בלאט 7 פון 17
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:32 am
דורך עפל סיידער
עפל סיידער האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים
ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?
וואס איז דעס 951-262-3834
[tag]
אויס מענטש[/tag] דאס איז פרישע אפדעיטס חודש'ליך ווען קינדער יערן זיך, ווען עס קומט פאר א שמחת החתונה, און נאך
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:35 am
דורך גאלד
כאמעך נישט געפוילט און געמאכט א שטיקל ריסערדש פון 2 מקורות, דער האטליין האט זילטש מיט קהל, באשטעטיגט
דאס איז אזא סארט האטליין ווי קלאר, צימערמאן, שפיטיווקער, נחום ראזענבערג, אלטר משה, וכדומה, פריוואטע ליידיגייערס, קעיסעס,
נישט אז די סידור קידושין דארט איז קען זיין פראבלעמטיש, און איך וואלט מיך קיינמאל אריינגלאזט אין אזאלכע חששות,
אבער דער האטליין איז נישט מטעם קהל,
ממילא הדרא קושיא לדוכתי וואס האבן זיך די זאליס יעצט אויפגעוועקט און זיך דערמאנט צו פאבריצירן א צעטל,
מאי שנא היום מיומים,
דער תירוץ איז נאר איינער, אז עס קומט א יו"ט שבועות אין קר"י, עפעס אנדערש זעה איך נישט
ווען איך פערסענלי וואלט געווען א זאלי אין קר"י וואלט איך מיך אפשר נישט ציפיל ציקראצט פון דעם יו"ט,
אבער ליידער מאכט זיך אסאך פון די זאליס וואס ווערן יא צירידערט דערפין,
ויה"ר שילמדו טועים בינה
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:37 am
דורך אויס מענטש
עפל סיידער האט געשריבן:עפל סיידער האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין טעראר הכל בטלים ומבוטלים
ביסט אפשר דער אויף די איראקע טעליוויזיע וואס האט פארלייקענט די אמעריקאנע אינוואזיע?
וואס איז דעס 951-262-3834
[tag]
אויס מענטש[/tag] דאס איז פרישע אפדעיטס חודש'ליך ווען קינדער יערן זיך, ווען עס קומט פאר א שמחת החתונה, און נאך
וואס האט דאס מיט קרית יואלע קהלה ?
פארוואס איז דאס נישט מער אויף קול משמרת ? אר וואטעווער איט וואס קאלט ?
מען דארף נישט מאכן קיין ריסערטש, יעדער אין קרית יואל ווייסט, קהל האט געהאט אזא האטליין און עס צוגעמאכט נאך א פאר חדשים
די צעטיל מיט א קרית יואל-קהל לעטער העט איז פאלש !!!
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:43 am
דורך עפל סיידער
[justify]
גאלד האט געשריבן:כאמעך נישט געפוילט און געמאכט א שטיקל ריסערדש פון 2 מקורות, דער האטליין האט זילטש מיט קהל, באשטעטיגט
דאס איז אזא סארט האטליין ווי ...
איך האמיר נישט געפוילט און אפירגעזוכט ''4'' מקורות און עס איז באשטעטיגט אז די האטליין האט אזויפיל מיט די סאטמארע קהילה ווי קול סאטמאר טעלעפאון........
סאו אויב מען וויל סטאפען די אנגייענדע טעראר, ווייסען די אחראים אויף די ציבור וויאזוי עס צו סטאפען, מען דארף נאר וועלן.
איך האלט אז די [tag]גאלד[/tag] ביסט דער פאסיגסטער פערזאן, מיט שכל און אחריות, און זעה שוין צו סטאפען די קינדישע שפילערייען, און זע ביטע עס זאל זיך נישט אויספעלן קיין תירוצים אז עס איז נישט אן אפיציעלע ליין, און קיינער מטעם הקהילה איז נישט אחראי אויף דעי מעשים.[/justify]
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:45 am
דורך שעפטל
פאר איך בין דא אריינגעפאלן מגיב צו זיין האב איך מיך נישט געפוילט און אויפגעהויבן דעם טעלעפאון און אנגערופן מענטשן קיין קרית יואל און געפרעגט צו ס'דא אזא צעטיל. יעדער, יא יעדער, ארונים און זאלונים צוגלייך ווייסן נישט דערפון, אדרבה גלייבט מיר נישט, רופטס אליינס.
