נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:15 pm
יאשקע נישט (גיי ווייז אויף אז ער האט נישט געהאט א טאכטער), והוא הדין לש"ץ, ואפשר פראנק.
ווער זיכער יא? דער הייליגער זיידע לוט.
ווער זיכער יא? דער הייליגער זיידע לוט.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=5891
פיטומי מילי האט געשריבן:הרב 1 הודעה,
פאר איך לייק וויל איך זעהן צו איך בין אייניג מיט דיר,
די זאגסט אלע חסידות איז די זעלבע קולט ווי העלבראנץ, נישט העלבראנץ איז עני טיים אזוי הייליג ווי אנדערע חסידות
venus האט געשריבן:http://m.youtube.com/watch?sns=fb&v=RvHedNL6isQ
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:פיטומי מילי האט געשריבן:הרב 1 הודעה,
פאר איך לייק וויל איך זעהן צו איך בין אייניג מיט דיר,
די זאגסט אלע חסידות איז די זעלבע קולט ווי העלבראנץ, נישט העלבראנץ איז עני טיים אזוי הייליג ווי אנדערע חסידות
איך זאג ביידע. אזוי וועלן מיר אפשר ביידע לייקן
מיין נקודה איז ווי די וועלט זאגט עס איז איין טעפל נאר מיט א אנדער דעקל. אין וועגן דעם אפעליר איך צו כלל ישראל די שנאת חנם זאל זיך סטאפן. מיר זענען אלע די זעלבע. אויב זענען אינז גיט זענען זיי גיט וכן להיפך. זיי זענען אינזערע ברידער. יעצט בעת צרה מיזן מיר העלפן. סזייער נישט מענטשליך צי אויסשפייען די אייגינע ברידער.
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:ער לייגט נישט כלל ישראל אין צרות מער ווי סטמער אדער אייזיק מספינקע.
ער זאל אויפגעבן די קולט איז נישט א עצה עס איז א פרייע וועלט ער מעג האלטן וואס ער וויל אין זיינע מענטשן מעגן גלייבן אין וועם זיי ווילן גענוי ווי אלע חסידותן.
פיטומי מילי האט געשריבן:ערשטענטס איך האב געזאגט ״זיי״ מיינענדיג אלע רבי׳ס
צווייטנס אז זיין ״קולט״ איז אויף צרות דארף קיינער נישט רחמנות האבן ווען ער דער ״ארז״ פארזענליך איז אויף צרות טאמער ער איז בכלל א איד אולי דארף מען העלפן,
חוץ אז ער גייט אריין אין כלל פין לא מעלין ולא מורידין
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:פיטומי מילי האט געשריבן:ערשטענטס איך האב געזאגט ״זיי״ מיינענדיג אלע רבי׳ס
צווייטנס אז זיין ״קולט״ איז אויף צרות דארף קיינער נישט רחמנות האבן ווען ער דער ״ארז״ פארזענליך איז אויף צרות טאמער ער איז בכלל א איד אולי דארף מען העלפן,
חוץ אז ער גייט אריין אין כלל פין לא מעלין ולא מורידין
א יוד דארף זיך אננעמן פאר א צווייטן יוד ווען ער איז אין א צרה. דאס פארלאנגט די תורה אזוי איז עטיק אין אזוי פארשטייט די געפיל.
ערגער ווי די אפריקנר פאלאשן זענען זיי נישט. ווען די פאלאשן זענען ארויף קיין ארץ ישראל האט איינר געפרעגט ר משה פיינשטין צי זיי זענען יודן האט ער זיך אויפגערעגט. זיי זענען זיך מוסר נפש מיט זאגן אז זיי זענען יודן אין די פרעגסט צי זאלסט זיי העלפן? קודם העלף און נאכדעם זיי מברר.
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:אקעי די וואס טענהן זיסע פנימער מיט דעם קען איך טאקע נישט טענהן גראדע האב איך יא געזעין דארט זייער בחןטע קינדערלאך אבער על טעם וריח אין להסתווכח אבער לאמיר נעמן די אנדערע זאכן וואס זענען ביזדערווייל אויסגישמוסט דא אין ארים.
