בלאט 7 פון 8

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
א ביטערער קעלט מיט שטארקע ווינטן האט זיך אראפגעלאזט אויף אונזער געגנט. היינט ביינאכט (און מארגן אויך) וועט זיין שרעקליך קאלט, הגם די ווינטן וועלן פארשוואכערט ווערן.
דינסטאג נאכט אריין אין מיטוואך ווערן פאראויסגעזען שטארקע רעגנס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 2:11 pm
דורך I'm back
א לייכטע שניי הייבט יעצט אן צו פאלן אין ניו יארק סיטי.
עס איז ערווארטעט צו פאלן ביז צוויי אינטשעס איידער עס וועט אריבערגיין צו קאלטע רעגן און האגל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 9:25 am
דורך שרייבער
א געפערליכע גליטש יעצט אין קרית יואל, ממש מען קען קיין פיס נישט ארויסלייגן, א דינע שיכט אייז אויסגעשפרייט איבעראל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
גרייטס אן די שאוולעך!

דאס מאל וועט זיין וואס צו שאוולען (יא אויך אין די סיטי).

איר האט פלענער צו טרעוולען מוצ"ש?
נעמט אין באטראכט די שנייאיגע וועטער.

אין ניו יארק סיטי קען מען ערווארטן אז די שניי וועט אנקומען שב"ק אין די שפעטערע פרימארגן שעות, און קען אנהאלטן אלס א שניי עטליסט ביזן אנקום פון מוצ"ש, און גאנץ מעגליך אז ס'וועט אנהאלטן ווייטער אלס א שניי ביז נאך חצות הלילה, דאן איז דא שאנסן אז ס'זאל אריבערגיין צו א געמיש פון האגל און שפעטער מעגליך צו פארפרוירענע רעגן דורכאויס די פארטאגס שעות, מיט א שוואכע מעגליכקייט אז ס'וועט אריבערגיין צו פלעינע רעגן, ביז ס'וועט קומען צו א אפשטעל זונטאג צופרי.

אין די האדסאן וואלי געגנט קען מען אויך ערווארטן אז די שניי וועט אנקומען שב"ק אין די שפעטערע פרימארגן שעות, און קען אנהאלטן אלס א שניי פון שבת נאכמיטאג ביז עטליסט נאך חצות הלילה מוצ"ש, דערנאך איז דא א לייכטע מעגליכקייט אז ס'וועט אריבערגיין צו א געמיש פון שניי און האגל ספעציעל אין ראקלענד קאונטי וואס איז נענטער צו די סיטי, ס'איז אבער אויך דא די מעגליכקייט אז ס'וועט פארבלייבן אלס בלויז שניי א גאנצע צייט, ספעציעל אין אראנדזש קאונטי.

נאך צו פרי צו זאגן שניי אמאונטס, ווייל כאטשיג ס'וועט זיך שוין נישט צופיל טוישן די אמאונט פון די מויסטשער (QPF) וואס איז ערווארטעט, אבער אין שניי קען עס אויסמאכן גאר אסאך. ווייל למשל אויב ס'וועט פאלן 0.50 מויסטשער וואס וועט פארוואנדעלט ווערן אין שניי, קען עס געווענדליך זיין ארום 5 אינטשעס, און אויב ס'איז זייער קאלט ווי ס'איז ערווארטעט יעצט בעיקר אין די האדסאן וואלי געגנט (ס'קען זיין אין די נידריגע מיטעלע צוואנציגער בשעת די שניי) דאן קען די 0.50 מויסטשער ווערן פיל מער אויפגעבלאזן, און די זעלבע 0.50 וואס איז געווענדליך 5 אינטשעס (ווען ס'איז ארום 29 ביז 32 דעגרי) קען עס זיין א גוטע 7 אדער 8 אינטשעס אדער מער ווען ס'איז אין די נידריגע צוואנציגער.

און אויב וועט פאלן למשל 0.66 מויסטשער, וואס לגבי די מויסטשער איז עס נישט קיין ערענסטע חילוק, אבער אלס שניי קען עס געווענדליך זיין נאנט צו 7 אינטשעס, און אז ס'איז זייער קאלט קען עס זיין א גוטע 10 אינטשעס אדער מער.

און אזוי אויך דארף מען אין באטראכט נעמען די מעגליכקייט א געמישעכטס פון האגל און מעגליך פארפרוירענע רעגן שפעטער אינעם שטורעם, ספעציעל אין ניו יארק סיטי, וואס דאס קען אראפדרוקן די שניי (אין שניי איז דא זייער אסאך לופט, ס'איז אויפגעבלאזן, אבער אייז איז שטארק טייט).

