בלאט 7 פון 214

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 11:11 am
דורך רויטע וואנצעס
טאמבל סאס האט געשריבן:שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.


אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:16 pm
דורך Mendymendymendy
ג.מ.ג. דאס מיינט, ג'ארנישט מ'יט ג'ארנישט! איך האב באמת נישט וואס צוצולייגן. איך פארשטיי נישט פארוואס איך מוז עס שרייבן מיט הונדערט און צוואנציג אותיות...

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
מענדימענדימענדי שלום עליכם. סתם אן איידיע פאר עפעס וואס דו קענסט יא צולייגן.

viewtopic.php?p=176967#p176967

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:26 pm
דורך כוכב
אדער קענסטו דא עפעס צולייגן
.viewtopic.php?p=178914#p178914

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:41 am
דורך חסיד
א איד וואס וויל צולייגן פארשידענע געדאנקן וכדומה, און קענען פארליינען פארען ברייטן ציבור מיין אייגנארטיגן געדאנקנגאנג אויף פארשידנאטיקייטיגע זאכן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:03 am
דורך מארקוס
כ'וויל שרייבן אביסל וועגן די באבאווער דין תורה, מיט א רואיגן און איידלן טאן מצד באבוב. כ'זעה נישט פארוואס איז מוז מיך דא אויספויקן, מיט מיינע טאלאנטן וכדומה, מען זאגט אז כ'שרייב גוט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:34 pm
דורך גייווייס
איך צייל מיך צווישען די סאטמאר'ער מיטגלידער. נו וועלכע? וועלכע איר ווילט. מיינע אינטערעסען נעמען ארום א רייע פון טעמען, אריינגערעכענט אבער נישט באגרעניצט צו, וועלטליכע און לאקאלע פאליטיק, פילאזאפיע, געאגראפיע, אלגעמיינע וויסענשאפט, טעכנאלאגיע און טעאלאגיע. פון דא און ווייטער איז בלויז א שפרינג צו מיין אלטימאטיווע פעאיגקייט: דעמאגאגיע. כ'פארשפרעך צו זיין אן אומשאצבארער בייטראגער צו קאווע-שטיבעל פאלעמיק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:49 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]תמימותדיגע[/tag], [tag]אינטער ברימער[/tag], [tag]arifriedman[/tag], [tag]בהסתרה[/tag], [tag]ניקסאן[/tag], [tag]פאלענד ספרינג[/tag], [tag]Mendymendymendy[/tag], [tag]חסיד[/tag], [tag]מארקוס[/tag], [tag]גייווייס[/tag].
מאכט'ס ענק באקוועם!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:56 pm
דורך כנור
שלום עליכם.

געהערט שוין פון לאנג פון דא. אבער אזוי ווי דער נייעס פונעם טאג איז "באבוב" און איך האב אויך א מיינונג ווי אלע אויף דעם, האב איך זיך איינגעשריבען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:13 am
דורך מנחם
איך בין א אינגערמאן מיט א קליין שווארץ בערדל, לעצטענס אפאר ווייסע אויך.
אינדערהיים טרינק איך מים חיים, און אין די קאר קאק.
מיין טעלעפאן האט געווענדליך לאו בעטערי.
איך דרייוו א קעמרי מיט צוויי דריי דענטס.
איך גלייך צו פארברענגען אויפ'ן געוועב ווען איך האב אפאר מינוט, איך האף צו קענען הנאה און מהנה זיין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:21 am
דורך קאווע טרינקער
Welcome
אויב קענט איר, [tag]מנחם[/tag] צו ענדיגען דעם בילד...
די הענטליך פון אייער גלעזער איז אונטער די פיאות אדער העכער?
דו קנעפליך פון אייער ערמעל איז אפען אדער פארמאכט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:51 am
דורך מנחם
הארץ און גערן.
כהיום גיי איך מיט לענסעס, אבער איך גלייך שטארק איינער פון די נייע סטייל גלעזער (די פון דזשעי. עף. קעי'ס עפאכע), ממילא פלאן איך בקרוב צו טוישן צו גלעזער. איך האב נאכנישט באשלאסן וועגן די הענטלעך העכערן אדער אונטערן.
און בית מדרש גיי איך מיט א אפענעם קנעפל, ווען איך דארף גיין צו א מיטינג אטעם איך אריין טיף און איך פארמאך עס.
וואטעלס? ציצית האביך צוויי, איינס אינדרויסן און איינס אונטערן העמד.
גענוג קלאר?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:14 am
דורך איך אויך
פארוואס צוויי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:21 am
דורך אוויץ
איך שרייב דא פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל. כדי צי קענען ליינען וואס חברים האלטן אויף פארשידענע ענינים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:27 am
דורך איש עברי
וואס האלטסו אויף פארשידענע עניינים? איך בין בכלל קעגן פארשידענע עניינים, איך האלט אז ס'ברענגט איבערוואג, און בכלל האט מען ביי אונז נישט געהאלטן דערפון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:48 am
דורך איש עברי
[tag]מנחם[/tag] און [tag]גייווייס[/tag] זעען אויס צו זיין פיינע נייעס, לאזט ענק הערן אביסל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:49 am
דורך שמעקעדיג
גיי_ווייס איז ענליך צו ווייס_גיי?....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:50 am
דורך איש עברי
איך אויך האט געשריבן:פארוואס צוויי?