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:1. זיין פאגלייבט אין א רבי אין געטריי צים חסידות. וואס דארף מען אפילו רעדן דערפין די ווייטאג שרייט געניג. אין חסידות אשר אין שם מתים איבעראל קימט מען מיט די זיסע טענה "מיזט נישט אבער אויב די ווילסט דא ואוינען/בעלאנגן מיזטו זיך צישטעלן" יעדער חתמט אויף צעטאלאך צי מהאלט יא דערביי צי נישט יעדער ווערט דיקטירט פין זיין קהל אויף אלע הינזיכטן ווער רעדט נאך פין די וואס האבן א שטעטל ווי קרית יואל סקווירא
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:2. שווארצע קליידער, איז לאמיר דיר פרעיגן מיט שפיצל אדער סיי וואס שייטל עס זאל זיין ביסטו יא נרמאל אין ציויליזציע? מיט לאנגע שמאלע געפאסטע טו-פיס דאסטר טאר מען נישט גיין אבער איז דאס נארמאל? ביי וועם פינקטליך? יא פאר דיר יא אין דיין בובל שטייט עס דיר גיט אבער בעיני הבריות איז דאס נארמאל? א רעטעך זיי לאכן פון אינז אלע. [אמאל בין איך געווען אין רוסלאנד האט מיר א גוי געזאגט אז אין זיין שטאט איז מען שוין פארגעשריטן ס'דא א בית הכסא אינמיטן שטאט ווי יעדער קען גיין. אין זיין חברס שטאט-צייגנדיג אויפן שותף זיינעם- איז גארנישט דא יעדער מיז גיין אין חצר, אוודאי האב איך אים קאמפילימנטד אבער צי זיך האב איך רחמנותט ביידע די זעלבע].
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:3. לימודי חול. סנישט קיין סוד אז מען לערנט אין ערגעץ נישט, דער פרעזידנט נאמען וועט מען טאקע וויסן ווייל דער ראסיסט טאטע האלט אין איין קרעקן דזאוקס אויף זיין חשבון אבער פרעג דעם בחור ווער דער ווייס פרעזידענט איז, ווער רעדט נאך פין קונגרס סענעט סטעיט וכהנה, די נקודה איז אין חדר לערנט מען נישט, די שיקסע וועט פינקט אזוי זיין צימישט ביים באזיכן עני חסידישר חדר פינקט אזוי ווי אין לב טהור
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:4. געזינט, פונגוס פיס. די קינדער האבן געהאט פונגוס א גיטע טענה אבער קוקט אהער זיי האבן גסטאפט באדעקן די פיס, לאמיר זעין אז אינז זאלן סטאפן גיין אין מקוה ווייל דארט איז דא מער פונגוס ווי וואסער לאמיר זעין אינז זאלן סטאפן מציצה בפה ווייל טויזנטער קינדער האבן באקימן הערפיס. טאקע נאר געציילטע געווען טויטליך אבער סתם קינדער געשעט נישט גארנישט מיט הערפיס..., אינז סטאפן? אבארווייז, בלומבערג איז א נאצי היטלר אבער מיר וועלן זיך נישט רירררררררררררררררן קיין סוס כל שהוא.
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:5. אוועקנעמן קינדער פין עלטערן, לויט ווי זיי זאגן איז דאס געווען ווייל דער שטיב איז ציבראכן, איך אליינס האב מיטגעהאלטן ווי א רב האט אוועקגענומן קינדער ביים געבורט אין אזא פאל. די סקול פארשיקט מיידלך בעל כרחם פין די עלטערן קיין מנצסטר לונדון אנטוורפן ארץ ישראל ווייל די שטיב איז שווער, סדא ווי מגייט נאך ווייטר מען באשילדיגט די טאטע איז מזנה בבתו און מען נעמט אוועק אלע קינדער רח"ל. רעד נאר צי די וואס ווייסן.
