בלאט 7 פון 8

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 8:21 pm
דורך zurich
ברוך שאמר האט געשריבן:ווערי סארי אבער אין מיינע אויגן איז דאס נאך צוויי דריי מאל זינגען א אויסגעוועפטע ניגון (די ווערטער מאכן דא די גאנצע זאך)

דארפסט נישט זיין סארי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 8:21 pm
דורך איך אויך
ער הייסט יואל ,גאטיט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'קען שוין טוישן די נאמען פון דעם אשכול צו ""ואפילו בהסתרה" שאקלט נערווען-סטרונעס". :)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:31 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:41 am
דורך רויטע וואנצעס
הערליכע קליפ.

יואל קליין מיט'ן ילד הפלא נתן פוקס פירן א קומזיץ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:22 am
דורך טעפל
די ניגון ווייסט אליינס אז ער גייט ארויסקרוכען גאנץ שנעל, כאפט ער אריין יעצט עד הסוף מיט'ן גאנצען קנאק!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 7:06 am
דורך פלעין יודיש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:03 am
דורך שמעקעדיג
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט התפעלות נישט פון די ניגון און נישט פון די ווערטער?
א גאנץ עווערעזש ניגון אן קיין חידושים אויף ווערטער וואס זענען לאנגווייליג און נישט שיין געפארעמט.

די ניגון מילא, איך כאפ נישט התפעלות פון די ווערטער.
עס קוקט אויס כאילו ס'איז עפעס א קאנפליקט פון השי"ת מיטן רבי'ן, כאילו דער אייבערשטער זאגט, ואנכי הסתר אסתיר פני וגו', אבער דער רבי קריגט זיך און זאגט "אפילו בהסתרה" וכו',
לכאורה איז דאך דאס היינו הך, ממש די זעלבע זאך, ווען איימיצער זאגט איך וועל זיך באהאלטן, איז דאך שוין משמע אז ער וועט זיך געפינען דארט נאר מען וועט אים נישט זעהן, וואס ביסטו מיר מחדש אז ער שטייט אונטער אלע שוועריגקייטן?
דערמאנט מיך פון מב"ד ניגון, אין אדם שר שירה, איז דאך "משמע" פון רש"י, כאילו עפעס א טיפע משמעות וואס ער האט ארויסגעלערנט, האלא, דאס איז דאך פשוט פשט.

אבער בעיקר, דער הסתר פנים דארף ענדערש ווארפן א פחד, דאס איז נישט קיין חיזוק פאר מיר, נאר ענדערש פארקערט, אז דו שטייסט יא דא אונטער מיר, ווי אזוי קוקסטו און העלפסטו נישט ארויס? למה לנצח תשכחנו, תעזבנו לאורך ימים? קלי קלי למה עזבתני, רחוק מישועתי דברי שאגתי, אלקי אקרא יום ולא תענה וגו', עס איז מיר גאנץ א קנאפער טרייסט אז ער שטייט פון אונטן באהאלטן און קוקט אלעס צו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:07 am
דורך כוכב
#ברוגז אויף גאט אלערט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך זע אז דער קליין קען אויך שאקלן זאלן...
youtu.be/q0VQVMa99rA

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:00 am
דורך לעיקוואד
די לשון פונע'ם ניגון (המבוסס על לשון ליקו''מ) קומט פון 'באור פני מלך חיים' פון הרבנית תהילה בערלאנד א''ח הר''ר לעיזער שליט''א.
סתם קיוט צו וויסען ווי די גאנצע עולם קאכט זיך אין א (נישט מורא'דיג געלונגענע) נוסח פון א פרוי די רעביצין פון הרב בערלאנד .

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:40 am
דורך ונבנתה העיר
איך הער אז ר' אלימלך בידערמאן זינגט 'אפילו בהצלחה שבתוך הצלחה בוודאי גם שם נמצא השם יתברך'...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
דער וועלט בארימטע דרשן פין בעלז הרב..... רייזמאן טענ'ט אז ער האט דורך געלערנט די תורה פין ר' נחמן אויף וואס דער ניגון איז געבויט אין ער טענ'ט אז די מעסעדז פין די ניגון איז פונקט די.פארקערטע ווי וואס ר' נחמן זאגט דארט ווייל ר' נחמן איז מסביר אז עס איז דא הסתרה ווי דער באשעפער באהאלט זיך נאכדעם איז דא הסתרה שבתוך הסתרה ווי מען שפירט נישט אז דער באשעפער באהאלט זיך

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:42 pm
דורך איחוד פעלד
און פארדעם זאגט ר' נחמן אז אפילו דארט דארף מען וויסען אז בוודאי שם וכו', און אזוי ארום ווערט עס אויס הסתרה.