קעגן זיינע צוויי ניק'ס דא אין שטיבל.
ועוד יש לומר, א וואלענע פאר זיין אייוועלט-ניק, און א קאטענע פאר זיין היזיגע ניק.
ומי יבוא בסוד קדושים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:17 pm
דורך תמימותדיגע
[tag]ראשעקאל[/tag], איך בין שוין אן אלט געזעסנער ניק, וואס שרייבט דא גאנץ אפט מיט עטליכע הונדערט גאנץ אינטערסאנטער תגובות אונטער מיין פאסיג. כאטש איך האב נאך כמעט נישט מגיב איבער די באבובער פילוג, האב איך יעצט געפילט אז איך מוז שרייבן מיין געפילן און מיינונג און דעם. נישט וועלענדיג מגלה זיין מיין פערזענליכע איידענטיטעט, האב איך געמאכט א נייע ניק.
עניוועס דא איז א באקוועמע פלאץ, און איך בין ווייטער ממשיך צו שרייבן מיט מיין געהעריגע ניק געהעריגע תגובות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:45 pm
דורך מנחם
איך אויך האט געשריבן:פארוואס צוויי?

וועל אין אמת'ן אריין בין איך פיל קילער ווי איך זעה אויס, דאס אז איך גיי מיט איינס אונטערן העמד אויך ווייסן נאר מיינע גאר נאנטע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:02 pm
דורך אלץ ווייזער
איך ליין אסאך אייערע ארטיקלען און איך פיל אסאך אז איך פיל ביי מיר די ווערטער צוצושרייבן אן הגה אדער עפעס אנצומערקן וכדומה האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:19 am
דורך ואימא איפכא
איך ליין אפט אייער אשכולות. סאיז געקומען דו צייט זיך צו אנרופען אביסל. סאיז דא זאכן וואס מדארף אמאל פארציילן פאר דו עולם זאכן וואס כהאב אליין געזען. לאו דווקא דאס אדער יענס, כרעד באופן כללי. איך בין א אמת'ער אינסיידער נישט בנוגע עפעס ספיציפעש נאר אין אלגעמיין. כהאב ליב אריינצוגיין און נושאים, און פארברענגען אונערווענדיג אביסל, נאכדעם ארויסצוגיין, און בייטראכטן די נושא פון אלע זייטן. אסאך מאל האט א נושא צענדליגע זייטן , און דער וואס קען צולייגען אלע זייטן אוז לדעתי א גרויסע העלד!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:20 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
כ'פלעג צו האבן א ניק דא, געווען פון די ערשטע ניק'ס אויף ק"ש. כ'האב געמוסט פארלאזן דעמאלטס מחמת סיבות שונית.
שוין נישט געווען אויפן סייט קנאפע א יאר, כ'וויל זיך צירוק באקאנט מאכן מיט מיינע אלטע חברים