און נאך מער, ס'איז היינט א וואטסעפ וועלט, יעדע שטיקעלע פאוסט און צעטיל פליעט ארום, דא איז אונטערסאנט אז נאר דער צעטיל פון קאווע שטיבל מיטן רויטן מארק פארט ארום.
חוץ מזה, עפעס א לץ מיט א זיסע כוונה האט דאס איבערגעטייטשט אין ענגליש און בינגאו, יעצט פליעט עס אויך ארום כאילו ס'איז געליגן אינעם המודיע...
יעצט צום ענין גופא, טראץ דעם וואס מיר קוקט אויס אז די צעטיל איז יעצט פאלש אבער דער עולם שרייט דאך אז די מקור ותוכן הצעטיל איז דאך געווען אין בלאט, יא מיר לעבן היינט אין אן אויפגעקלערטע וועלט, צו אכשר דרא ווי די קליגערע רופן עס, יעדע מין צעטיל און לאמיר זאגן אפילו רדיפות ווערן אראפגעריסן איבעראל, דעם והוקע אותו איז אסור געווארן, אבער זייט וויסן, ס'איז נישט ביי יעדעם. ס'נאך דא אידן -רוף זיי פערדן, פאנאטישע אדער סיי וויאזוי- וואס האבן עס נישט אנגענומען. יעצט די אידן האלטן -פאר סיי וואספארא סיבה- אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, און אז איינער גייט דערקעגן מוז מען על פי הלכה עס מפרסם זיין.
איי וועסטו פרעגן האט דאך נישט דער ברך משה געשריבן א צעטיל פארקערט? זאג נאר, ווען דו האסט אריינגעלייגט דיין קינד אין בני יואל האסטו אויך געקוקט וואס דער ברך משה האט געשריבן? וועם פאפסטו יעצט אז "דער ברך משה אליינס האט דאך געזאגט אז יעדער מעג מסדר קידושין זיין!"???
און איבערן קוואוט וואס יוחנן הסנדלר ברענגט פון ר' געציל, איז עס מסתמה אזוי אמת ווי אז ער האט יעצט דעם צעטיל באקומען אויף די פאוסט....
צום שלוס, צו דו גלייכסטעס יא צו נישט, כלל ישראל איז אייביג אדורך מחלוקת, ובפרט בענין המרא דאתרא, ס'איז געפלויגן בריוון אהין און צוריק מיט די שארפסטע לשונות, יעדער האט געהאלטן אז זיין זייט איז גערעכט, מ'האט גע'פסל'ט שחיטות, קידושין, און וואס נישט. ס'איז היינט געדריקט מיט שטאלץ אין די שאלות ותשובות, אינקלאדינג אינעם שאלות ותשובות דברי יואל. האלסט טאקע אז די צד השני דעמאלטס האט נישט געהאא אזעלכע גוטע טענות ווי היינט? נאר וואס דען? ס'איז נישטא קיין נאר וואס דען!!! דאס איז דער מהלך געווען מאז ישראל גוי, ס'איז באשריבן אינעם תורה הקדושה אויך! און דאס גייט בלייבן לעלמי עד.
ביזסטו אויפן רודף'ס זייט וועסטו פילן אז דו טוהסט עס על פי הלכה און דו טוהסט דעם רצון ה'.
ביזסטו אויפן נדרף'ס זייט וועסטו שרייען און וויינען ווי מען ב'עוול'ט דיר...
ווען ס'גייט דיר גוט וועסטו זאגן אז די תורה וקושטא איז קאי וקיים
ווען נישט שריי אז יעדער איז אינטערגעקויפט און פארפוילט אדורך און אדורך...
