בלאט 7 פון 11

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:55 pm
דורך זר זהב
א איסור איז אין שול, אין האל איז אפשר א גדר. און אפשר טאקע ווייסן זיי אז מ'וועט מילא ברעכן איינע פון די תקנה'ס האבן זיי געגעבן די האל וואו מ'זאל עס ברעכן..

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:58 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך וואלט ממשיך געווען די וויכוח מיט דיר, אבער איך פארשטיי אז דו האסט אן אגענדע צו בארעכטיגן גאר עקסטרעמע תקנות בנוגע טעכנעלאגיע אויף טעלעפאנען.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:59 pm
דורך זר זהב
אין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:02 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך וואלט ממשיך געווען די וויכוח מיט דיר, אבער איך פארשטיי אז דו האסט אן אגענדע צו בארעכטיגן גאר עקסטרעמע תקנות בנוגע טעכנעלאגיע אויף טעלעפאנען.

איך האב נישט קיין שום אגענדע טראסט מיר איך בין נישט קיין כאניאק איך בין א פלעינער בעל תאווה, ס'נישט קיין סתירה צו האלטן אז יענער האט א רעכט צו מאכן וואסערע תקנות ער וויל אין זיין שול, ער צווינגט נישט צו דאווענען דארט.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:08 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:אין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.

דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.

אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.

אין בית המדרש טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.

אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:11 pm
דורך זר זהב
איך הער, אבער פארגעס נישט גאלאנטא הייסט נאר פארלעשן פאונס מיט אינטערנעט, איך קען רואיג אריינגיין דארט מיט מיין פאון.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:18 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ניין. דיין פאון מוזטו אויך פארלעשן פון אנפאנג מנין ביזן סוף

גערעכט, כ'האב שוין געקאמענט דערויף

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:20 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז מ'וועט זעהן דעם גאלאנטן שמש אינדרויסן פון זיין שול זיכן מנין. קאם אן! סיעף ג' איז סתם צודרייט, אינגאצן אויסלעשען ? וואס האט דאס מיט'ן כינוס ?

פארגעסן דערפון.... איי אגריע וויט יו :!:

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:13 pm
דורך משכיל
אין א פאר יאר ארום וועט זיין א גרויסע אסיפה, אז מען זעהט נישט דעם עולם אין בית המדרש אין דער וואכען, אז מען וועט מאכן שוועריקייטן וועט מען זיך אויסלערנען דאווענען אין דערהיים.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:46 pm
דורך שרייבער
משכיל האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:ס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט


טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס


ר' שרייבער איר האט א גרויסען טעות, די אמאליגע היימישע אידן וואלטן קיינמאל אין זייער לעבען נישט אריינגענומען קיינע טעלעוויזיעס, עס האט גארנישט צו טועהן מיט פאלגן רבנים, וואס רבנים ווען רבנים, זאג מיר איין זאך וואס דער סאטמארער רבי ז"ל דער ויואל משה האט געהאקט צו אויף טעלעוויזיע צו אנדערע זאכען, נאר אויף איין זאך האט ער געטומעלט [חוץ פון ציונות] אויף דעם לבוש פון פרויען, און דאם איז געווען נאר ער, די אנדערע צדיקים אדער ראשי ישיבות אין אמעריקע האבן קייינמאל נישט גערעד גארנישט, און מען האט גארנישט מצליח געווען, אדרבה ווייז מיר איין ארטיקל און סיי וועלעכע צייטונג אויף אזא מלחמה,

שתי תשובות
ערשטענס, די היימישע אידן פון וועם דו רעדסט וואס וואלטן אין זייער לעבן נישט אריינגענומען קיין טעלעוויזיע, אט די סארט אידן זיצן היינט אין ביזנעס אויף טעלעוויזיע אין אלע מיני סייטס וואס זענען סעמי עריות (איך וויל נישט מקטרג זיין ווייטער), און די עלטערן פון די אידן וואלט אין לעבן נישט געחלומט אז זייערע קינדער גייען דארט אנקומען
צווייטנס, שאל אביך ויגדך ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דער דור נאך די מלחמה, און ווי ויכטיג ס'איז געווען אזא מערכה, פרעג די אידן וואס מען פלעגט טון ל"ט ווי מען פלעגט גיין, שוין המשך יבא אין פריוואטן פארום

