בלאט 7 פון 8

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:07 am
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:פארוואס האט מען אים אהיים געלאזט ?

נישט א נפק''מ ווי ער איז די אינפאקציע וואלט ער באקומען אין שטוב אויך, פארקערט אין שטוב איז בעסער פאר די ענינים, נאר די דוקטור איז אראפגעקומען בודק זיין צו עס פעלט זיך יעצט אויס א שפיטאל און איז געבליבן אז די רבי קען בלייבן אין שטוב

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
בקשו רחמים

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:33 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:35 pm
דורך ברוך שפינוזה
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה

פרואווט דאווענען פאר מרדכי בן מרגלית אפשר וועט עס העלפן...

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:36 pm
דורך קלוגע יודל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה
עפעס איז געשעהן אין די לעצטע פאר מינוט?

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 11:46 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
זייטס מוחל אין רייסט איין
איך הער עפעס אז איז שטארק פארערגערט אין עס איז ביטער

פליז זייטס מתפלל פאר די צדיק הדור

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:03 am
דורך שושן פורים
סתם איבערגעטריבן

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 3:55 am
דורך שבת אחים
גרויסע צרות

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:17 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:גרויסע צרות


יעצט נאכאמאל, אדער דו רעדסט נאך פון אנפאנג נאכט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:43 pm
דורך גוטע איד
וואס איז די מצב ווייסט איינער?

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 2:31 pm
דורך signout
געהערט סטאביל קריטיש

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 11:01 pm
דורך גר ותושב
יעצט געהערט אז היינט איז געוועין א גרןיסע שינוי לטובה איך ווייס אבער נישט קיין פרטים

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:39 am
דורך היכי דמי
די שינוי לטובה איז געווען אז די טעסטס פון די טשעסט איז צירוקגעקומען גוט ב"ה

אבער פריער האט מען גענומען אנדערע טעסטס פון די נירן און עס איז צירוקגעקומען נישט גוט. די דאקטוירים זענען שטארק באזארגט איבער די מצב. זייטס מתפלל

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2018 2:24 pm
דורך שבת אחים
יעצט גערעדט צו א אייניקל וואס איז דארט. די מצב איז נישט גוט. די נירן ארבעט נישט, ה״י.

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:19 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שבת אחים[/tag] ווער זענען די אידן דארט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:26 pm
דורך שבת אחים
ר׳ מאטלע אויפן וועג צום כותל המערבי אין ירושלים.

רעכטס:
איז דאך די באוויסטע גרעסטע-מאנסי-וויזניצער חסיד וואס איז נאר אמאל געוועהן
הרה״ח ר׳ שלמה ניימאן ז״ל פון מאנסי.
פון די שטוב-מענטשען פון ר׳ מאטלע זז״ג
מ׳דארף עפענען א אשכול נאר פון אים-גאר א אינטערסאנטע איד געוועהן, ער איז געוועהן בערך אזויווי ר׳ יחזקאל שמש-ווערצבערגער הי״ד אין וויזניץ.

ר׳ שלמה איז געוועהן פון די גרויסע פארצווייגטע וויזניצע -ניימאן משפחה. ער איז געוועהן די טאטע פון די באוויסטע חסיד ר׳ גרשון ניימאן נ״י די גבאי פונעם ביהמ״ד הגדול אין מאנסי.
און פון ר׳ יעקב דוד ניימאן נ״י (ניימאנס פיש-מאנסי) פון די שטוב מענטשען פון ר׳ מאטלע. און פון ר׳ ברוך ניימאן ע״ה.