סתם נאך א קליינע עקזעמפל, ביי די בני יואל פרשה איז די בי"ד ארויסגעקומען מיט א בריוו קעגן זיי. דארטן האט ר' משה ארי' אינטערגעשריבן, האט מען אראפגעלייגט אז ער האט מורא געהאט פאר טעראר, זיצט אויף די סאטמארע וועידזשעס, ברך משה האט אים געהייסן, משה גבאי האט געסטראשעט וכו' וכו'... רוב פון די וואס מאכן חתונה האבן זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט זיין אינטערשריפט, ווייטער געשיקט די קינדער אהין. ר' משה ארי' איז געווען קארופטירט און שוין... פינף יאר שפעטער האט מען אים גע'קוואוט, און איך זאג איבער, יא נאר נאכגעזאגט מאמרים אן קיין שום צעטיל צו דרשה דעקונג אז די סקול דיסטריקט איז אסור... דא האט מען שוין געשריגן "ירושלימער רב איז נישט קיין היפאקריט! די רבי ז"ל האט נאך געזאגט אויף אים וכו' וכו'".... זו הדרך! מ'טוהט וואס ס'שמעקט און מ'נעמט נאר אן ווען ס'קומט דיר גוט אן.
און צו די אלע שרייערס דא "לייגסט אוועק אייער געשריי ווען ענקער זייט טוהט אויך אן עולה! ווען ענקער צייטונג באשמיצט די אנדערע זייט! ווען מ'פראטעסטירט קעגן ר' אהרן! ווען ענקערע דיינים הייסן שרייען אין די גאסן קעגן די עירוב טראגערס!"
געדענק קלאר! ווען ביי דיר איז עס א חוב קדוש צו נעמען די געזעץ אין די הענט, איז עס ביי יענעם רשעות, וכן להיפך....
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:46 am
דורך בעריש
דאס צעטיל וואס דער פותח האשכול האט ארויפגעשטעלט איז ווארשיינדליך אמת ויציב. די מעשה איז נאר אז דער ציבור האט נישט קיין מושג אז דער מערכה גייט נאך אן בשעת ווען עס איז שוין קרוב צי 5 יאר שטיל דערוועגן.
און דאס איז די סיבה פארוואס אז ניק הגון ווי גאלד אדער אנדערע שרייען אז סאיז א פאברעצירטע געשעפט (און דאס פארענטפערט די קינדישע הסבר אז ס'איז די פרעשור פון שבועות ווייל אויב האלט ער אז סאיז שקר ברויך ער דאך מאכן סענס פארוואס יענער איז פלוצים אפירגעקומען דערמיט). און דער אמת אז איך וואלט מסתמה אויך אזוי געקלערט ווען נישט וואס איך האב דאס מיטגעהאלטן קרוב צי א יאר צירוק ווען א ידיד מיינער האט דארט חתונה געמאכט.
וואס זיי טיען איז שיקען מכתבים צי די מחותנים און די פאטענציעלע משתתפים. ווי אויך האלטען אזא סוי קאלד רעקארד איבער די אזוי גערופענע פסולים מיט זייערע קינדער. פארוואס די אנשי בני יואל ציקראצען זיך דערפון אזש אז ער עפענט דא אזא ויצעקו איז עניבאדיס געסס.
און אלעס גייט צי אויף א שטילער פארנעם דער דורעכשניטליכער חסיד מהר"א וועט קוקען אויף דיר פון די לבנה צי הערן אז דער מערכה גייט נאך אן (גראדע מיט א מאס סוקסעס)
נאר דאס עפענען אזא רעשיגען כותרת אז עס גיסט זיך בלוט איז א היבשער שטאפל פון היפאקראטיסווע!!