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 4:24 pm
דורך אבי גערעדט
דער שטן איז געווארן היסטעריש, דער כינוס איז געווען א קאלאסאלע סוקסעס, דער אידישער פאלק איז געווארן אויפגעשאקלט אין טוט פעולות לטובה, וואס טוט מען? איז ער אריינגעקראכן אין די קאפ פון רבני"ם ואדמורי"ם אין מאכט זיי משוגה, אין דרוקט זיי צו מאכן עקסטרעמע פארנאטישע תקנות, אין דערווייל שטייט ער אין די זייט אין שמייכלט זיך אינטער, אין זעט שוין פאר די דורכפאהל ליידער היו לא תהי.
איך מאך חלילה קיין ליצנות, אבער דאס איז ליידער דער מציאות.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:44 pm
דורך שלמה_דיין
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך געווער אין ארסענאל האב איך געהערט-

רבנים רופן אויס אז מען איז נישט מוציא מיט תקיעת שופר אדער קריאת המגילה. דהיינו, אז דו האסט ביי דיר עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאלסטו טאקע נישט מקיים זיין קיין איינס פון די תרי"ג מצוות.!!!

וואספארא מיטל איז דאס? מקור? לפענ"ד איז עס נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג.


נאדיר א מקור אויף פארקערט:

"על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה, אנו מתירים להתפלל עם העבריינים"

זעט נישט אויס ווי חכמי ישראל האבן געזוכט אויסצושליסן.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:49 pm
דורך שלמה_דיין
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.

דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.

אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.

אין בית המדרש טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.

אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.


ווי איך געדענק איז די תקנה אין באבוב 48 שול צו פארלעשן לגמרי די טעלעפאנען אדער סיי וועלכע עלעקטראנישע מאשינקעס אין די חדרי התפלה. עפעס א באבוב'ער דא וואס קען קאנפירמען?

לדעתי איז דער תקנה הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און דאס האט קיין שייכות מיט די אינטערנעט הוהא. אז א איד וויל קומען דאווינען פארלאנגט זיך רעספעקט פאר דעם מקום התפלה. שטעל דיר פאר א אינגערמאן פילט זיך לאנגווייליג ביי חזרת הש"ץ און נעמט זיך ארויס א געים באוי! מה נשתנה?

ניין זיי וועלן לעבן פאר אייביג!

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 12:12 am
דורך יהודי שפוי
משכיל האט געשריבן:מסתמא וועט מען האבן א באזונדערע חלקה אין בית החיים צו לייגן די אלע פורצי גדר,

זיי וועלן לעבן פאר אייביג, ווייל רשעים בחייהם קרויים מתים, מילא זיי וועלן פשוט בלייבן לעבן. אדער וועלן זיי אריין גיין חיים שאולה.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 1:44 am
דורך געפילטע פיש
שלמה_דיין האט געשריבן:נאדיר א מקור אויף פארקערט:

"על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה, אנו מתירים להתפלל עם העבריינים"

זעט נישט אויס ווי חכמי ישראל האבן געזוכט אויסצושליסן.

נא, זעסטו אז מ'זאגט דאס נאר יום הקדוש נאך התרת נדרים...

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 1:46 pm
דורך שרייבער
שלמה_דיין האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.

דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.

אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.

אין בית המדרש טאר מען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.

אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.


ווי איך געדענק איז די תקנה אין באבוב 48 שול צו פארלעשן לגמרי די טעלעפאנען אדער סיי וועלכע עלעקטראנישע מאשינקעס אין די חדרי התפלה. עפעס א באבוב'ער דא וואס קען קאנפירמען?

לדעתי איז דער תקנה הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און דאס האט קיין שייכות מיט די אינטערנעט הוהא. אז א איד וויל קומען דאווינען פארלאנגט זיך רעספעקט פאר דעם מקום התפלה. שטעל דיר פאר א אינגערמאן פילט זיך לאנגווייליג ביי חזרת הש"ץ און נעמט זיך ארויס א געים באוי! מה נשתנה?

