה די וואך אויפ'ן פסוק פתוח תפתח את ידך ברענגט א דבר חידוש פון די אסיפת זקנים (שיטה מקובצת) אז דאס וואס די גמרא זאגט אז מ'דארף געבן אפילו עבד לרוץ לפניו, דאס איז נאר ביי אן עני שאינו מפורסם אבער טאמער איז באוויסט אז ער איז אן ארעמאן, באקומט ער נאר וואס עס פעלט זיך אויס.
ראה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:59 pm
דורך מצטמק ויפה
כי ירחיב ד' את גבולך וגו' ואמרת אכלה בשר כי תאווה נפשך לאכול בשר וגו' ( יב, כ)
רש"י ברענגט אז די תורה קומט דא לערנען דרך ארץ אז א מענטש זאל נישט עסן קיין בשר נאר מתוך רחבת ידים און עשירות.
די ש"ך על התורה צייכנט צו אז אדם הראשון האט קיינמאל געגעסן קיין פלייש. אזוי אויך אברהם אבינו אזוי וי עס שטייט ויקח חמאה וחלב ובן הבקר אשר עשה "לפניהם" ויאכלו, אבער ער אליין האט נישט געגעסן.
יצחק האט נישט געוואלט הנאה האבן פון זיין אייגן פלייש נאר געשיקט עשיו כאפן פון וואלד.
יעקב איז געווען ביי שם ועבר און בבית לבן האט ער אוודאי נישט געגעסן קיין פלייש.
ביי די בני יעקב שטייט וישבו לאכול לחם. אבער נישט פלייש.
און דאס וואס ביי יוסף שטייט וטבוח טבח והכן זאגט ער איז מן הסתם געווען בשר עוף ווייל אין מצרים האבן זיי נישט געקענט עסן בשר בהמה ווייל עס איז געווען זייער עבודה זרה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:52 pm
דורך ונבנתה העיר
רמב"ן:
וייתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבא בו רוח לאמר "ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני". ויקראו לו הפילוסופים "כהין", ולא ידעו סיבת הענין, אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש, בהתבודדה, תדבק בשכל הנבדל ותתכוין בו.