בלאט 7 פון 7

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 1:38 pm
דורך איחוד פעלד
קינד_אן_קייט האט געשריבן:גערעדט מיט איינע פון די חותמים פערזענליך, ער האט קיין גרויס האפענונג נישט געהאט אז זי וועט זיך ברעכן היות מ׳מוטשעט זיך שוין מיט איר פאר א לאנגע צייט און זי האלט זיך בי איר׳ס.

דער בריוו האבן זיי אונטערגעשריבן בכדי מענטשן ״אין די ליין״ (שלום בית עסקנים, רבנים, מוסדות, וכו׳) זאלן וויסן צו שטיין ווייט ווייל זי איז א מחריב און נישט קיין מתקן.

מען האט איר יא מתרה געווען אז ס׳קומט א בריוו אבער מען האט איר נישט געוויזן דעם בריוו איידער מען האט דאס מפרסם געווען און א חלק רבנים האבן דאס אויסדרוקליך פארלאנגט.



מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.

אז מען לעבט דערלעבט מען.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 6:08 pm
דורך קינד_אן_קייט
איחוד פעלד האט געשריבן:מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.

אז מען לעבט דערלעבט מען.


איחוד, כ׳בין נאך גאנץ א פרישער דאהי אבער דאכט זיך אז דאס איז א אבק של אביזרייהו דגילוי… קוים דערלעבט, און שוין! מ׳פירט מיר צו די תלי׳.

אוח, אוח..

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:23 pm
דורך מ גפני
נו אוודאי דער עולם דא זענען גוטע מבינים אויף די רע-בנים

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:27 pm
דורך מודה אני
טייערע אידן
פארוואס זעהט איר נישט אז די עלטערען / קינדער זענען די באקריוודעטע דא??

זי איז אן עסקן וואס פאטקעט אין יענעםס טינופת
טרינקט יענעמס בלוט

פארוואס איז איר בליט רויטער אין חשובער פון די צובראכענע עלטערן

???????????????????????????????????????????????

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 12:04 am
דורך איחוד פעלד
פארוואס איז איר בלוט נישט רויט?

איינער וואס האלט אז זי איז סתםנא רשענטע און וויל נישט די עלטערען זאלען זעהן די קינדער איז סתם א פתי יאמין לכל דבר.

זי האט זיכער א צד און א סיבה פארוואס זי טוט וואס זי טוט, אויב איז אמת אז זי האט עס טאקע געטוהן.

צו זי האט לייסענס צו נישט איז זי א מוחכמת, וואס צעהנליגער מענטשען קומען צו איר פאר הילף.

קאט דער באלאני, און הער אויף קומען מיט קראקעדייל טרערען אויף א נעבעכדיגע מעשה.

דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 12:16 am
דורך מודה אני
סאמטינג איז ראנג וויט יו מיי פרענט

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 1:21 am
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז איר בלוט נישט רויט?

איינער וואס האלט אז זי איז סתםנא רשענטע און וויל נישט די עלטערען זאלען זעהן די קינדער איז סתם א פתי יאמין לכל דבר.

זי האט זיכער א צד און א סיבה פארוואס זי טוט וואס זי טוט, אויב איז אמת אז זי האט עס טאקע געטוהן.

צו זי האט לייסענס צו נישט איז זי א מוחכמת, וואס צעהנליגער מענטשען קומען צו איר פאר הילף.

קאט דער באלאני, און הער אויף קומען מיט קראקעדייל טרערען אויף א נעבעכדיגע מעשה.

דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.

א משפחה קרוב זאגט מיר אז דער שוואגער האט דאס געטוהן קעגן די עלטערענס רצון.
און יא, דער שוואגער איז נישט הונדערט פראצענט שפוי בדעתו כידוע.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי זיך נישט אריינמישן אין די מעשה, ווייל איך האב נישט געהערט די פרטי הדברים פון ביידע צדדים, כדכתיב שמוע בין אחיכם.

אבער איך בין אנטוישט און אנטריסטעט אז די רבנים שרייבן אונטער אויף אזעלכע זאכן! אודאי זענען טייל פון זיי גאר חשוב'ע מיט א דעת תורה, אבער איר ווייסט וויפיל רבנים זעלבסט האבן שוין אפגע'שחט'ן שטובער און אפגע'הרג'עט שלום בית מיט זייערע קרומע דעות? וואס איז מיט קשוט עצמך?

