בלאט 7 פון 10
Re: נטרונא, מצילים אדער רודפים?
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:55 pm
דורך לעיקוואד
מצילים אדער רודפים? אדער אפשר סתם משוגעים?
איינער קלערט אז זיי האבען עפעס א השפעה אויף איינער אינדרויסען פון געגנט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:31 pm
דורך יאיר
זיי זענען גארנישט מער משוגע ווי יעדע גרופע פראטעסטירער וואס שטייען אין די גאסן מיט שילדן אין די הענט און שטעלן אריין מעסעזשעס אין די צייטונג. א שאד נאר אויף אידיש געלט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:07 am
דורך ווייט פיש
לעיקוואד האט געשריבן:איינער קלערט אז זיי האבען עפעס א השפעה אויף איינער אינדרויסען פון געגנט?
זיכער פארוואס נישט.
Re: נטרונא, מצילים אדער רודפים?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:08 am
דורך לעיקוואד
משוגע האב איך געמיינט צו זאגען אפאר קוריאזע אידען טאקע ווי די פרכטעסטירער וואס קיינער נעמט נישט ערנסט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:56 pm
דורך [NAMELESS]
לעניות בני מעיי, ערענסט גערעדט, אפגעזען צו "נטרונא" איז יא אדער נישט מצליח אין זייער קאמפיין איבערצוצייגן די 'אומות העולם' אז יידן מיט ציונות איז נישט ממש די זעלבע, באגייען זיי אמאל זיכער א פאטאלע פעלער. ובכן, אין די היינטיגע וועלט פון פאליטיק איז אנטי-סעמעטיזם זייער נישט פאפולער, אפילו איראן מיט אוקריינע און אנדערע געוועזענע אנטיסמיטישע פעסטונגן און זאגאר סוריע'ס קאדאפי אין דעם נישט לאנגען פארגאנענהייט, האבן פרובירט צו צייגן די וועלט'ס קעמערע לייט ווי נאנט זיי זענען מיט יידן און ווי שיין זיי ארבייטן האנט ביי האנט. פון די אנדערע זייט אבער, אנטי-ישראל סענטימענטן איז גראדע יא גאנץ שטארק אננעמבאר סיי אין אראבישע לענדער און אויך ארום לינק-גענויגטע דעמאקראטיעס, ס'האלט דאס קיינער נישט בסוד.
יעצט אז אויב חלילה זאל פאלן אויף די המצאה פאר וועלעכע שווארץ יאר פון א רעגירונג אפצוטון א שחיטה אויף יידן אין ישראל אונטער וועלעכע אויסרייד, און פון די אנדערע זייט ווארפן א ביינדל פאר די 'נטרונא' יידן אדער אלגעמיינע יידן אין זייער לאנד, איז א גרויסע סכנה אז די וועלטס פארדאמונג זאל נישט זיין גענוג שטארק אויף אפצושטעלן א שרעקליכע שחיטה ובכן דא איז דאך די רעדע נאר פון ציוניסטן, נישט יידן אין אלגעמיין. איז ווער האט דא אונטערגעבעט די רוצח'ישע לעגימיטאציע אויב נישט די חברה 'נטרונא'? ווועלן זיי דען זיך קענען דאן אפוואשן זייער בלוטיגע הענט מורמעלנדיג "ידינו לא שפכו את הדם הזה"?
אויב איינער קען לייגן יידן אין א סכנה אריין זענען עס נאר זיי. אינזאלירטע אנטעסמיטישע אטאקעס איז אלעמאל געווען און אפילו נאך סאך מער ווי היינט, עס האט גארנישט צוטאן מיט וויפיל ציונות ס'איז דא ביי יידן. די סכנה אבער אז די וועלט זאל נאכאמאל פארשווייגן א האולוקאוסט אויף יידן איז נאר אויב 'נטרונא' מיט איראן זאלן מצליח זייט מיטן פראפאגאנדירן פאר די וועלט אז ישראל דאס איז נישט יידן און מיט זיי פירט זיך אן עקסטערן באנק-ביכל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 8:28 pm
דורך שמעקעדיג
איך כאפ נישט דיין שאלה. קודם כל, איז א שחיטה אויף ציונים בארעכטיגט? דו טראכסט אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס ביי אידן בכלליות וועט מען פארדאמען א שחיטה, משא"כ ביי ציונים בפרטיות נישט? שווער צו גלייבן. אדער פארדאמט מען יעדן אדער קיינעם.