בשלמה ווען דאס שרייעט עימיצער פון די ליבעראלע אנשי הקאווע שטיבל וואס זענען דוגל בשיטת ליוו ענד לעט ליוו וואלט מען זיך נאך געקענט מדחיק זיין און מצדיק זיין די געשריי (אלדאוי הערעסמענט איז אסאך פאסיגער טיטעל ווי דאס שרייען סגיסט זיך בלוט פאר אזא בריוו געשיקעכץ)
די מעשה איז נאר אז דא רעדט מען דאך פון די אנשי בני יואל (ווי אויך אנשי רז"ל נאר די זענען מומחים און דרייען מיטן צינג) וואס ווען ס'קומט צי זייערע ענינים האלטן זיי זיך נישט אפ קיין רגע פון פראקטעצירן אזאנע דרכים און פול ערגער.
עירוב שרייען מבזה זיין נשים פאר זייערע קינדער האט מען דאך שוין דא ערווענט. דאכט זיך מיר אז דאס בריוו געשיקעריי איז מיטאמאל א פרעקשאן שפיכת דמים.
אדער נעם אזא בית שמש פרשה ווי קומסטי דא וויינען מיט קראקידעל טרערן בשעת ווען דארט ווילסט ארויפצווינגען דיין דעת תורה אויף יענעם באגלייט מיט ירידה לחיים מיט די גרעסטע מאס אכזריות אנקעגן די עסקני גבעת ירושלים. ווי אויך פראטעסטען אנקעגן גדולי אדמורים וואס זייער חטא איז נאר געווען אז זיי האבן נישט גענומען א שטעלונג (איך ווייס אז סאיז נאר געווען צימערמאן מיט א קומץ משוגעים אבער ווער סהאט נאר דעמאלס גערעד צי עימיצען פון די אנשי בני יואל האט געקענט זעהן די שמחה וואס דער צימערמאן האט זיי פארשאפט)
אלזא מיין איך אז בכגון דא קען דער חסיד מהר"א רואיג זאגן איך בין ענטייטעלד צי די זעלבע רעכטן אין פראבירן צי אינפארסען די דיני מרא דאתרא (לשיטתם שטייט זיך) מיט די זעלבע דרכים. דער פותח האשכול ברויך גאר זיין דאנקבאר אז אנשי מהר"א נעמען דאס נישט צי אזא וויילענד לעוועל נאר ענדעשער א מהלך וואס דאס פאסיגסטע וואלט געווען דאס אנצירופען אזא סוג נערווען קריכעריי.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:57 am
דורך עפל סיידער
אבטולמוס האט געשריבן:דער פראטעסט קעגן דער בלוט-פארגיסונג האט גארנישט מיט ארעזאלמעלייב. יעדער רעכטדענקיגער מענטש דארף צעשוידערט ווערן פון נאכפאלגן פיצלעך קינדער און מפרסם זיין זייערע אדרעסן און געבורט דאטומען.
עס איז קלאר אז די רשעות וואס מען שמירט אהן אז דער אדער יענער טוט ביי די פאל און ביי יענע פאל, טוט נישט פארמינערן קיין האר, פון די וואס זענען זיך משתמש מיט בלוט פון אינגע קינדער צו אינפארסירען ווייניגער חתונות און אפצושטעלן דעם רבי ז''ל זאל פון צו עפענען פאר שמחות אנשי שלומו.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:59 am
דורך שעפטל
קוק אביסל אין שאלות ותשובות נודע ביהודה, דברי חיים ועוד ועוד כי רבה הם און קום צוריק.
ס'איז נישט קיין סאטמארע אישו. ס'איז אן עם ישראל מהלך...
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:00 pm
דורך עפל סיידער
שעפטל האט געשריבן:קוק אביסל אין שאלות ותשובות נודע ביהודה, דברי חיים ועוד ועוד כי רבה הם און קום צוריק.
ס'איז נישט קיין סאטמארע אישו. ס'איז אן עם ישראל מהלך...
