בלאט 7 פון 8
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:25 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:49 pm
דורך ישראל קאפקע
מיט זיבעציג פראצענט געציילט, האט הייקינד אויסגעברייטערט זיין אויבערהאנט צו 77% / 23%,
שאלה איז נאר וואו גייען בארא פארקע אידן וואוינען? גייט הייקינד זיך ענדליך נעמען צו האוזינג?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:20 am
דורך [NAMELESS]
אפאר מינוט צוריק ביי קאלער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:39 am
דורך שטילע אינגערמאן
היינט ארום געפארן טראקס אין ב"פ פון די הייקינד חברה אין אפגעשפילט א שיין קונצלעכידיגע ניגון געזינגען דורך א שיינע קאפעלע אז מ'זאל שטימען פאר הייקינד,
דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
כ'האב געשאפט די ניגון פון א שוויצע, כ'טראכט פון עס מאכן אלץ מיין רינגער אויף מיין סעלל, ס'ראקט אוועק
כ'וויל עס ארויף לייגן אויפן שטיבעל פאר די נישט בארא פארק איינוואינער וואס האבן דאס נישט געהערט,
ווי אזוי טוע איך דאס?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 4:33 am
דורך [NAMELESS]
אומגלויבלעך!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:18 am
דורך איך אויך
יע אומגלויבליך אז ס''ה האבען נאר 15337 גענומען די מיה צו שטימן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:30 am
דורך רויטע וואנצעס
דוב פלעגט געווינען מיט 95%.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:01 am
דורך בשבילי!
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דוב פלעגט געווינען מיט 95%.
פלעגט נישט. אין 2010 האט זיין קעגנער געהאט איבער 4000 און ער ארום 9000. דוב האט שטארק געווינען נעכטן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:25 am
דורך דולה ומשקה
ראשעקאל האט דאס ארויף געשטעלט נעכטן, מיין שארפע אויג האט דאס אויף געכאפט. מוחה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:29 am
דורך בשבילי!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:31 am
דורך קאסטנער
דולה:
אריין אין אייוועלט אשכול
(אין א עצה טובה אויב דיין לעבען איז דיר עפעס ווערד מאך זיכער נישט אויסציזאגען אז די האסט עס אליינס געזען, זאג אז די האסט עס געהערט פין דיין שטיף באבעס חברטע ...)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:50 am
דורך לך לך
קוקט אויס אז רוב עולם דארף נישט קיין האוזיננג

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:00 pm
דורך לית דין בר נש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:היינט ארום געפארן טראקס אין ב"פ פון די הייקינד חברה אין אפגעשפילט א שיין קונצלעכידיגע ניגון געזינגען דורך א שיינע קאפעלע אז מ'זאל שטימען פאר הייקינד,
דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
מיר גייט עס אויך נישט ארויס פון קאפ ווייל 8:50 PM האט ער זיך אפגישטעלט פאר מיין הויז און אויפגעוועקט פיר פון מיינע קינדער וואס זענען געשלאפן!!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
נו אז סאיז אזוי זאל זיין אזוי, מיר ווועלן וויטער הערן הייקינד'ס שארפע דרשות אין פראטעסטען אויף יעדע צווייטע נושא, אפילו אויב מען קען עס באהאנדלען רואיג וועט עס צוגיין מיט קולי קולות אין געשאלטענע קללות, אין אויב סוועט נישט זיין קיין נושא וועט מען זיך נעמען צו די שמות וכדומה.
אין מיר וועלן מער נישט זעהן די צינישער צורה אנגעשמירט מיט א פיל זיגרייכע שמייכעל מיט כמעט פאלשע בליקען - און געבויגענע ליפען אויף ארויף פון נחמן קאללער ביז צוויי יאר ארום.
אין פארשטייט זיך אז די 2000 אפארטמענטס האבן מיר נישא פארלוירן, איך קען ענק צוזאגען אז ס'האט זיך גארנישט געטוישט, מוועט האבן די זעלבע וואס מ'וואלט ווען (אויך נישט) געהאט ביי קאלער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:מיט זיבעציג פראצענט געציילט, האט הייקינד אויסגעברייטערט זיין אויבערהאנט צו 77% / 23%,
שאלה איז נאר וואו גייען בארא פארקע אידן וואוינען? גייט הייקינד זיך ענדליך נעמען צו האוזינג?
תשובה: דארט וואו זיי האבן געוואוינט ביז היינט. ס'איז דא ב"ה גענוג גאסן אין די שכינות'דיגע געיגנטן. די אלטע איינוואוינערס, די גויים מופן צוביסלעך ארויס פון זייערע הייזער. זיי פארקויפן עס פאר די אידן בשמחה. ווייל פאר די פרייז וואס זיי באקומען פאר זיייער הויז קענען זיי קויפן צוויי הייזער אין די גוי'אישע געיגנט פון די סאבוירבס. און נאך לייגן געלט אין טאש. א גוי דארף נישט קיין מנין, מקוה, כשר'ע גראסערי, בוטשער סטאר, וכו'. צו זיין טשוירטש קען ער צו פארן מיט זיין קאר...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:47 am
דורך [NAMELESS]
זאלץ אויף די וואנדען.....
Failed GOP state Assembly candidate Nachman Caller's computer stolen on Election Day - NY Daily News -
http://m.nydailynews.com/new-york/faile ... -1.2002177
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:14 am
דורך [NAMELESS]
לויט די חשבון פון וויפל געלט נחמן קאללער האט אריין געלייגט אין זיין קאמפיין אין וויפל וואוטס ער האט געהאט קומט אויס אז ער האט געספענד כמעט $2000 פאר יעדע וואוט!