דער בעלזער רייזמאן איז טאקע א שיינער מגיד שיעור, און זאגט הערליכע חומש רש"י שיעורים, אבער ער איז פארט א בעלזער, און ממילא ווען א ברסלבר ניגון ווערט ל"ע אויפגעכאפט ביי אלעמען ווערט ער אביסעל צושוידערט, און פראבירט צו מאכען אלע תירוצים פארוואס מען טאר נישט זינגען דער ניגון.

אבער יעדער ווייסט אז זיין גאנצע זאגען האט מיט אמת יאשקעס ציילעם. און זיי קענען אין בעלז רודפ'ן און ווארפען קלוגער'ס חסידים, אבער עס מאכט נישט דער ניגון אפיקורסוס ווייל עס שמעקט בעסער פאר'ן בעלזער משפיע צו הייבען זיינע פוינטס ביי זיינע נשפעים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:57 pm
דורך מאטי
אלו ואלו דברי אלהים חיים...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
אה איך האב נישט געכאפט אז רב רייזמאן האט דא א אגענדע מיטן אראפרייסן אפי' בהסתרה
מיין רבי אין חדר פלעגט טאקע זאגן אז א ניגון האט א מוראדיגע כח אין מזעט טאקע אז אפי' בהסתרה האט דורך געבראכן די אלע באווארענונגען קעגן ברסלב
איך ווארט שוין לאנג צי הערן א רעפארט וויאזוי סקווער האט אויפגענימן דעם ניגון. נא ווי איז ליסטיג?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:51 am
דורך [NAMELESS]
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=74395&cat=6&scat=40
וי עס איז באקאנט איז דער קלויזנבורגער רבי זאל מאריך ימים זיין צוזאמגעפאלען עריו״כ בשעת כל נדרי.
דערנאך מוצאי יו״כ ביים טיש האט ער גערעדט פון די מאורע אין בתוך הדברים גערעדט ארום דעם ניגון ״ואפילו בהסתרה״ אין ער טענה׳ט מיט רעכט אז מ׳דארף זינגען ״ואפילו בהצלחה״
סאיז עכט אינטרעסאנט צו הערען דעם גאנצע שמועס ארום- בערך 7 מינוט.

שוב ראיתי דברי @ונבנתה בשם ר״א בידערמאן ואלו ואלו דא״ח.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:54 pm
דורך [NAMELESS]
I couldn't believe it!
אין פראנט פין מיין הויז זינגט קראלי רבי אין די בעק עפעס א שנעבאלג פין טשערנאוויץ אין געס וואט ביידע זינגן הסתרה הסתרה!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:27 am
דורך יין שרף
נאך איין מאל איך הער די הסתרה ניגון גיי איך זיי אלע מגלה זיין!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 5:45 am
דורך איש עברי
געקריגן אין וואצעפפ:
עוד פעם אחת ששכן מתחיל לפזם ואפילו בהסתרה אני מבטיח להראות לו מי עומד מאחורי כל הדברים הקשים שיעופו לו על הסכך

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:28 pm
דורך סאשי פיש
איין ווארט הערליך!
נאכנישט געהערט די ניגון אזוי שיין געזונגען און געשפילט!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qd2ETMqMQ54[/youtube]
[tag]כוכב[/tag]
[tag]קאווע טרינקער[/tag]
[tag]שמעקעדיג[/tag]
ביי די מענצער שבע ברכות

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:43 pm
דורך קאווע טרינקער
טאקע שיין.
'ך נישט געוואוסט ער פארשטייט צו נגינה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:32 am
דורך רויטע וואנצעס
יוחי בריסקמאן איז א מוזיק גאון. זעהט אויס ווי ער האט געשריבן נייע אייגענע נאטן פאר די סטרינגס. הערליך!