ביודעי ומכירי קאמינא, און איך האב עטליכע חשוב'ע ניקס דא אין שטיבל וועלכע האבן מיר אויך פארציילט אין אישי, סיפורים נוראים פון רבנים שלא קראו ולא שנו, אינם יודעים בטיב גיטין וקידושין, זיי מיינען אפשר גוט, מיינען גאט, אבער האבן צוגרינד געלייגט משפחות און רואינירט זייער לעבן אויפן ערגסטן פארנעם? איך גיי נישט דא אויסרעכענען נעמען ברבים, אבער איך רעד פון אנערקענטע רבנים וועלכע קענען גוט האלטן דרשות און קענען לערנען און הייסן מבינים, און עכ"ז זענען זיי נישט מקיים קיין שמוע בין אחיכם, זיי טוען ככל העולה על רוחם, ומי יבוא אחרי ה"דעת תורה".... שומו שמים.

איך טראכט מיר אזוי, קוק ווער עס רעדט! רבנים פסק'ענען ענינים חמורים פון שלום בית, חינוך, דיני נפשות, אן א טראפ עקספיריענס, ליעוו עלאון לייסענס! אלעס ווייל זיי האבן סטראקעס אויפן בעקישע, א מין היתר! ווער גיט ענק רשות צו דן זיין דיני נפשות לויט אייער מצומצמ'דיגן בליק? און איר גייט נאך אונטערשרייבן אקעגן א טעראפיסט וואס טוט זאכן לכה"פ פונקט ווי ענק??

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 6:34 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב עטליכע חשוב'ע ניקס דא אין שטיבל

אה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:07 pm
דורך איחוד פעלד
ריכטיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז איר בלוט נישט רויט?

איינער וואס האלט אז זי איז סתםנא רשענטע און וויל נישט די עלטערען זאלען זעהן די קינדער איז סתם א פתי יאמין לכל דבר.

זי האט זיכער א צד און א סיבה פארוואס זי טוט וואס זי טוט, אויב איז אמת אז זי האט עס טאקע געטוהן.

צו זי האט לייסענס צו נישט איז זי א מוחכמת, וואס צעהנליגער מענטשען קומען צו איר פאר הילף.

קאט דער באלאני, און הער אויף קומען מיט קראקעדייל טרערען אויף א נעבעכדיגע מעשה.

דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.

א משפחה קרוב זאגט מיר אז דער שוואגער האט דאס געטוהן קעגן די עלטערענס רצון.
און יא, דער שוואגער איז נישט הונדערט פראצענט שפוי בדעתו כידוע.




הער, כ'האב מיך מיינע שיטות וועגען רבנים און עסקנים וכו', אבער דאס קען איך דיך זאגען, אז ווען די עלטערען רופען די רבנים אז זיי ווילען נישט די קול קורא וואלט נישט געוועהן א קול קורא. אלא מאי? כדאמרן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:48 pm
דורך גיבור
הער איך יעצט אז די וויינבערגער מיידל וואס האט אפגעלאזט די שידוך וועגן די טעראפיסט איז א כלה געווארן מיט איר זין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:52 pm
דורך ווייט פיש
shraklech

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:33 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א פרוי א ממזרת,
יעצט לאמיר צירוק דרייען די זייגער זעהן ווי די עולם דא האט געשריגען אז די רבנים חתמנן אונטער אן וויסען דעטאלען,
אוי האבן די רבנים גוט געשריבען

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:40 pm
דורך איחוד פעלד
יעצט גיי ווייז אויף אז זי האט נישט קיין זוהן.....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:59 pm
דורך כוכב
קען מיר איינער מסביר זיין די עוולה פון איר נעמען פאר א זון?
זייער א שיינע זאך אז זי האט איר גענומען און זאל דער שידוך עולה יפה זיין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:20 pm
דורך גיבור
סארי באט איך האב יעצט געהערט אז עס איז נאר א רומער. לאמיר האפן!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:35 am
דורך ארבעס
וואס איז די עוולה אין וואס איז דאס איגלו מילתא למפרע?
זאל די חתן כלה בויען א בית נאמן מיט שמחה