בלאט 7 פון 23
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:10 pm
דורך פליקער
גראדע ביי מיר אין מקווה איז דא א ספעציעלע האלץ, וואס האט די מעגליכקייט מען זאל קענען דערפין אראפ בייסן מיט שפיץ א שפעינדל, און וועגן פארברענען שמוגעל איך עס אריין אין א חלה בעג, איך גלייב נישט אז דער פארבענער איז מקפיד, עס איז דאך א גרויסע סכנה זיך צי שפילען מיט די נעגל,
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:22 pm
דורך קאווע טרינקער
לעצטענס טיילט מען נישט אין מיין בית המדרש די מבאר רבותינו גליון.. קען איינער שיקן אין אישי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:24 pm
דורך אפטעמיסט
ביטע נישט שרייבן נאך די ערשטע פייף
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:26 pm
דורך מאטי
פארוואס נישט? די רבי פלעגט זיך שאוערן אפילו נאכן צווייטן פייף.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 4:29 pm
דורך לעמיל
מאטי האט געשריבן:פארוואס נישט? די רבי פלעגט זיך שאוערן אפילו נאכן צווייטן פייף.
ווי ס'קומט דיר גוט אויס נוצט מען דעם רבין?
#כופר אלערט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:ביטע נישט שרייבן נאך די ערשטע פייף
וואסי: ביי דיר פייפט מען 15 מינוט פאר הילערי קלינטאן'ס זמן?...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:פארוואס נישט? די רבי פלעגט זיך שאוערן אפילו נאכן צווייטן פייף.
מאטי: איכא דאמרי אז די רבי זי"ע האטציך נישט געשויערט פאר'ן ערשטן פייף אויכעט...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:06 am
דורך I'm back
ליידט איר פון fungus?
נישט געזארגט, רוב אייוועלט ליידט פון דעם.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=21556
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:08 pm
דורך לאליפאפ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:43 pm
דורך בר דעת
ווייסט איינער וויאזוי מען קען קלינען א פיש גערוך, סיי קארפ פיש און סיי הערינג.
נישט אז חלילה עפעס איז שלעכט מיט חסידישע מאכלים, עס איז א האר נישט בעסער ווי פיצא, אבער משום נקיות.
איינער האט מיר געזאגט אז מען קען אפשפרעכן די גערוך אבער איך ווייס נישט אויב דער אפשפרעכער האט היימישע השקפות
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:25 pm
דורך מנחם
מען פארציילט אז ביים מיטעלן רב איז איינער פון די חסידים זיך געקומען אפרעדן אז זיין שווער קען נישט פארנעמען דאס וואס ער עסט פיש מיט די הענט, עס פאסט נישט, עס לאזט איבער א שווערע גערוך.
האט אים דער רב געזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט משנה זיין ווייל עס איז נישט די פיש וואס באדערט אים, עס איז דאס בעלז וואס באדערט אים, ודו"ק.
מנהלים, ביטע פארמעקן דעם אשכול וואס חוזקט אפ מכל הקודש לנו.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:28 pm
דורך בשבילי!
דאס עס טון ביים לוי' איז לכאורה מיטן חשבון צו ווייזן עהרע פאר דעם פגר, דורך'ן זיין דיסרעספעקטפול פאר דער שולדיגער
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
איך געדענק אין הערן פון עלטערע יידן משרידי דור הישן אז רבי יאקל זשמארלינגער איז געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביים 'חיים משבולת', נישט ביי רבי נחום פון אנטעווקע. לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע יאראקנאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג זענען אייניקלך פון די זעלבע זיידע צוויי מאל, איין מאל פון די באבע'ס זייט און איין מאל בן אחר בן. אינטערסאנט אז די היינטיגע מאדערענע אזוי-גערופענע חוקרים אין ייחוס זענען בכלל מפקפק אז רבי יאקל האט געהאט חתונה געהאט ביפאר ער איז געפארן קיין אונגארן. וואס ווייסן זיי
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:21 pm
דורך יתרו
ווייסט איינער פון א גוטע קראצער פאר די פיס? אזאנס וואס קראצט עד זוב דם אבער נישט עד בכלל?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:12 pm
דורך shem-tov
נאך איינמאל די פרעגסט ווי סאיז נעלם געווארן די 20 בלעטער וועגן די מאנרא באס קאמפעניס ארויפגיין מיט די פרייזן, וועט מען דיך חוסם זיין אזוי ווי מהאט זיך שוין עטליכע הונדרעט מאל פריער חוסם געווען פאר אזעלעכע קלאץ קשיות. סאיז גזירה הוא ואין לך רשות להרהר
#
אוי האט זיך געטאן היינט א געמעקאכץ
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:25 pm
דורך לית דין בר נש
פון אייוועלט היינט
פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"הגראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!