אלזא ס'איז דא 3 הויפט פאקטארן וואס קען אויסמאכן א חילוק אין די שניי אמאונטס: א) מויסטשער (QPF). ב) טעמפראטור. ג) אייז.

ממילא איז צו פרי צו זאגן שניי אמאונטס, אבער ווי ס'זעהט אויס יעצט דאנערשטאג צופרי קען זיין ארום 5 אינטשעס אין די סיטי, און ארום 10 אינטשעס אין די האדסאן וואלי ראיאן.
C/P

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:19 pm
דורך עוד מישהו
א פראסט האט זיך אראפגעלאזט און מיטגעברענגט מיט זיך שווערע רעגענס און שניי אין די געגנט.
פארפלייצונגען און פארשוועמונגען פון קליינע טייכן, רוב הויכע פלעצער זאלן ערווארטן א שניי ביז שבת מיטאג, ווען דער קעלט וועט אריבערגיין און צוביסלעך וועט ווערן ווארעמער לויט די דורכשניט פארן חודש.
די שניי האט באטראפן די חרמון און גולן געגנט, די גליל בערג און צפת, ירושלים חברון און די בערג ארום די צוויי שטעט, די בערג פון יהודה ושומרון.
די הויכע ערטער אין די נגב זאלן אויך ערווארטן א שניי.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גאנץ א פיינע שניי

עס קומט א ברוטאלע בליזארד!

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
עס גייען קומען שוידערליכע סכנה'דיגע קעלטן די קומענדיגע פאר טעג, ביינאזאם מיט א שניי שטורעם, און שטארקע זאווערוכע ווינטן וועלכע וועלן נישט לאזן גיין א מענטש אין גאס, און נישט לאזן פארן אויטאס אויפן ראוד, נישט לאזן די קינדער שארן די שניי, נאר צווינגען יעדן צו פארבלייבן פארשפארט אונטער ריגל און טויערן, לכתחילה אונטער די דאכענע.

6 ביז 10 אינטשעס שניי (ווענדט זיך וואו איר וואוינט), קעלטן וואס מיט די ווינטן וועלן זיי זיך שפירן אונטער זערא (אזוי קאלט ווי בערך 15 בילאו זערא אין קרית יואל פאר דאנערשטאג און פרייטאג צו נאכטס), עס וועט זיין א ביטערע רחמנות אויפן עולם דא, און מיר וועלן פלאצן פאר קנאה פון די זיידעס אין פלארידע וועלכע קענען אדורכטון אלע שיטות פון גלאבעל ווארמינג.

____________________________
ווינטער ווינטער, ווי איז דיין פלארידע??

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:16 am
דורך נאר,,פרייליך
די גאסען זענען שוין באזאלצען אין ניו יארק עס שפירט זיך דער לחץ פינעם נייעם מאיאר אין ניו יארק צו וועלן געפעלן די המון מיטן באזאלצען נאך בעפאר דער בליזארד הייבט אהן
אדער קען גאר זיין אז דער גאנצער בליזארד האט פשוט געמיינט די ימ'ן זאלץ און וואס מיר שטויסען זיך יעצט אהן

וואויל איז אונז מיר האבען א דעמקראטישער סיסטעם וואס טוט צווינגען די ראשים צו ווארפען פאר יעדער בירגער א שטיקעל זאלץ בפניו אים צו חנפ'ן

וואס א דאנק דעם האבען מיר היינט ב''ה אן אפשען צו היטען פרייוויליג די הייליגע תורה אהנע שטער
לאמיר האפען אז דער זאלץ אויף די וואונדען פינעם אלטען מאיאר בלומבערג זאל דער אריינקומענדער מאיאר דעבלאזיא אפווישען מעל פנינו

יישר כח פאר די דעבלאזיא אדמעניסטראציע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:08 pm
דורך שושן פורים
GLOBAL WARMING FULLY IN PROCCES

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:19 am
דורך היימישער ליטוואק
איין זאך האב איך לעצטנס באמערקט. דער ק.נ.א. וועטער מאן פון איי-וועלט איז ממש גוואלדיג. וויאזוי טוט ער דאס ווייס איך נישט.
איך ווייס נישט אפילו פון א נישט-יידישן סייט וואו איך קען בקומען די אלע אפ-טו-דהי-מינוט אינפורמיישן.
אויב איינער קען מיר ווייזן וואו צו בקומען די אויפדייטס, אדער, אויב קען איינער זיך מתנדב זיין און טוהן זיין ארבייט, דאן ישלם ה' פעלו הטוב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:23 am
דורך היימישער ליטוואק
למשל: ער שרייבט אז עס קומט א שניי שטורם דעם דינסטאג אין נ.י. קיין איינער אנדערש שרייבט דאס נישט. ימים יגידו.
איך דארף גראדע צו פלאנירן א רייזע דעם דינסטאג, סו איז דאס מיר נוגע למעשה.