לינקס: ווייס איך נישט. דארפסטו פרעגן איינער וואס איז עלטער פון מיר. אזא איינער ווי מיין טאטע וועט אפשר וויסן. אדער אויף אייוועלט וועט מסתם אזא איינער ווי @מילללער @ביקסאד אדער @יוראפ וועט דיר קענען ענטפערן אויב ווילסטו וויסן וויכטיג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 2:17 am
דורך שבת אחים
א חלק פון די ניימאן משפחה איז נאך געקומען דא פארן קריג. זיי זענען געוועהן די ערשטע צו עפענען א וויזניצער-שטיבל אין די איסט-סייד. פארן אהערקומען זענען די ניימאן ברודער געגעאנגען פרעגן דעם סב״ק דער אהבת ישראל צו זיי זאלן באזעצן אין די דאן ׳טריפנע אמעריקע׳ דער אהבת ישראל האט זיי צו געזאגט אז פאר זייערע קינדער וועט אמעריקע נישט שאטן, און זייערע קינדער וועלן בלייבן שומרי שבת, ער האט דאס אראפגעשריבן אין א ׳באוויסטע בריוו׳. און למעשה איז טאקע אזוי געוועהן. די וויזניצער דיין׳ס אייניקל הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן לרפו״ש האט מיר געזאגט אז ער שוין די זיבעטע דור א יענקי און ער רעדט נאכאלץ נישט קיין פליסיגער ענגליש...

סאיז געבליבן טויזנטער אייניקלעך בלי גוזמא פון די ברודערס וואס זענען געקומען קיין אמעריקע ממש אלע זענען פרום. סאיז כמעט נישטא אזא משפחה.

און למעשה האבן זיי זיך געראטעוועט כמעט זייער גאנצע משפחה פונעם ביטערן האליקאוסט.

א חלק פון די משפחה וואס איז דארט געבליבן האט זיך אויך געראטעוועט ווי למשל דער ריבניצער׳ס שווער הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל איז יא געוועהן ביי די קריג און ער האט עס דורכגעלעבט.

פאר מעהר קענסטו זעהן אייוועלט׳ס אשכול איבער די ניימאן משפחה:
אידשקייט אין אמעריקע: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7%90%D7%9F

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:31 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:א חלק פון די ניימאן משפחה איז נאך געקומען דא פארן קריג. זיי זענען געוועהן די ערשטע צו עפענען א וויזניצער-שטיבל אין די איסט-סייד. פארן אהערקומען זענען די ניימאן ברודער געגעאנגען פרעגן דעם סב״ק דער אהבת ישראל צו זיי זאלן באזעצן אין די דאן ׳טריפנע אמעריקע׳ דער אהבת ישראל האט זיי צו געזאגט אז פאר זייערע קינדער וועט אמעריקע נישט שאטן, און זייערע קינדער וועלן בלייבן שומרי שבת, ער האט דאס אראפגעשריבן אין א ׳באוויסטע בריוו׳. און למעשה איז טאקע אזוי געוועהן. די וויזניצער דיין׳ס אייניקל הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן לרפו״ש האט מיר געזאגט אז ער שוין די זיבעטע דור א יענקי און ער רעדט נאכאלץ נישט קיין פליסיגער ענגליש...



זיבעטע דור איז לכאורה א גוזמא. וועלכע יאר זענען זיי אהער געקומען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:18 am
דורך berlbalaguleh
א דור איז זיבעציג יאר. 7X70=490...דאס מייינט אז ער האט געדארפט קומען אהער קיין אמעריקע אין יאר 1528. א פאר יאר נאך קריסטאפער קאלאמבוס.אויף אידיש. אין יאר רפ"ח...! דאמאלס האט דער ערשטער ניימאן זיידע נאך געקענט די אינדיאנער שבטים וועלכע האבן געהערשט אין מאנהעטן. איז ער געקומען קיין אמעריקע נאך פאר די פילגרימס. ווייל זיי זענען ערשט אנגעקומען אין יאר 1620...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:40 am
דורך שבת אחים
זיי זענען אהערגעקומען אין 1905 און די זיבעטע דור איז זייער מעגליך. מיין טאטע איז אין די זעכציגער און האלט שוין ביים דריטן דור.

8 ברודערס האבן זיך באזעצט דא:
ק/פ פון אייוועלט:

ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים.
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו
...

אט איז א בילד פון 5 פון די ניימאן ברידער אין יאר תר"ע דא אין אמעריקא. מימין לשמאל: ר' יצחק, ר' ברוך (אביו של ר' שלמה ניימאן ז"ל), ר' זונדל, ר' יעקב (אביו של ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל), ר' מיכל (חותנו בזוו"ר של ר' בערל פרידמאן ז"ל ראה"ק סאטמאר)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:45 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:58 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!


חס ושלום.

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:40 am
דורך חסיד פון ליטא
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?