די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.
מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם
ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם,
מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.
ביטע אריינשיקן צו
iveltpoetry@gmail.com
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
לעצטענס איז "בייגעפאלן" פאר געלעגער א מורא'דיגע געדאנק. צו עפענען א אשכול צו מעלדען וועגן פארמעקטע אשכולות. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געגעבען קרעדיט פאר ק''ש ווי די אשכול איז שוין דא פון אנפאנג
viewtopic.php?p=34741
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:26 pm
דורך דריידל
אפשר דארף ק"ש געבן קרעדיט פאר אייוועלט פאר די געדאנק פון האבן א חרדישע פורום אין אידיש?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:57 am
דורך איש את רעהו
לית דין בר נש האט געשריבן:פון אייוועלט היינט
פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"הגראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!
די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.
מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם
ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם,
מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.
ביטע אריינשיקן צו
iveltpoetry@gmail.com
עס איז דארט אפישעלי ערלויבט אריבערצוברענגען געדאנקען פון ק''ש קיין אייוועלט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:58 am
דורך איש את רעהו
דריידל האט געשריבן:אפשר דארף ק"ש געבן קרעדיט פאר אייוועלט פאר די געדאנק פון האבן א חרדישע פורום אין אידיש?
אפשר דארף מען טאקע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:12 am
דורך שבת אחים
א בריוו וואס האט מיך צוריקגעקערט מיין אמונה
» מיטוואך ינואר 07, 2015 9:34 pm
איך לייג דא פאר די בריוו עס קען זיין אז איינער אויף דער וועלט וועט הנאה האבן דערפון אל תמנע טוב מבעליו,
צו מיין טייערע "געוועזענע" באליבטע חבר,
אזוי ווי עס איז מיר באוויסט אז דיין הנאת הנפש איז חכמה וואס חכמה איז א טיפע זאך און ווי טיפער אלץ ווערט מען געוואויר חדשות און אמאל קען איין קליינע טיפע חכמה עפענען א נייע וועלט און א נייע בליק אויף אלעמען,
און אזוי ווי עס איז דא חכמה דקליפה וואס דאס איז אויך טיף עמוק עמוק ווי דו ביסט אריינגעגאנגען, אבער ווען דער באשעפער וועט נאכאמאל מאכן אזוי ווי ביי מתן תורה וואס יעדער האט געזען כי ה' הוא האלקים און יעדער וועט באקומען אזא כח החכמה אז אלע אנדערע חכמות פון די קליפה וועלן בטל ווערן און עס וועט זיין יכירו וידעו כל יושבי תבל ויקבלו כולם את עול מלכותך און מען וועט איבערגעצייגט ווערן מיט אלע חושים און מיטן גאנצן נפש די ריינע אמונה וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה דעמאלטס וועט מען זען ווי נאריש און ביטער די חכמה דקליפה איז,
אבער וויבאלד די חכמה דקליפה איז זייער גרויס און די הסתרת פנים פון חכמה דקדושה איז געוואלדיג באהאלטן דערפאר ווען איינער קריכט אריין אין די חכמה דקליפה איז זייער שווער ער זאל זיך ארויסזען פון דעם ווייל דאס זעט אים אויס אמת און אלעס חוץ דעם פאר שקר און דערפאר איז די תשובה דערפון זייער שווער ווייל עס איז שווער צו טוישן א קאפ וואס איז אויסגעבויט מיט חכמה דקליפה און דערפאר איז כל הפורש ממינות מיית
אבער מיר געפונען אין די ספרים הקדושים אז מיט א שטארקע תשובה מיט מסירות נפש קען מען יא תשובה טון אפילו אויף כפירה און מינות
און מיט סייעתא דשמיא איז מען זוכה צו תשובה טון באמת און דעסטוועגן זאל מען קענען בלייבן לעבן אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו (עי' דברי יואל שובה דף רי"ג)
