נשלח: מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:43 pm
איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
זייער אימפרעסיוו!!
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=6093
חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
וואלווי האט געשריבן:ואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
וואלווי האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
רשעות אין באבוב
ווי דער קעפל שרייט, קומען די פאר שורות ארויסברענגען פאר דער וואס ווייסט נישט, און מיינט אז ער איז ב"ה א באבאווער חסיד וואס פירט זיך תחת דגלו פין רבינו שליט"א, און אלעס פירט זיך ווי עס באדארף צו זיין, און טאמער וועט אים אמאהל באטרעפען די רשעות פין די אמת'ר מנהיגים פין באבוב, רעדט זיך דער מענטש איין אז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל עס איז דאך דא רבינו שליט"א, און ערגעסטען פאל וועט ער אריין גיין אל הקודש פנימה און זיך אויסרעדען דאס הארץ, און דער פראבלעם וועט ווינדערליך ווערען אויפגעלעזט. אוי, דער איינרעדעניש, דער רב וועט דיר נישט העלפען, טאמער וועסטו זיין א בעל מזל, וועט ער דיר זאגען אז ער וועט זיך אריין טוהן אין דער נושא, און צום סוף וועט ער זיך אפשאקלען, און זאגען אז ער קען זיך נישט שלאגען מיט די מנהל/ת קאקער/ס, ווייל זיי זענען נישט מסכים צו טוהן זייער ארבעט אויב מען גיבט זיי נישט פולע בעלות זיי זאלען קענען טוהן לפי מדת רשעתם, אבער געוועהנליך וועט איר צו דעם אויך נישט זוכה זיין, נאר צו א געהעריגע איגנארענץ וכו'.
און דער אמת'ר שאלה איז, פארוואס האבען מיר בוחר געוועהן אין דעם? האט קיינער נישט געזעהן דער מהלך מראש?
וועט קומען איינער און זאגען עס איז נישט דער רב אליין, עס איז דער, יענער, (מענדל קען מען דאך שוין נישט זאגן), איז לאמיר ענק נאך זאגען אן אלטע חסידישע ווארט, אתו עמו כלומר אליו, מען זאגט דער ווייב (ווער געדענקט נישט ביים רב ז"ל ווי דער הרבנית הצדקנית איז געוועהן דער פאנטשינג בעג), מען זאגט דער גבאי, אבער כלומר אליו, אלס איז אים אליין, ער איז שולדיג אין אלעם.
און אפילו אויב דער מעשה רשעות וואס איר הערט, וואס ווערען נתרבה ווי די שוואמען רח"ל, איז נישט דירעקט רבינו שליט"א, וויסען זאלט איר, און וויסען זאל ער, אז ער איז שולדיג אין אלעמען. אונז אלע, די סאביעקטען, די חסידים, די מערטשענדייז, זענען וואלנערבעל מענטשען, מענטשען וואס קענען זיך נישט באשיצען פין די רשעים אין טשארדזש, און ווען מען טוט אויסניצען מענטשן אין דעם מצב, איז עס א עוון בל יכופר, און אפילו ערגער פין עבודה זרה, די סאמע ערגסטע עבירה אין די תורה, וואס עס קומט מיתה אויף דעם, און נישט נאר פאר דער וואס איז עובר די עבירה, נאר אפילו פאר זייערע קינדער און אייניקלעך.
ואותו הרגת בחרב בני עמון, און דאס איז געוועהן דורך שליחות, און דורך תירוצים פין מורד במלכות, די אלע תירוצים מיינען גארנישט ווען מען ניצט אויס און מען פייניגט מענטשען וואס זענען וואלנערעבעל, מענטשען וואס האבען נישט צו וועמען צו שרייען, איז עס והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני, און דער אויבערשטען זאגט וחרה אפי והרגתי אתכם ונתתי וכו', קוקט אליין נאך דער ענדע פין דער פסוק.
די רשעים בראש, זענען לאו דוקא שלעכטע מענטשען אין אנדערע תחומים, זיי קענען ארום גיין מיט דער הנחה אז זיי זענען מוכרח צו טוהן די רשעות צוליב דער טובת הכלל, און זיי האבען דאך זייער ליב דער כלל, און ווער גיבט זיי דער לייסענס אנצוגיין מיט דער מעשה רשע? טראכט נישט ווייט, און איר וועט וויסען דער תשובה.
איז נעמט אייך ארויס א מוסר השכל, דער רבי אויף וועמען איר האט בטחון אז ער וועט אייך העלפען ווען עס קומט אייער עת צרה, איז נישט דא, נישט אינטרעסירט, און וועט נישט צולייגען זיין פינקי דיך צו העלפען ווען דער צייט קומט.
זייט מתפלל צום אויבערשטען אז די רשעים זאלען האבען א מפלה, יכרת ה' כל שפתי חלקות, און ווען איר זאגט תהלים אין אלול, און איר האט א פסוק וואס רעדט וועגען די רשעים, דערמאנט זיי ביי די נעמען, און זייט מתפלל אויף דער כבוד שמים וואס וועט נתרבה ווערען, ווען די מענטשען וואס פייניגען זייערע סאביעקטען וועלען האבען א מפלה.
חתם סופר האט געשריבן:.
אויך א מענטשלעכער כת"י ביי לאטיינישע בוכשטאבן.חתם סופר האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
שיינע שריפט, שיין געשריבן, מענטשליך, פראפעשאנעל. וויפיל חסידישע יונגעלייט פון 27 קענען אזוי שרייבען?
קורקלענד האט געשריבן:ווער האט עס געקויפט?