בלאט 7 פון 12
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:45 pm
דורך הקטן
בת קול האט געשריבן:איך גלייב עס קומט דירעקט פון שטעטל און גארנישט ספעציעל האט יעצט פאסירט.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
איך מיין נישט יעצט "יעצט"
לאמער עס ריפען די "מצב" איף יא וויל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:47 pm
דורך קורקלענד
אה. האסט מיך דערשראקן פאר א מינוט.
איך הער וואס איר זאגט. לדעתי האבן זייערע מעשים דערגרייכט צו א מדריגה וואו די עצם מעשים זייערע אין דעם קריג מאכט שוין א גרעסערע חורבן פארן באשעפער און פאר אונזער געזעלשאפט ווי די גאנצע אינטערנעט פראבלעם.
איר זענט גערעכט אז טייל פון די וואס מאכן די תקנות מיינען נעבעך אז זיי טוען באמת גאט א טובה מיט די הייליגע ארבעט. אבער אן אמת איז אז זיי וואלטן געמעגט וויסן בעסער.
עס איז אזא מישוג ווי אויף דער לעגאלער גאס ווי מען איז זיך מתיר צו מאכן שווערע געזעצן איינצוימען פרייע רעכטן, און מען איז מתיר צו שפיאנירן יעדענס אינטערנעט היסטאריע פאר די גרויסע פחד (כלומרשט) פון פיירעסי און קאפירייט. און ווי כאילו מ'האט מתקן געווען די פראבלעם זייט מען גייט יעדן נאך........
אנטשולדיגט אז איך האב אויף די מינוט נישט קיין צייט זיך ארויסצוברענגען באריכות מיט א קלארקייט. עס איז א לענגערע שמועס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:49 pm
דורך בת קול
שטעטל קאנטריביושאן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:52 pm
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
זי איז א פאפא'נער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:56 pm
דורך בת קול
שוין לאנג נישט.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
עמעזאן, דו האלסט טאקע אז "סקווירא" וואלט געלאזט ניצן זייער העיליגע נאמען סתם אז פרעמדע זאלן עס פירן?? אפקארס נאט, זיי טוען עס ווייל זיי ווילן עפענען א מיידל שולע אויפן העיליגן דעירעך און זיי האבן נישט גענוג פלייש, בעיסיקלי טוען זיי וואס אלע מוסדות ווי למשל בעלזע אין מאנסי אדער אפילו סאטמאר אין מאנסי מיט יארן צוריק. זיי האבן אפילו געלאזט די פרויען דרייוון אבי קום נאר לערנען צו אינז מוסד
מוסדות התורה אין שטאט אלעד אין ארץ ישראל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:42 pm
דורך געוואלדיג
.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:49 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
געוואלדיג האט געשריבן:.
ס'אידאך א בפירוש סתירה מיט די משנה! אלו דברים שאין להם שיעור, הפאה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 3:19 pm
דורך תורה ומדע
נעבאך. א קינדערגארטען סאססייעטי. אבער סוועט זיי גאר נישט העלפען. מען קען ניט ארויף צווינגען א יוניפארם אויף אדאלטס. א קינדערגארטען פאר עלטערען קען ניט א האלטען צו לאנג.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 3:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
תורה ומדע האט געשריבן:נעבאך. א קינדערגארטען סאססייעטי. אבער סוועט זיי גאר נישט העלפען. מען קען ניט ארויף צווינגען א יוניפארם אויף אדאלטס. א קינדערגארטען פאר עלטערען קען ניט א האלטען צו לאנג.
כ'האב אויך אזוי געטראכט, אבער למעשה האלט עס שוין אן א לאנגע צייט, און דערווייל האט עס שוין רבים חללים הפילה, איך רעד מיר נאר איין אז דע מער עקסטערם וואס ס'ווערט אלץ שנעלער וועט עס פלאצן, כ'קען שוין קוים ווארטן די באלון זאל פלאצן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:22 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: מ'רעדט דא פון סתם קראנקע מענטשן. די מאמע קען האבן א לאנג (ס*קסי) שייטל און א טייט בלאוס און דזשינס מיט היי היעלס אין קלאזעט פאר ווען זי גייט ארויס נייט קלאבבינג. און פארשטייצעך, א טריפה'נעם, אומ-געפילטערטן סמארטפאון. און דער טאטע, א בעיסבאלל קעפ מיט א רויטע העמד און א פאר נייקיעס מיט טייט דזשיענס...! אבער בשעת ווען זיי גייען איינשרייבן די טאכטער'ל אין סעמינאר גייען זיי לויט די פארשריפטן. דער טאטע מיט א שמאלציגן, לאנג רעקל און א פארגעלטן טלית קטן , וועלכער הענגט בטלנ'יש ארויס פון צוקנעפלטן רעקל. און א פאר שמוציגע שיך וואס מ'האט שוין נישט געפוצט פאר די לעצטע 3 יאר. און די מאמע גייט א שפיצל (אדער לכה"פ א צוטראסקעט קורץ שייטל) און די קליידער זענען צולאטשעט און שמוציג. לויט די שטרענגע פארשריפטן פון די רביצין קלוגהויפט מ'מאנסי שליט"א...און פארשטייצעך א כשר'ן טעלעפאן מאושר דורך די ביד"צ פון הרב נסים קארעליץ שליט"א...!