אבער צווייטנס והיא העיקר, לשיטתם אז ציוניזם איז גורם שנאת ישראל און אידן איבער די וועלט ליידן דערפון בכל מקומות מושבותיהם, פארוואס זאל מען נישט מוחה זיין דערקעגן? אויב פאסירט רח"ל א שחיטה דארפן זיי זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה? בלויז ווייל זיי פרובירן זיך צו ראטעווען?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 9:04 pm
דורך יתרו
ער מיינט צו זאגן אז קלקלתם איז מרובה ווי תקנתם. אויב איז די ניי-אנטיסעמיטיזים געבויט אויף פאנידער טיילן ציונות מיט אידן דאן זאל דאס זיין די ערשטע פריארעטי פון יעדער וואס זארגט זיך אויף אנטיסעמיטיזים דאס נישט צו צו-לאזן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:איך כאפ נישט דיין שאלה. קודם כל, איז א שחיטה אויף ציונים בארעכטיגט?
ס'קוקט אויס ווי דאס האב איך געשריבן? אזוי נישט קלאר שרייב איך?
צי ס'וועט זיין א שטילערע קול מחאה קעגן א שחיטה אויף יידן אין ישראל ווי ס'וואלט ווען זיין קעגן יידן בכלליות? דאס ווענט זיך ווי ווייט די נטרונא אומ'אחריות'דיגע פיליזאפיע וועט אריינדרינגען אינעם אלגעמיינעם געדאנקענסגאנג. יא ליידער, חרוב מאכן קען א קאץ אויכעט זאגט די וועלט.
שווער צו גלייבן. אדער פארדאמט מען יעדן אדער קיינעם
ס'איז דיר אזא וואונדער? שחיטות איומות גייט פאר טאג איין טאג אויס און א רייע מדינות אין מיטל-מזרח (ובתוכם עזה), אפריקע און צענטרל-אמעריקע, און די "וועלט"? מ'גיבט א בלאז מיט א שפיי פאר די פרעסע און צוריק צום סדר היום והלילה. די איינציגסטע באשוץ וואס מיר יידן האבן אז וואו אימער מ'טשעפעט נאר א ייד גייט עס כמעט נישט דורך בשתיקה איז צו פארדאנקען א געלונגענעם קאמפיין פון נאך די מלחמה אן עד היום הזה אז נעווע"ר אגעי"ן, קיינמאל מער זאל די מערב וועלט שטיין גלייכגילטיג צו יידיש בלוט. זיי, די נטרונא ווילן אז די וועלט זאל יא מבחין זיין בין דם לדם און חלילה "פארשטיין" אז ציונים האבן אן אנדערע הלכה היל"ת.
לשיטתם אז ציוניזם איז גורם שנאת ישראל און אידן איבער די וועלט
און לשיטתינו זענען זיי גורם א סכנת מוות פאר אלע יידן אין ישראל, מחוטב עצך עד שואב מימך, פון א נ-נח אין צפת ביז א משגיח אתרא קדישא אין ירושלים. איך רעד נישט אין זיין נאמען און ער זאל נישט פארקויפן זיינע לאקשן אין מיין נאמען. זיי מעגן וועלן פרובירן צו ראטווען (ראטווען וואס?...) נאר ווען זייערע מעטאדן זענען פארזיכערט פון בלוטיגע תוצאות, אויב דאס זענען זייערע מיטלן זאלן זיי זיך בעסער צוריקזעצן צום על הגאולה און שופך זיין קרעכטצן כמים עד ישקיף וירא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:17 am
דורך ווייט פיש
ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף שחיטה פאר די ציונים, איך מיין אז דעס איז זייער פאפולערסטע מעסעדזש
http://www.truetorahjews.org/videosאיך זוך עס צווישן די שורות איך האב עס דערווייל נישט געפינען, העלף מיר עס זיכען
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:31 am
דורך יאיר
כעלעמער מגיד, תנוח דעתך. שווער צו גלייבן אז נטרונא האט די מינדעסטע השפעות אויף אלגעמיינע פאליטיק אדער אנטיסעמיטיזם.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:34 am
דורך ווייט פיש
יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד, תנוח דעתך. שווער צו גלייבן אז נטרונא האט די מינדעסטע השפעות אויף אלגעמיינע פאליטיק אדער אנטיסעמיטיזם.
