בלאט 7 פון 26

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:52 pm
דורך יידל
א גרינטליכע שטודיע וואס איז פארעפנטליכט געווארן די וואך לויטעט אז עס איז 99.96% זיכער אז טונקעלע ענערגיע עקזעסטירט. וואס די ענערגיע איז, דאס האט די שטודיע נישט באוויזן צו ערקלערן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:38 pm
דורך טאמבל סאס
וואס איז 'טונקעלע ענערגיע'?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 10:15 pm
דורך יידל
מ'האט אנדעקט אן אלטע כתב יד פון מצרים וואס רעפערירט צו יאשקע'ס ווייב. האט יאשקע געהאט א ווייב?! עס איז משמע אז טייל פריע קריסטן האבן אזוי געהאלטן. ליינט די נייעס אינעם ניו יארק טיימס http://www.nytimes.com/2012/09/19/us/hi ... ml?_r=3&hp

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:16 pm
דורך זר זהב
מענער! ס'איז צייט צוצולייגן א האנט אינדערהיים!!

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... l?ITO=1490

ראמני איז אן עם הארץ

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 10:37 am
דורך יידל
סעפטעמבער 21 האט ען ראמני'ס עראפלאן געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לענדינג ווייל עס האט געליטן פון א פארלוסט פון אקסיגען. ראמני האט אין א דרשה דערמאנט דעם אינצידענט און זיך אפגערעדט אז דאס נישט קענען עפענען די פענסטער כדי צו פארמערן די אקסיגען אינעם עראפלאן איז א גרויסע סכנה, און אן ערנסטער פראבלעם.

ראמני ווייסט אבער נישט אז עס איז פונקט פארקערט און די סכנה איז גאר אויב מען קען יא עפענען פענסטער. פארוואס? ווייל די עראפלאן דארף זיין פרעשורעזירט, און דאס קען מען נאר טון אויב די גאנצע עראפלאן איז "עירטייט" - קיין שום דרויסענדיגער לופט קען נישט אריינקומען. פארוואס מוז עס זיין פרעשורעזירט? ווייל צוליב גראוועטי איז דא מער לופט נעבן די ערד. ווי ווייטער פון די ערד, אלס ווייניגער לופט. דאס הייסט אז ווי נענטער מען איז צום אטמאספער, אלס דינער איז די לופט. כדי די מענטשן אויפן פליגער זאלן נישט פאר'חלש'ט ווערן פון די פארלוסט פון אקסיגען דארף די עראפלאן זיין פרעשורעזירט. אזוי אויך, לופט פרעשור איז געבינדען מיט די טעמפעראטור. ווי נידעריגער די לופט פרעשור, אלס קעלטער די לופט. ביי א הייך פון דרייסיג טויזענט פוס איז די דעגרי פון די לופט זעכציג אונטער זערא פערנהייט. פארשטייט זיך אז מענטשן שטארבן אויב זיי זענען אויסגעשטעלט צו אזא קעלט פאר מער ווי אפאר מינוט. האלטן די עראפלאן פרעשורעזירט, האלט די עראפלאן ווארעם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז מיר שווער צי גלייבען אז ראמני איז אזא בהמה און וייסט נשיט עפעס וואס יעדע קינד ווייסט. מסתמא האט ער געמיינט צו זאגן אז סדארף זיין א אפשען צו קענען עפענען די פענצטער׳ס ווען די ערפלעין איז נידריג אין קעיס אף עמערזשענסי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 3:03 pm
דורך לאדיך אפ
די מעשה גייט אז ראמני האט עקטשועלי געמאכט א וויץ, אבער די מידיא וואס האט נאר באקומען די טעקסט פון די דרשה האט נישט געכאפט די דזשאוק און זיי האבן זיך שנעל ארויפגעכאפט אויף עס צו מאכן ראמני אויסזען פוליש foolish. ס'עקטשועלי א ליבערעל מידיע געף...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:25 pm
דורך a1b2
http://www.timesofisrael.com/beads-etch ... ern-israel