פארוואס איז נישט דא אזעלכע סארט צעטליך בקורות ימי הדורות פינעם עם ישראל.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:02 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
די בלוט בילבולים גוים האבן עס געהאט wrong. ס'דא טאקע אידן וואס שעכטן קינדער, אבער נישט גויעשע קינדער, נאר אידישע.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:12 pm
דורך בעריש
איך וויל דא באטאנען אז איך בין בכלל נישט מצדיק די אזויגערופענע מערכה. מיין קאמענט איז געווען סטריקטלי צי אדערעסירן די דאבעל סטענדערד פון אונזערע ברודער די אנשי בני יואל ורז"ל.
פאר ענק שוחרי חופש אנשי הקאווע שטיבל וואס חרדיזום איז דאך איין שטיק רוע זעטץ אנציהאלטען די קאמף פאר גערעכטיקייט. כאטש דאס איז לכאורה פון די גאנץ אינטערשטע אויף די ליסטע וואס צריכן תיקון דא ביינאונז.
איך קען ענק גארענטיען אז די קינדער אויף די ליסטע ווערן מיט גארנישט בקריוודעוועט און זיי שפילען זיך ווארשיינדליך מיט די קינדער פון די חסידי מהר"א וואס וואוינען מיט זיי בשכינות. די צייטען פון סעגרעגעישאן איז שוין לאנג אויווער דארט בהרי מאנרא. (אויב עפעס איז דאס נאר פארקערט סאיז מאר לייקלי אז דער 4 יעריגס מאנשי בני יואל ווייסט שוין צי באמבלען אהרן שמארן און הערעסן די שכינים קינדער מאנשי מהר"א)
דזשאסט פאר די רעקארד דער טובי' ווייס וואס איז אויפן מכתב איז דער וואס לייגט די פלארינג ביי די דירות וואס יז"ס בויעט וואס דאס איז 80 פראצענט פון די הייזער און ק"י כאטש דער יז"ס איז פון די הויפט שישקעס ביי מהר"א. זעט איר דאך וואס א קריוודעס דא גייט פאר.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:02 pm
דורך שעפטל
אויב דאס אשכול בפרט, און קאווע שטיבל בכלל איז א פרוי'אישע זייטל וואלט איך פארשטאנען דעם געשריי דא.... אבער לויט מיין וויסענשאפט איז עס נישט אזוי כאפ איך נישט וואס דא גייט פאר...
די קראקעדיל טרערן פון "קליינע קינדער" איז גוט ביי א פרויען פארטי הספד אויף א מאמע וואס האט איבערגעלאזט א קליין דריי יעריג קינד. איז דאס גערעכט צו באשמיצן, נאכשרייען, באשרייבן א איד זענען זייערע קינדער בתוכם. ווען דאס פאר פאלק האט חתונה געהאט האבן זיי זיך נישט גערעכענט מיט זייערע קינדער, נאך מער, ווען דער פאטער האט באשלאסן צוצופיקסן ר' אהרנ'ען האט ער גאנץ ווייניג געטראכט פון זיין קינד די חתן/כלה... ווען ער האט אריינגעלייגט זיין קינד אין בני יואל האט דאס אים גאנץ ווייניג אינטערסירט, ווען ער האט געהאקט און געשאלטן ר' אהרן אינדערהיים און זיינע קינדער האבן גע'רודפ'ט ר' אהרן'ס קינדער איז דאס אויך נישט געווען עפעס וואס ער האט פרובירט אפצושטעלן. ווען דער איד האט אריינגעלייגט יעדע וואך א מודעה קעגן די מענטשן וואס זענען געגאנגן אין קאורט האט עס אים ניטאמאל געקיצעלט, אפגערעדט אז ער האט געהאט א שטיקל סמורק איבער דעם... דארטן האט עס קיינעם נישט אינטערסירט אז די אידן האבן אויך א ווייב מיט קינדער וואס ווערן באשמיצט.
נאר וואס דען? ווען מ'באשמיצט דיין שונא פארשטייסטו אויך אז קיינער האט אים נישט געבעטן זיך ארויסצושטעלן, און דאס איז די פרייז פון א פאבליק פיגור...