וואס הייסט שטעל דיך פאר? ליידער איז עס א מציאות, טאקע נישט א געים בוי אבער א געים אינעם טעלעפאן :oops:

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 2:00 pm
דורך יואליש
דאס איז א געפיל זאך. מענטשן האבן א פראבלעם מיט מענטשן וואס דאווענען פון אינעווייניג פון א סמארטפאן. אבער קיין פראבלעם מיט אינגעלייט וואס זיצן אפ א גאנצן דאווענען מיט ספרים אדער געפרינטע גליונות פון תורות ביז רבישע שמועסן ביז באבע מעשיות צו פארציילן פאר די קינדער.

ווען דער לאקאמאטיוו איז געווען ניי, האבן געוויסע חסידים זיך מונע געווען פון די מאדערענע זאך אשר לא שערום אבותינו, ווער רעדט נאך פון מאכן א מנין שחרית אויפן באן? מ'דארף עס געבן צייטן ביז די טראנזיציע פון ספרים אויף פאפיר ביז טעכנעלאגיע גייט דורך.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:31 pm
דורך לעמיל
די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:37 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???

אונזערע אור-עלטערן האבן אויך געפרעגט "דו מיינסט אז אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן זיצן אין א קלאס?" (די גאנצע אופן וויאזוי אונזער חדר איז אויסגעשטעלט היינט איז א מאדערנע זאך, רעלאטיוו).

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:42 pm
דורך לעמיל
ווענדט זיך ווי דיינע זיידעס האבען געוואוינט, אין די גרויסע שטעט איז עס אייביג געווען, אין די דערפער פלעגט מען נעמען א מלמד צו זיך אהיים.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:49 pm
דורך יואליש
לעמיל האט געשריבן:די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???


נישט נאר דאס, נאר די טישן אין די היכלות התורה וועלן זיין געבויט פון גלאז און יעדער וועט אריינלאגן צו לערנען. ווער ס'לאגט נישט אריין צו די קהלה'ס שיעור, אדער לערנענט אנדערע בלעטער גמרא (אויב ס'וועט נישט זיין געבלאקט פון די פילטער) וועט מען אפיר נעמען. אויב די קאמפויטער וועט זאגן אז פון סווייפען דיין מקוה קארטל ביזן אריינלאגן צום ספר-פעד האט גענומען צי לאנג, וועט תיכף ארויפקומען אויפן סקרין א פראגע בויגן פון וועד משמרת הצניעות.

ערענסט גערעדט, היינט האבן אלע חדרים, אינגערע כיתות קאסעטע אדער סי די פלעיער וואס פארציילט די מעשה פון די וואך און ענינים לכבוד יו"ט. צוואנציג יאר צוריק איז געווען א היימישע איסור קעגן ניצן קאסעטע פלעיערס אין חדר. מיר ריקן זיך זייער פאוואליע, אבער מיר ריקן זיך. מיר גייען מיט לאנגע הויזן, און געקנעפעלטע העמעדער און געפרעסטע היטן, און טראגן האנט זייגערס, כאטש דאס זענען אלס געווען די סימבאלן פון מאדערעניע.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:50 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:ווענט זיך וי דיינע זיידעס האבען געוואונט אין די גרויסע שטעט איז עס אייביג געווען אין די דערפער פלעגט מען נעמען א מלמד צו זיך אהיין

אודאי אזוי. אין פדן ארם איז אפילו געווען צוויי סאטמערס!. אין פומבדיתא האט יר' ואלי ראטה פרובירט צו עפענען האט מען אים אונטערגעשטעלט פיסלעך. אין ברצלונה איז נאר געווען ביז כיתה ז'. נאכדעם איז מען געגאנגען צו שיעור א' אין ישיבה גדולה. קינדערגארטן ווערט שוין אפילו דערמאנט אין בית יוסף!

---
יואליש האקט. פיין געזאגט.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:53 pm
דורך יואליש
(נישט פארגעסן אז געוויסע רש"י'ס וועלן זיין בלאקירט. מ'וועט מיזן עקסטער זיכער מאכן מיט א פעסווארד אז מ'איז העכער 21. אויך וועט ארויפקומען באזירט אויף די גמרא וואס די לערנעסט "יו מעי אלסא לייק דיס".)