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:6. געצוימטע עסן. לאמיר נישט אנפאנגן צי ציילן וויפיל פרוכט פיש אין אפילו פלייש מען האט אינז לעצטנס געצוימט און דאס איז שוין פין נאך די געצוימטע כשרות דייעט סתם אזוי. וואס עפעס פינקט ביי רייז אין אייער ווערט עס פאני?
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:פארוואס נאר וואס אינז זענען אויפגעוואקסן איז כשר? איז נארמאל? פארוואס איז דארט ווי אינז האבן געשטעלט דעם קו דארט איז נארמאל אבער א טראפ ארויפציה איז שוין עקסטרים? פארוואס נאר אינזער רבי קען זאגן מסורה אויף יעדע נייע זאך אשר לא שערום אבותינו אבער יענער מעג נישט?
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:איך בעט טיטאניק ציוני חזקי' וכל אחד בשמו יבורך צי ענטפרן אבער ביטע רעדן צים זאך ענקערע קללות מיט וויצן האט מען שוין געהערט. איך זאג נאכאמאל איך בין אין לב טהור קיינמאל געווען וועל קיינמאל נישט זיין אי"ה
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:פשוט אזוי ווייל איך רעד וויליאמסבורג יודיש איז יעדער וואס רעדט אנדריש צוהאקט. ווילאנג באשטייט שוין מיין יודיש? מערסטנס 3 דורות אבער דאס איז געניג אויף זיך צי האלטן גרעסר פין יעדן וואס רעד נישט ווי מיר. איך וועל אייך מעתיק זיין יודיש בריוון פון סטמר רב זצ"ל איר וועט עס נישט קענן ליינן.
אין וואס איז יודיש בכלל? א שפראך צוהאקט אין גגנבט פון 7 אנדירע שפראכן. א שפראך וואס קוים א טיפה מן הים פין די וועלט פאפילאציע רעד אדער קען. אבער ווען דער גוי וועט לאכן פין מיין צוהאקטע אנגליש וואס ביליאנן מענטשן רעדן אדער קענן איז ער א ראסיסט א אנטיסעמיט ימח שמו.
די כלל איז הסתכל מאין באת ואין אתה בא לידי שנאה.
איך וועל זיין צוריק אין א צווייטר געלענגהייט איה.
ציוני האט געשריבן:(1 נייע הודעה) האט געשריבן:אקעי די וואס טענהן זיסע פנימער מיט דעם קען איך טאקע נישט טענהן גראדע האב איך יא געזעין דארט זייער בחןטע קינדערלאך אבער על טעם וריח אין להסתווכח אבער לאמיר נעמן די אנדערע זאכן וואס זענען ביזדערווייל אויסגישמוסט דא אין ארים.
ציוני האט געשריבן:כמו"כ לענינינו, ווען מ'פירט איין גזירות, אויב איז מען א ערליכער איד, און פירט זיך אלעס ע"פ תורה, און דינט דעם באשעפער 24/7 דאן ווען ער פירט איין א נייע זאך, איז דאס עקסעפטע"ט, אבער איינער וואס איז כל כולו מופרך משורשו, און זיין עבר איז לוטה בערפל, זיין הוה איז מוסתר במסתרים, און דערצו זענען צענדליגע רבנים ארויס קעגן אים, און ס'דא אסאך געליטענע פון אים, וואס וויינען אויף אים, צענדליגע משפחות האט ער צובראכן, והרשימה עוד ארוכה.
דאן זעהט מען אז דאס איז נישט קיין טלית שכולה תכלת, און דעריבער עקסעפ"ט מען נישט זיינע נייע תקנות וחרמות, בפרט ווען דאס קומט נאכן ארויסברענגען אז גאנץ כלל ישראל איז נישט גערעכט מיט זייער לבוש, מיט זייערע הידורים, און "נאר אונז" זענען גערעכט (גראדע די נוצרים זענען אויך געגאנגען אין דעם מהלך, און די דייטש'ן ימש"ו אויך, אז נאר זיי זענען די ריינע ראסע)