סאו שריי נישט דא "קינדער! קינדער!" ווען דער מהלך דארט איז [פונקט אזוי] אריינצופרעדיגן אין די קינדער אז ר' אהרן איז א שגץ, די ארונים זענען כופרים און יעדער חוץ זייערע וואגאן שטיפערס רבנים זענען אפגעפרעגט ביי זיי.
אז זייער חינוך איז (אויך] האס און נאך אויף א ראדיקאלע וועג קעגן זייערע שונאים.
אדרבה, ביז די מערכה, האט מסתמה די רוב פון די קינדער וואס לערנען ביי ר' אהרן'ס מוסד ניטאמאל געוויסט אז ס'דא א איד אין קרית יואל וואס הייסט הר' יואליש מארגעשטערן, צו הר' מאיר יודל טענענבוים, ווידעראום דארטן ווייסט קינד און קייט פונקטליך פארוואס ר' אהרן איז א שגץ און וויאזוי רביצין סאשע'ס טאטע איז געווען.....
אז מ'מישט די קינדער ווערן זיי פארמישט אין אלעמען! אז ס'שטעלט זיך אויף אפיציעל א מנהל פון א ישיבה און רעדט צו די בחורים קעגן דעם אנדערן פארטיי, און די בחורים גייען ארויס אויף היוז סט. פראטעסטירן און די ישיבה האט גארנישט געטוהן דערפאר, אז דער זעלבער פה מפיק קומט ביי א דינער אין מאנרא און העצט די אינגעלייט קעגן די אנדערע צייט, זאלן די אינגעלייט אויך כאפן זייער שער....
הערטס אויף וויינען ווען ס'גייט דיר נישט גוט און לאך נישט ווען דיר געלונגט עס....
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:22 pm
דורך יוחנן הסנדלר
שעפטל איר פרובירט פארוואסערן און מישן א קאשע. עס איז אלץ געווען פארטייען און מחלוקת גארנישט איז ניי. עס איז דא זאכן וואס ווען מען טוט אויס די פארהויכטע פארטייאישע ברילן, זעט מען עס אין א קאטאגארי וואס דערציטערט א רעכטדענקענדן מענטש. רעקארדירן קינדער זייערע געבורט דאטום'ס און פריוואטע אינפארמאציע און ארומשיקן פארן גאנצן שטאט אז זיי זענען ממזרים און זייערע עלטערן וואינען בזנות, און דאס בלויז פאר קלארע פארטייאישע צוועקן, מיט אן אפעציעלן קהל בריוו בנשיאות כ"ק, איז עפעס וואס שוידערט אויף א מענטש מיט א מענטשליך געפיל. אזש אפילו אזאנע חסידים ווי איר מיט גאלד קענען שווער גלייבן די בריוו זענען אויטענטיש וואס גייין ארויס מידי יום ביומו פון קהל'ס אפיס.
אויב קענען מיר נישט לייגן די פארטייאישע געפילן צו אנערקענען ווען א עולה איז אריבער א גרעניץ, איז אונזער מצב גאנץ טרויערדיג
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:28 pm
דורך בעריש
יוחנן הסנדלר האט געשריבן: רעקארדירן קינדער זייערע געבורט דאטום'ס און פריוואטע אינפארמאציע און ארומשיקן פארן גאנצן שטאט אז זיי זענען ממזרים און זייערע עלטערן וואינען בזנות, און דאס בלויז פאר קלארע פארטייאישע צוועקן,
דאס איז א שקר גס און איר ווייסט דאס!
דאס שיקט מען פאר
קיינעם נישט ארום מיטאמאל הענגט מען דאס און די קהלאישע שולען.