אפשר קען מען פשוט זיך משתמש זיין מיטן דין פון קאפי און פייעסט. דוכט זיך אז עס איז נישטא קיין השגת גבול, ווייל ער פארדינט גארנישט. קען אבער זיין אייוועלט האט אדווערטייזמענטס און זיי באצלן פאר אים. איי דאנט נא. פרעג א דיין אדער רב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:24 am
דורך דער (פינטעל) איד
נו ליין עס דארט וואס איז דיין פראבלעם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
שוין אייוועלט האט דאס אויך נישט מער. דא
חבל על דאבדין.
ער האט פרידיקטיד דעם וועטר בעסר ווי אלע פרופעסיאנעלע באריכטן.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:39 am
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס דער שווערער ווינטער האט אים שרעקליך אויסגעמוטשעט.
ער איז ווירקליך געווען א גוטער וועטער זאגער. עס איז א שאד זיין אפזאגעכץ.
אפשר קען מען אים אהער לאדענען :P

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:07 pm
דורך היימישער ליטוואק
ער איז צוריק!! דא
ער איז מרמז אז ער וואלט דאס גטוהן פאר געלט.
איך וואלט גבטען דער פארוואלטונג פון ק"ש אים צו היירין פאר אונזער שטיבל.
ער קען זיין א פול פאר עתיד'דיגע אדווערטייזמענטס.

וויאזוי קען מען טעג'ן די הנהלה?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:13 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ער איז צוריק!! דא
ער איז מרמז אז ער וואלט דאס גטוהן פאר געלט.
איך וואלט גבטען דער פארוואלטונג פון ק"ש אים צו היירין פאר אונזער שטיבל.
ער קען זיין א פול פאר עתיד'דיגע אדווערטייזמענטס.

וויאזוי קען מען טעג'ן די הנהלה?

האסט נישט געליינט וואס ער שרייבט דארט?

אויך פלעגט מיר באדערן אז מיינע באריכטן זענען ארומגעפארן איבעראל אן קיין קרעדיט, אבער נאך מער האט מיר געבאדערט ווען איך האב נאכגעהערט אז מיינע באריכטן זענען טייל מאל געקאפיט געווארן צו א מקום שאין רוח חכמים נוחה הימנו.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
און נאך:

איך וויל דא שארף פארדאמען און קלאר אויסדרוקן מיין מיינונג אז איך בין בשום אופן נישט מסכים אז מיינע באריכטן זאלן געקאפיט ווערן צו יענע סייט הידוע לשמצה, און בכלל ביטע נישט ארומשיקן צו וואטס-עפפ גרופעס וכדומה אן א לינק צום ארגינעלן תגובה דא אויף איי וועלט.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 9:40 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף תיכף מאכן א אויספארשונג ווער פון שטיבל האט אים געשיקט א אימעיל?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 10:49 pm
דורך היימישער ליטוואק
"מקום שאין רוח חכמים נוחה הימנו" מיינט אוודאי פלארידא, איך האב גזען אז די רבנים שרייבן אז עס איז אין רוח חכמים נוחה אהין צו פארן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:34 am
דורך גם כי אלך
נאך צוויי דריי שיינע זומער טעג איז דער ווינטער עטוואס צוריקגעקומען, לאמיר האפן מוועט אפקומען מיט לייכטע שאדנס, מיר האבן גענוג געהאט פון שניי און פרעסט, גענוג פאר די קומענדיגע עטליכע יאר, אצינד קוקט כלל ישראל ארויס אויף א רואיגן ווארימען זומער וואס וועט פארגיטיגן די פרעסטן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:55 am
דורך שמעקעדיג
קומט דאך אבער מיטוואך נאך אפאר אינטשעס שניי, נאכפאלגענדיג מיט ביטערע פרעסטן פון אונטער זערא פאר מיטוואך און דאנערשטאג נאכט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 29, 2014 9:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גראוליגע וועטער,
קען איינער מיך ארויס שלעפן פון בעט? כ'דארף דאוונען מעריב אין מאכן הבדלה,
באמת נישט נייגריג יעצט זיך ארויס צושלעפן אין דער וועטער, נישט מיטן קאר אין פארלירן מיין ספאט, אין זיכער נישט צופיס,
וואס טוט מען דא?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:29 am
דורך שמעקעדיג
עס קומען אונטער ברוטאלע סיבירישע קעלט אין די קומענדיגע פאר טאג. בעיקר פון מארגן, ביז שבת, וועט זיך שפירן בילאו זערא. אין אפסטעיט וועט זיין מארגן נאכט 0, אבער וועט שפירן ווי 25 אונטער נול.

#גיימירקייןפלארידע