קמפיין הוצאות איז געווען איבער א האלב מיליון, ו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:19 am
דורך I'm back
עזריאל האט געשריבן:לויט די חשבון פון וויפל געלט נחמן קאללער האט אריין געלייגט אין זיין קאמפיין אין וויפל וואוטס ער האט געהאט קומט אויס אז ער האט געספענד כמעט $2000 פאר יעדע וואוט!
קמפיין הוצאות איז געווען איבער א האלב מיליון, ו
מקור?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:34 am
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:לויט די חשבון פון וויפל געלט נחמן קאללער האט אריין געלייגט אין זיין קאמפיין אין וויפל וואוטס ער האט געהאט קומט אויס אז ער האט געספענד כמעט $2000 פאר יעדע וואוט!
קמפיין הוצאות איז געווען איבער א האלב מיליון, ו
ר' עזריאל: מ'דארף נאכנישט צוזאמנעמען געלט פאר עים אין ביהמ"ד. אדער ארויפלייגן אויף די ליסט פון תומכי שבת פעקלעך. ער האט נאך ב"ה פון וואס צו מאכן שבת.
איין זאך איז יא קלאר געווארן פון דעים איצטיגן קאמפעין. וואס כאטש ער (מר. קארל/נחמן קאללער) האט אנגעהויבן זיין קאמפעין אויף זייער א מענטשליכן וועיג, אבער ווען ער איז געווארן דעספערעיט, ביים ענד פון קאמפיין, האט ער זיך אראפגעלאזט און געפיהרט א שמוציגן קאמפיין, וואס פאסט בכלל נישט פאר א איד. ספעציעל א ת"ח. אזוי ווי מ'האט עים פארקויפט. זיינע ,הייליגע, בריונים האבן גענימען דעם באשעפער אין זייער ארבעט. זיי האבן ארויסגעגעיבן כל'ערליי פאשקווילן אקעיגן דוב הייקינד, כאילו ער איז נישט קיין ערליכער איד. און ארויסגעהויבן זיין ציונות לגאי. אזוי ארום האבן זיי געהאפט אריינצובאקומען נאך וואוטס פון א סאך אידן תמימים און קנאים. ס'הייסט. וואוטן פאר א ציוני און א נישט ערליכן יוד?!...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:46 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:לויט די חשבון פון וויפל געלט נחמן קאללער האט אריין געלייגט אין זיין קאמפיין אין וויפל וואוטס ער האט געהאט קומט אויס אז ער האט געספענד כמעט $2000 פאר יעדע וואוט!
קמפיין הוצאות איז געווען איבער א האלב מיליון, ו
מקור?
דער איד (קענסט עס נאך טרעפן אין גראסערי נאכצוקוקן)
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:34 am
דורך ראש המדברים
די שמעות זאגן אז דאס איז נאר א תירוץ פאר די הונדערטער בעלי חובות די צייטונגען שרייבער'ס גרעפיקער און שיק יונגלעך וואס האבן נישט באקומען באצאלט די תירוץ איז אז די קאמפיוטער איז געגנבעט און סאיז נישטא די רעקארד פון די חובות
זאלן אלע וואס האבן געגלייבט משה פר"מ הידוע יעצט עסן זייער שטרוי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:08 pm
דורך קאסטנער
אין די מאמענט די וואך אינטרוויאן זיי ר נחמן קאלער אין הייקינד צי הערן וואס זיי האבן זי זאגן אחרי ככלות הכל נאך די שטורמישע וואלן.
צווישן די שאלות פרעגן זיי הייקינד צי ער גייט יעצט פראבירן צי ארבעטן מיט זיין קעגנער קאלער איבער די דירות? ענטפערט ער אז באמת א יעדע פאליטישן וואס געווינט גלייכט צי זאגן אז ער גיייט זיך אראפ זעצן מיט זיין קעגנער אבער דא וויבאלד מען האט אים אזוי מיאוס פארשעמט אין ביליג געמאכט וויל ער נישט האבן מיט קאלער.
איין שורה ארויף ציר זאגט ער אז ער וועט ארבעטן פאר די קאמיונטי נאך שווערער ווי ביז היינט אין דא קימט אויס אז בעצם וואלט געווען א טובה פאר בארא פארק ווען ער זעצט זיך אראפ מיט קאלער אבער וועגען זיינע פרייוועט פייטס וואס ער האט אים פארשעמט וועט ער לייגן די טובה פין בארא פארק אין די זייט אין בלאזן אויף קאלער??!!
קליין בעבי אפשר נעמסטוי קאלער אין זינג רינג ראנג ראזי ...?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:43 pm
דורך אויסגערוט
ער איז נישט קיין בעיבי פארן דעס זאגען. ער האט נישט געזאגט אז ער וועט נישט ארבייטען צו בויען דירות ער האט סך הכל געזאגט אז ער האלט נישט ביים ארבייטען מיט איינער וואס האט אים באשמוצט אין די גאסען. נחמן קאללער אוינט נישט די לאטס און סדא גענוג אינוועסטערס וואס וועלן זיין מער ווי צופרידן אריינצוטאנצען אין דעם. ווען דו האסט א קאמפעטישען וואס לייגט ארויס מעשיות אויף דיין ביזנעס און ער פארמאכט זיין געשעפט נעמסטו אים אריין אין דיינס???
אדרבה לאמיר זען קאללער עפעס טון אפילו אן געווינען ער מיינט דאך אונזער טובה.