אפגערעד אז מווארפט דאס נישט ארום אויף די גאסן.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:31 pm
דורך שעפטל
ווי [tag]בעריש[/tag] האט שוין ארויסגעברענגט, ווידער שרייסטו קינדער מיט דאטומען וכו' געבויעט אויף ליגענט, נישט ווייל איך וויל נישט און קען דאס נישט גלייבן, נאר ווייל ס'איז פשוט און פראסט נישט אמת!!! כ'זאג דיר קלאר, איך וואלט ווען נישט געגעבן קיין הוד ווען ס'איז ווען יא אמת, די אידן וואס וואלטן דאס ארומגעשיקט האלטן אז דאס האט די רבי געשריבן אינעם מכתב קודש. אבער!!!! אבער!!!! ס'איז דאך נישט אמת אויך נישט. כאפ א קלינעקס טישו, וויש אפ די טרערן און שוין.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:34 pm
דורך יוחנן הסנדלר
בעריש האט געשריבן:יוחנן הסנדלר האט געשריבן: רעקארדירן קינדער זייערע געבורט דאטום'ס און פריוואטע אינפארמאציע און ארומשיקן פארן גאנצן שטאט אז זיי זענען ממזרים און זייערע עלטערן וואינען בזנות, און דאס בלויז פאר קלארע פארטייאישע צוועקן,
דאס איז א שקר גס און איר ווייסט דאס!
דאס שיקט מען פאר
קיינעם נישט ארום מיטאמאל הענגט מען דאס און די קהלאישע שולען.
אפגערעד אז מווארפט דאס נישט ארום אויף די גאסן.
די צעטליך פלעגן הענגען אין גארפילד שוהל נאך יעדן חתונה חאטש א יאר צוריק בעיני ראיתי. די חתונה און קינדער בריוו באקומען יעדער קרוב אפילו שני בשלישי ווען עס ווערט געבוירן א קינד און יערט זיך. גייט אן עד היום הזה בלי הפסק. אדרבה פרעגט אן ביי די באהערדע זיי לייקענען נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:36 pm
דורך שעפטל
נאכגעפרעגט און קיינער ווייסט נישט יעצט דערפון.
What's next?
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:37 pm
דורך גאנצל
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:38 pm
דורך בעריש
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:בעריש האט געשריבן:יוחנן הסנדלר האט געשריבן: רעקארדירן קינדער זייערע געבורט דאטום'ס און פריוואטע אינפארמאציע און ארומשיקן פארן גאנצן שטאט אז זיי זענען ממזרים און זייערע עלטערן וואינען בזנות, און דאס בלויז פאר קלארע פארטייאישע צוועקן,
דאס איז א שקר גס און איר ווייסט דאס!
דאס שיקט מען פאר
קיינעם נישט ארום מיטאמאל הענגט מען דאס און די קהלאישע שולען.
אפגערעד אז מווארפט דאס נישט ארום אויף די גאסן.
די צעטליך פלעגן הענגען אין גארפילד שוהל נאך יעדן חתונה חאטש
א יאר צוריק בעיני ראיתי. די חתונה און קינדער בריוו באקומען יעדער קרוב אפילו שני בשלישי ווען עס ווערט געבוירן א ץי ד און יערט זיך. גייט אן עד היום הזה בלי הפסק. אדרבה פרעגט אן ביי די באהערדע זיי לייקענען נישט.
בעינך לא ראית איר זענט משקר ביודעים.
די צעטליך האבן געהאנגען בשנת תשס"ט/תש"ע די ערשטע האלבע יאר ווען דער זאל איז געווען אפען און דערנאך האט מען עס אפגעשטעלט.
דאכט זיך מיר אויב רעדט מען פון ערליכע פארפעלקער איז נאך נישט געווען דאן מעגליך אז סזאל שטיין נעמען פון קליינע קינדער.
ווי אויך איז פון די גאנצע שטאט פלוצים געווארן נאר קרובים. איר זענט אבער א מוחזק שקרן. והרוצה לשקר ירחיק עדותו.
פאר קרובים שיקען זיי ארום
נאר פאר א חתונה אז מזאל זיך צירוקהאלטן צי גיין, ווי געשריבן און די ערשטע תגובה מיינער און דעם דאזיגען בלוט גיסעריי אשכול.
נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:44 pm
דורך berlbalaguleh