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:37 pm
דורך גראף
Sheeple
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 6:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:.
ס'אידאך א בפירוש סתירה מיט די משנה! אלו דברים שאין להם שיעור, הפאה
ס'גייט ארויף אויף די פאות הזקן...
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 6:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.
דאס איז שוין מינות וכפירה, טויזענט מאל ארגער ווי מאסטער. טאמער מ׳וויל אויפהערן די מנהג האמהות הקדושות, וואס ציט זיך ביז שרה אמנו וואס האט אזוי געווארט אויף יצחק׳ן (ווי דען מיינסטו זי האט געהערט דער מצחק?), הייסט׳ס מ׳האלט ביים אונטערברענגן די גאנצע סדר הקבלה. באלד וועט מען נישט גיין די פארטאך ביים לעכט צינדן אויך, ווייל דער אמת׳ער באדייט פון ׳סינר׳ אין חז"ל מיינט אונטערהויזען, און ווער רעדט צו טראכט פון אזעלעכע פאסקודנאציעס?
היט׳ס ענק און פאלגט׳ס נישט, למען קדושים המושלכים בלבת אש!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 6:48 pm
דורך איסר האטלקי
די ערשטע מאל איך ליין דא אז עפעס איז שלעכט מיט מאסטער...
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 6:56 pm
דורך וואלווי
ווער זענט עטס בכלל אריינצורעדען?
אדער פאפט מען דעמאלטס אדער איז מען שוין לאנג אין בית מדרש. עטס פארשטייטס בכלל דער נסיון?
[tag]berlbalaguleh[/tag] קום אריין קלאר. זיי ביטע מסביר פאר די היינטיגע שטאלצע יונגעלייטליך דא, די ביטערע נסיון ווען א מאמע אין א דאסטער לייגט ארויף גלילי ידיה הטהורות אויף די טיר הענטעל פון דיין געלע באס!
איז עס בכלל אויסצוהאלטן? שומו שמים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איז דערפאר גיי איך טאקע אין מקוה עטליכע מאל אינמיטן מיין ראוט. ווען איך פאר אריבער די גרויסע סאטמאר'ע מקוה אויף 53. לאז איך איבער דעם באס אינמיטן וועג. און איך טאנץ אריין פאר א טבילה'לע מיט אלע כוונות האר"י. און ווען איך פאר אריבער בעלזא, פארק איך שוין דעם באס. און איך לויף אריין פאר א טבילה. די זעלבע ווען איך פאר אריבער ספינקא און קלויזנבורג...! און ווער שמועסט נאך ווען איך ענדיג דעם ראוט לויף איך מיט איין אטעם אין מקוה פאר א טבילה גדולה...! רבוש"ע. די נסיונות זענען דאך נישט אויסצוהאלטן. דאס איז דאך דער אמת'ער דור פון עיקבתא דמשיחא...!
מהאי טעמא געדויערט מיר טאקע דער ראן אידערפריה בערך 2 1/2 שעה....!
איך האב נאך אן עצה. וואס כ'האב געזעהן פון איינעם פון די צדיקי הדור. אקעגן ראיות אסורות. דער אייבישטער זאלל אפהיטן. מ'זאלל ח"ו נישט נכשל ווערן. איך טוה אן זייער שטארק טונקלע גלעזער...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:50 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איז דערפאר גיי איך טאקע אין מקוה עטליכע מאל אינמיטן מיין ראוט. ווען איך פאר אריבער די גרויסע סאטמאר'ע מקוה אויף 53. לאז איך איבער דעם באס אינמיטן וועג. און איך טאנץ אריין פאר א טבילה'לע מיט אלע כוונות האר"י. און ווען איך פאר אריבער בעלזא, פארק איך שוין דעם באס. און איך לויף אריין פאר א טבילה. די זעלבע ווען איך פאר אריבער ספינקא און קלויזנבורג...! און ווער שמועסט נאך ווען איך ענדיג דעם ראוט לויף איך מיט איין אטעם אין מקוה פאר א טבילה גדולה...! רבוש"ע. די נסיונות זענען דאך נישט אויסצוהאלטן. דאס איז דאך דער אמת'ער דור פון עיקבתא דמשיחא...!
מהאי טעמא געדויערט מיר טאקע דער ראן אידערפריה בערך 2 1/2 שעה....!
איך האב נאך אן עצה. וואס כ'האב געזעהן פון איינעם פון די צדיקי הדור. אקעגן ראיות אסורות. דער אייבישטער זאלל אפהיטן. מ'זאלל ח"ו נישט נכשל ווערן. איך טוה אן זייער שטארק טונקלע גלעזער...!
חזר דיך איין: הכנעני החתי האמרי וגו'...
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2019 5:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. איך מערק אז יעדער זאץ וואס מ׳דארף אז די עלטערן זאלען טאקע פארשטיין, האט מען געשריבן אויף ענגליש.
ב. אסר׳ן sleepovers איז גאר א פארשטענדליכע זאך, פרעג דזשודי בראון ליתר ביאור.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2019 7:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו מיינסט די פארפאסערין פונעם בוך HUSH?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 6:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא