בלאט 7 פון 50

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 6:35 pm
דורך signout
וויליאמסבורגער האט געשריבן:פרישע פאשקעוויל

זעהט אויס אז אפילו די טשעק פאר די סוקרוקים האט אויך געקראכט

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 9:01 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:14 pm
דורך יידל
שפתים ישק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:געקויפט. געליינט. דערקוויקט.

דער מאמר "וויאזוי זענען די תלמידי רבי עקיבא נפטר געווארן" איז א קאפי פעיסט פון הרב ר' אברהם קורמאן ז"ל! דאס איז זיין טעאריע, זיינס א חידוש, און עס וואלט געדארפט קומען מיט א קרעדיט צום מקור.

וואס מיינט דער שרייבער? די ליינערס זענען חדר יונגלעך און האבן נישט די ספרים וואס ער האט?

אגב, די פרומערער עלעמענט האבן נישט ליב דעם טעאריע, ווייל עס צייגט קלאר אז בימים ההם האבן בני ישיבה - תלמידי רבי עקיבא - געדינט אין מיליטער!

עס איז נישט ר' אברהם'ס טעאריע, פריערדיגע רעליעגעזע ציונים האבן דאס שוין ערווענט.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:24 pm
דורך ברסלבער
יידל האט געשריבן:עס איז נישט ר' אברהם'ס טעאריע, פריערדיגע רעליעגעזע ציונים האבן דאס שוין ערווענט.

וואס איז פשט אז דער מאמענט האט נישט מורא געהאט צו שרייבן אזא קאנטראווערשאל נושא?

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:45 pm
דורך שרייבער
זע איך אין אנכי וועלט (קרעדיט: דענק שוין נישט) אז די וואכעדיגע מאמענט האט א גרויס בילד פון מהרז"ל (נו נגד רצונו), וואס איז זייער פלאן?

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:19 pm
דורך היסטאריקער
עס איז אין די "בליק", נישט אין די "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער פירט די 'מאמענט', א אנגענומענער פיגור???

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:30 am
דורך [NAMELESS]
/

גלויבער

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:27 pm
דורך הירשל ציג
כ'בין גאנץ איבערראשט אז פנחס גלויבער וואלט געשריבען אין אזא צייטונג וואס ביי זיי איז דער עקזיסטענץ פון מדינת א פעולה נמשכת פון "טרויער"

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 12:27 am
דורך מצטמק ויפה
עס איז צוגעקומען די וואך א הערליכע נייע קאלום "פרשה מאמענטן" פונעם אלעמען באקאנטן חרדישע שריפט-שטעלער, הרב יואל אשר לעווין.

ער האט אנגעהויבן מיט צוויי רעכטע פיס קע"ה, א הערליכע שיינע רייכע ארטיקעל.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 3:35 pm
דורך קאווע טרינקער
די ארטיקל פון 66 טרויער איז געווען ס'לעצטע מאמענט וואס כ'ליין
זיי מיינען אז צוליב דעם בענדדאון הוט פון שפירא איז אזא ארטיקל מער פראפעשענעל?!

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 3:44 pm
דורך עפל סיידער
קאווע טרינקער האט געשריבן:די ארטיקל פון 66 טרויער איז געווען ס'לעצטע מאמענט וואס כ'ליין
זיי מיינען אז צוליב דעם בענדדאון הוט פון שפירא איז אזא ארטיקל מער פראפעשענעל?!

וואס האסטו געוואלט ער זאל לייגען בענעט פון מזרחי? איז ער דאך גארנישט דיפרענט פינעם עמי.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 3:53 pm
דורך קאווע טרינקער
מדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 4:03 pm
דורך עפל סיידער
קאווע טרינקער האט געשריבן:מדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!

האסט נאך נישט די קדושה פינעם ציס''ע אהרן קדוש ד' וואס האט נישט געקענט הערן אזוינע רייד

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 4:04 pm
דורך קאווע טרינקער
זאלן זיי שרייבן וואס זיי ווילן.
מיינע פינף דאללער וועלן זיי מער נישט זעהן.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 4:39 pm
דורך עפל סיידער
פאריגע וואך האבען עס די טייוועלט יידען געסטראשעט האט מען געברויכט איין וואך זיי אויך צופרידענשטעלן.

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 9:48 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'פארשטיי שוין פארוואס די מאמענט קומט צוזאמען מיט די בליק. ביידע זענען מער בילדער ווי ווערטער.

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
די דירות ארטיקל איז נישט אוועקצומאכן. נאר צו קורץ.

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 11:04 pm
דורך מצטמק ויפה
האט נאך איינער באמערקט אז עפעס איז ארויסגעפאלן פון דעם דירות ארטיקל? , פאר ער הייבט אן שרייבן פון אשדוד, זאגט ער עפעס בערך אזוי; מיר וועלן רעדן פון צוויי ביישפילן פון געגענטער דא אין ניו יארק וואס וואלט זיך געקענט אויסארבעטן, וכו'.
און..... זיי פארן גלייך קיין אשדוד...
אויך פונעם אויספיר פון די ארטיקעל קוקט אויס אז עפעס פעלט דארט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:41 am
דורך ברסלבער
אינעם 'א בליק' האבן זיי געהאט די וואך א קורצע ארטיקל מיטן קעפל "האקענקרייצן?". דער שרייבער ברענגט ארויס א גוטע נקודה אז ווען א וואנזיניגער האט אביסל איבעריגע ספרעי פעינט און פירקלט אביסל גראפיטי, דרייט זיך איבער די וועלט און אלע פאלאטישאנס קומען ארויס עס צו פארדאמען. מען קען מיינען אז ממש דאס איז די סאמע הויפט פראבלעם וואס פלאגט דאס יהדות החרדית, אין די צייט וואס עס איז דא סאך גרעסערע פראבלעמען וואס מען ווארפט אונטער די קארפעט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:46 am
דורך שמעקעדיג
ברסלבער, איך האב אויך הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, זייער אמת.

לתועלת הקוראים בין איך עס דא מעתיק:

.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:48 am
דורך שמעקעדיג
און שוין ווידער א בילד פון הרב האגער?
הכונו צו פרישע בקשת מחילה פלאקאטן.

.