און כאטש דו האסט נישט לויט דיין חכמה קיין שום טראכט צו האבן מסירות נפש אויף א זאך וואס דו האלטסט אז דאס איז שקר, אבער האב רחמנות אויף דיר אליינס זיך נישט צו מאכן "מוזרעבל" א גאנץ לעבן, האב רחמנות אויף דיין זיידע און באבע, האב רחמנות אויף דיין טאטע און מאמע, האב רחמנות אויף דיין שווער און שוויגער, האב רחמנות אויף דיין ווייב,האב רחמנות אויף דיין צוקונפטיגע איידים, האב רחמנות אויף דיינע זיסע קינדערלעך, עס וועט דיר זיין זיס און גוט ווען דו וועסט מיט א שטארקייט זאגן פאר דיינע חברים איך זאג אפ ענקערע טעקסט, ווען דו וועסט יעדן טאג זאגן די ווערטער "פארשאלטן זאלן זיין די אלע משכילים רבונו של עולם העלף מיר איך זאל געראטעוועט ווערן פון זיי"
אדרבה זאלסטו ווייזן א סעמפל וויאזוי מען קען זיין א העלד און זיך שלאגן מיט די גרעסטע כח הטומאה ברעך דאס דורך און טו העלפן אנדערע ארויסקריכן פון די חכמה דקליפה
אדרבה מען מוטשעט זיך זייער אין הילף פון נפשיות'דיגע פראבלעמען פרנסות, שלום בית, תאוות פראבלעמען, חכמה דקליפה פראבלעמען, זיי דו דער וואס וועט העלפן אנדערע אידן אין די פראבלעם פון חכמה דקליפה,
באקומסט דאך זיכער עפעס א הרהור תשובה אמאל אמאל, !!הלואי וואלט איך נישט אריינגעפאלן אין די חכמה דקליפה!! נאר עס ווערט תיכף אוועקגעשטויסן, נא דאס איז דאך די בת קול וואס השי"ת שיקט אריין אין דיין הארץ שובו בנים שובבים און דו ביסט דאך מחויב צו תשובה טון אויף כפירה און מינות ד.מ. אז השי"ת זאגט דיר, עס איז טאקע שווער צו תשובה טון אויף כפירה און מינות אבער דו דארפסט און דו קענסט און דו ביסט מחויב צו טון אלעס מעגליך צו תשובה טון אויף דעם (דברי יואל שבת שובה דף רי"ג)
יעדע קלייניגקייט איז היינט ווי מסירות נפש די פאר קליינע זאכן וואס דו וועסט טון השתדלות די עיקר אפהאקן מיט די אלע אויפגעקלערטע און גיין מיט "תמימות" אזוי ווי אברהם אבינו דער גרעסטער פילוסוף אבער מיט עקשנות און תמימות התהלך לפני והיה תמים נישט מיט קיין איין ווארט ליצנות איז ער אנגעקומען,
גיב נישט אויף אפילו נאך מיליאן מאל פרובירן אז דו וועסט טון וועט דיר השי"ת העלפן,
געדענק אפילו ווען איינער האט זיך זיין נשמה אויפגעטוישט מיט א נשמה פון ערב רב אדער מיט א נשמה פון זרע עמלק אבער מיט די כח פון טראכטן אסאך מאל "איך וויל זיין ערליך" "איך גיי פרובירן צו טון וואס השי"ת וויל" "איך גיי פרובירן צו האבן ריינע אמונה אין חז"ל און נבואה", די מחשבות פון תשובה וועלן איבערטוישן די נשמה צו א נשמה קדושה
ליין איבער די בריוו יעדן טאג מיט תמימות אן קיין איין משהו ליצנות אבער די בריוו זאלסטו נישט פארפאסן צו ליינען קיין איין טאג ביז דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער על דרך ישראל סבא
דיין געוועזענע חבר ... און האפט צו זיין נאכאמאל דיין חבר נאכן זיך אויסרייניגן
עצה טובה קמ"ל פאר צו רבי ר' אלימלך זי"ע כ"א אדר וויין דיך אויס פאר השי"ת עס קען דיר אסאך העלפן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:20 am
דורך שבת אחים
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:30 am
דורך שבת אחים
איינער שרייבט דא פריער א שבח אויף א נפטר אז ער האט מעביר סדרה געווען פרייטאג צו נאכט נאכן דאווענען, און נישט אהיימגעגאנגען בעפאר ער האט נישט דורכגעלערנט חסידישע ספרים.
במחילת כבודו, דאס טאר מען נישט שרייבן, עס איז לשון הרע אויף א בר מינן!
אין שלחן ערוך שטייט "יקדש מיד", קיינער קען נישט און טאר נישט זיין קלוגער.
אויב האבן צדיקים געפירט טיש שפעט, און געדאוונט שפעט, איז עס הויכע זאכן.
מיר טארן עס נישט נאכמאכן, און אוודאי נישט דערמאנען אלס מעלה און שבח אויף א נפטר.
זאל אים "דער" זכות נישט ביישטיין אויף יענע וועלט.
ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.