קוקסט נישט אויס צו זיין א דערשראקענער
וואס האסטו אזוי מורא אויב זייער מעסעדזש ווערט יא דערהערט אין די אויערן פון גויים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:39 am
דורך יאיר
איך העט ווען נישט מורא געוועזן, נאר כעלעמער האט מורא אויב די אומות העולם העטן מודיע ווערן אז מיר קאנען נישט האבן קיין שייכות מיט די ציונים ביז משיח וועט קומען בהתגלות כבוד שמים עלינו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:42 am
דורך [NAMELESS]
ווייט פיש האט געשריבן:ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף שחיטה פאר די ציונים
די רעדע איז נישט צי זיי בארעכטיגן רציחה אויף ציונים, משוגע זענען זיי נישט, און בלוטדארשטיג אויך נישט (ס'דא געציילטע משוגעים מיט די "גדול המחטיאו" שיטה, אבער ממש יחידים, נישט קיין שייכות מיט נטרונא ווי ווייט באקאנט). די מדובר איז פון פארשפרייטן א מיינונג אז פיינט האבן ציונים הייסט נישט אנטיסעמעטיזם, דאס איז געפערליך אומ'אחריות'דיג ווייל די תוצאות קען זיין זייער בלוטיג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:44 am
דורך ווייט פיש
ווייט פיש האט געשריבן:ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף א נייע סארט אנטיסעמיטיזעם, איך מיין אז דעס איז זייער פאפולערסטע מעסעדזש
http://www.truetorahjews.org/videosאיך זוך עס צווישן די שורות איך האב עס דערווייל נישט געפינען, העלף מיר עס זיכען
איבערגעפרעגט בנוסח אחר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
נאכאמאל, נישט "בארעכטיגן", "אפצוטיילן" אנטיסעמעטיזם פון אנטי ישראל (וואס נעמט אריין א זעקס מיליאן יידישע בירגער דארט).
דאס איז זייער אפיציעלע מעלדונג אויף די אלגעמיינע ראדיא נעטווארקס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:48 pm
דורך ישראל קאפקע
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:נאכאמאל, נישט "בארעכטיגן", "אפצוטיילן" אנטיסעמעטיזם פון אנטי ישראל (וואס נעמט אריין א זעקס מיליאן יידישע בירגער דארט).
דאס איז זייער אפיציעלע מעלדונג אויף די אלגעמיינע ראדיא נעטווארקס.
פאקטיש איז אנטי ציוניזם נישט אנטיסעמיטיזם, סוועט דיר נישט העלפן קיין פשעטלעך,
אנטיסעמיטן קענען זיין אנטי ציוניסטן, און אנטי ציוניסטן קענען זיין אנטיסעמיטן,
אנטי ציוניזם איז דאך נישט איקואל אנטיסעמיטיזם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
צוויי זאכן. איינס איך בין נאך בכלל נישט אריין אין די נושא צי ס'איז יא אדער נישט די זעלבע, דערווייל איז די מדובר נאר געווען איבער די סכנה פון מפיץ זיין אזא בשורה. איך וויל נישט אז קיין איין מענטש זאל דערמארדערט ווערן נישט קיין חילוק פאר וואס פאר א פיליזופיא אין די וועלט, אויב די וועלטס בושה געפיל פון אנטיסעמעטיזם איז א געלונגענע געצייג אפצוהאלטן שפיכת דמים, איז פארוואס זאלן די ציוניסטישע יידן זיך נישט קענען שוצן דערמיט.
צווייטענס, נישט יעדע אנטי ישראל איז אן אנטיסעמיט דאס איז אמת. אבער על פי רוב גייט דאס שטארק געקנופט און געבונדען, און זיכער ביי די וואס זייער שנאה צו ישראל איז אונטער באדרויענג ארויסצוקומען לידי מעשה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:12 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:50 pm
דורך איחוד פעלד
וואס האט דייטשלאנד היינט מיט די נאציס?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:15 am
דורך ישראל קאפקע
כאטש איך האלט אויך מער ווייניגער אזויווי דיר לגבי קויפן דייטשע פראדוקטן, זענען דיינע ערשטע צוויי סיבות פארן נישט קויפן קיין דייטשע סחורה נאריש, און זיי ווייזן דיין אבסעסיע מיט מדינת ישראל,
לויט דיין ערשטע טענה מעג מען נישט קויפן פון פראנקרייך און רוב אייראפעאישע לענדער, פון אלע צענטראל אמעריקאנער און רוב דרום אמעריקאנער לענדער, און פון אלע מוסלעמענער לענדער, און פון אסאך דרום מזרח אזיאטישע לענדער,
דיין צווייטע טענה איז דאך סתם אזוי שטותים,
נישט צו קויפן פון די דייטשן איז א געפיל זאך, די שאלה איז וויאזוי א איד 'קען' קויפן פון א פאלק וואס האט אויסגע'שחט'ן מיליאנען אידן נישט קיין גאנצע זעכציג יאר צוריק, כאטש וואס א אפיציעלע בויקאט גייט דיר גאר נישט העלפן צו נידערן אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד, ס'קען נאר פארשארפערן אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:53 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:14 am
דורך ישראל קאפקע
אבער אין דייטשלאנד זענען די דעמאנסטראציעס געווען נישט האלב אזוי גרויס אדער היציג ווי אין פראנקרייך,
ווילסט מיר פארקויפן אז די סיבה נישט דו קויפן דייטשע סחורה איז וועגן אנטי מדינת ישראל פראטעסטן?
איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיגע סיבה, אבער לויט דיר אז די סיבה איז אנטי מדינת ישראל פראטעסטן איז דא לענדער מיט פיל ערגער פראטעסטן,