מען האט געטראפן אין א"י זאכן, טויזענטער יאר אלט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 10:37 am
דורך a1b2
פרישע גטראפענע חיות
03dino-main-articleInline.jpg
03dino-main-articleInline.jpg (15.26 KiB) געזען געווארן 3168 מאל


http://www.nytimes.com/2012/10/04/scien ... .html?_r=0

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 12:46 pm
דורך פערינא
א אינגעלע אין רוסלאנד איז געגאנגען חול המועד האלטן אין וואלד, אזוי איז גאווען באשערט, און ער האט געמאכט א גאר אינטערעסאנטע דיסקאווערי. ער האט געטראפן אזא עלעפאנט וואס איז נישט מער בנמצא, פון די סארט וואס האט איוואלווד מיט האר ווי א גריזלי בער, ווייל רוסלאנד איז קאלט דארף מען דאך א מאנטל. די חיה איז שוין נישט געזען געווארן זייט די מבול, און איז איינע פון די פלענטעד ענימעלס וואס דער אייבערשטער האט אנגעפלאנצט אין די היילען אין רוסלאנד כדאי פערינא און די אנדערע גולשים אויפען נעט וואס זענען נישט הארכזאם צו די רבנים וואס האבען גע'אסר'ט די טריפה'נע אינטטערנעעעט זאל געפריווט ווערען מיט גרויסע שאלות <רב אביגדור מיללער ז"ל>. למעשה קוקט נישט אויס ווי די הייסע וואסער פון די מבול האט שולט געווען אויף מער ווי אויף האלב פון זיין גוף. עס איז צו האפן אז די סייענטיסטן וועלן טרעפן אפאר לעבעדיגע די. ען. עי. צעלען און מ'וועט קענען קלאונען די "נפלאות הבורא". 

ווידיאו אין פיקטשערס

http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... d-boy.html

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 1:29 pm
דורך villager
מוראדיג!
געב עס א א הונדערט יאר און ס'וועט ווערן א פשוטער עלעפאנט.

פראפעסער מודה אין עפטערלייף

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:05 am
דורך נולד מאוחר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:03 pm
דורך הציץ ונפגע
א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:57 am
דורך נולד מאוחר
הציץ ונפגע האט געשריבן:א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.

לינק פליעז.
איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:00 am
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:לינק פליעז.
איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?

זוכענדיג אויף גוגל האב איך געטראפן א לעצטיגע שטודיע אז רעליגיעזע פרויען באקומען ווייניגער פרעשור פון סאסייעטי צו האבן קינדער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:01 am
דורך זר זהב
מ'מעג שוין עסן וויניגער?

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:47 am
דורך טאמבל סאס
דאס מיינט אז אויב גייט מען קענען באווייזן אהין אנצוקומען וועט דיאמאנט זיין ביליגער ווי שטיינער?
-------------------
אקעי כ'האב עס יעצט געלייענט. forever beyond human reach

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:49 pm
דורך יידל
http://www.sciencedebate.org/debate12/
א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות.

מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:04 am
דורך יידל
אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.

אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:23 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.

אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?

ליין רויטער'ס באריכט דא. דא קענסטו ליינען פארוואס דאקטוירים ארום די וועלט האבן געלאכט א ביטערן געלעכטער פון דעם פסק, און דא וועסטו זען פארוואס עס איז פיזיש אוממעגליך פאר א סעלפאון צו פאראורזאכן מוח-קענסער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:45 pm
דורך זר זהב
די סייענטיסטן הערן נישט אויף צו ארבעטן קעגן אונז, אידן. דער פרייליכסטער מענטש אין דער וועלט איז לויט זיי א בודהיסט מאנק. נישט אוועקצומאכן בודעאיזם, ס'איז זייער א מענטשליכער פריינטליכע רעליגיע, אבער דאך... פרייליכער פון מיר? א איד? דער עם הנבחר? נעווער!!

http://india.nydailynews.com/newsarticl ... ppiest-man

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 3:59 pm
דורך יידל
אין כינע האט מען אנדעקט א מאסען-קבר פון 1,800 אור-אלטע טשוכעפאכעס, אנגעבליך פונעם דזשוראסיק פיריאד. לויט ווי די סייענטיסטן שאצן האבן די טשוכעפאכעס זיך פארזאמלט אין דעם לאך אויסווארטנדיג א רעגן נאך א לענגערן טרוקעניש. די רעגן האט אבער ווארשיינליך פארפעלט צו קומען אומברענגנדיג די הונדערטע חיה'לעך. די געפינס איז א גרויסע מציאה פאר די וויסנשאפטלער וועלכע וועלן יעצט קענען שטודירן די רעינדזש פון וואריאציעס אין איין מין.