בלאט 7 פון 11
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:01 am
דורך ברסלבער
ירח בן יומו האט געשריבן:האב איך עפעס אוסגעלאזט?
י) דער בעזים שטעקן
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:07 am
דורך Kool man
די מנהג פון דוכענ'ען שבת אין סאטמאר האט סאטמארער רב זצ"ל מיטגעברענגט פון ירושלים [געהערט פון אן'אלטען סאטמערע יוד]
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:50 pm
דורך שמערל
און אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
Kool man האט געשריבן:די מנהג פון דוכענ'ען שבת אין סאטמאר האט סאטמארער רב זצ"ל מיטגעברענגט פון ירושלים [געהערט פון אן'אלטען סאטמערע יוד]
אויב אזוי, פארוואס דוכנט מען נישט יעדן טאג כמנהג בני ארץ ישראל ?
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
Kool man האט געשריבן:די מנהג פון דוכענ'ען שבת אין סאטמאר האט סאטמארער רב זצ"ל מיטגעברענגט פון ירושלים [געהערט פון אן'אלטען סאטמערע יוד]
איך ווייס גארנישט איבער דעם "מנהג". איך האב שוין נישט געדאוונט אין סאטמאר ביהמ"ד (ראדני) זייט ניסן תשל"ד...
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:32 pm
דורך לית דין בר נש
די רבי איז די לעצטע מאל גיוועהן און ארץ ישראל תשכ"ה איז אויב האט ער עס מיטגיברענגט פון ירושלים איז דאס די שפעטסטע דאטום וואס ער האט עס גיברענגט וואלסטו עס יא געדארפא גידענקען
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:46 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:די רבי איז די לעצטע מאל גיוועהן און ארץ ישראל תשכ"ה איז אויב האט ער עס מיטגיברענגט פון ירושלים איז דאס די שפעטסטע דאטום וואס ער האט עס גיברענגט וואלסטו עס יא געדארפט גידענקען
אבער איך האב אייביג געדאוונט אין "פאליש"...צוזאמען מיט די...וואוילע יונגען און אנדערע בחורים...
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 6:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
שמערל האט געשריבן:און אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
ס'באוואוסט, אז וועמען מנשה לוסטיג שעלט, איז נאכער זייער מצליח.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין ירח@ , נטעי גבריאל ?
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 9:51 pm
דורך מפוזרי
שמעקעדיג האט געשריבן:אין געוויסע נדבורנא מקומות טוט נישט דער ש"ץ אן א טלית שבת ביי מנחה. מען דאווענט בלויז מיטן שטריימל/בעקישע.
וכן נוהגים בגור.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 9:52 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:און אך און וויי איז פאר די וויסטע אנטיסעמיטן וואס זאל זיי נאר בייפאלן זיך צו דאכטן צו פראבירן צו קאנטראלן אביסל אונזער הערליכער מנהג פון פארברענען בעזעם שטעקענעס און גלאזערנע מאיאנעיז סלויען. זיי קענען פארפירן מיט זייערע לעכערליכע העצע ביז מארגן, הפנים זיי באדערט אז אונזערע גאסן וועלן שטינקן ביז נאך אחרון של פסח, יא פאר א מנהג ישראל מעג מען שטינקן אביסל! און וועם עס געפעלט נישט, זאל רוען אויף אים אלע קללות וואס מנשה לוסטיג האט נאר אמאל געשאלטן.
ס'באוואוסט, אז וועמען מנשה לוסטיג שעלט, איז נאכער זייער מצליח.
ווי למשל סאטמאר?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב געשאלטן סאטמאר? תייסרך רעתך
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 9:14 pm
דורך ירח בן יומו
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זייער שיין ירח@ , נטעי גבריאל ?
ניין. אפשר האט ער נאך אפאר זאכן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
אין סקווער טיילט מען המן טאשן נאך בדיקת חמץ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
עס האט זיך איינער גע'חידוש'ט צו ר' חיים ברים זצ"ל (אויב איך בין זיך נישט טועה) אז עס קען נישט זיין. און אז יא איז עס זיכער פארן מאכן בדיקת חמץ און אויף רייניגען ,האט אום ר' חיים געזאגט, קען זיין טאקע. אבער טאמער מאכט מען בדיקת חמץ נאכן טיילן . דאן טייעלט מען "נאכאמאל" נאך בדיקת חמץ...!
גראדע האט זיך דער מנחת אלעזר אויך אזוי געפירט ,(נישט אלטץ די סיבה , נאר נאך מים שלנו בין מנחה למעריב האט ער געטיילט מזונות און ברוינפן )
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנט איז אז פסח וואס עס שטייט אין תוספתא אז מען איז אויף א גאנצע נאכט , פירט מען זיך נישט אזוי , משא"כ שבועות וואס עס ווערט נישט דערמאנט א חיוב אויף צו זיין א גאנצע נאכט. איז מען יא אזוי נוהג ,
עס איז אינטערעסאנט טאקע אז דער מחבר האט משנה געווען די לשון ביי פסח ביינאכט אז מען איז אויף "עד שיחטפנו שינה"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:43 pm
דורך ירח בן יומו
מפוזרי האט געשריבן:אגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:20 am
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
ווען טרינקט מען די פיפטע כוס?
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 11:44 am
דורך מפוזרי
די פערטע טרינקט מען פאר נשמת און מ'לאזט אויס מיט יהללוך, און נאך נשמת ענדיגט מען צו מיט ישתבח ושותים כוס חמישי.
אזוי איז כמדומני אנגענומען היינט ביי די וואס פירן זיך אזוי. אבער לפי הגדת ספר הזמנים פונ'ם ראדזינער זענען די ד' כוסות כמנהג העולם, און די פיפטע טרינקט מען אינמיטן די פיוטים.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 4:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
גראדע האט זיך דער מנחת אלעזר אויך אזוי געפירט ,(נישט אלטץ די סיבה , נאר נאך מים שלנו בין מנחה למעריב האט ער געטיילט מזונות און ברוינפן )
די טעם פארוואס מ'טיילט המן טאשן, איז טאקע א אנדערע טעם, ווייל ס'איז ווי א המשך פון די הארות פון פורים, און אלץ שיריים פון פורים, און אויך אז די נס פון פורים איז דאך באמת געווען אין פסח, און די גאנצע סעזאן זאגט מען דאך דערויף, 'החודש אשר ישועות בו מקיפות'.
איז נאך וואס דער רבי ענדיגט זאגן כל חמירא און די יהי רצון, פירט ער אויס 'מען זאל עס דערלעבן איבערן יאר [אזוי רוב זאכן וואס מ'גרייט אן פאר פסח זאגט מען דאס] און דאן טיילט ער המן טאשן - צוזאמען מיט א שטיקל 'נונדט' - דאס איז ווי א צוקער'ל - ניס מיט האניג' געמישט, וואס מ'מאכט ע''פ הלכה א העץ דערויף, און דאס איז אויך אלץ שיריים פון פורים.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 4:50 pm
דורך יין שרף
שמעתי אז הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע האט געטיילט המן-טאשן מפורים, לאחר בדיקת חמץ.
אין געוויסע מקומות האט מען געגעסן די שיריים פון משלוח מנות אויף שבת הגדול.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:14 pm
דורך מאטי
אין געוויסע מקומות פירן זיך די פארהייראטע מענער אנצוטון יעדן יומא דפגרי אויפן קאפ עפעס א מאדנעם שווערן רעדל ארומגענומען מיט טונקעל-האריגע שוואנצן פון א קליינע חי', און זיי צאלן נאך אוועק פאר דעם א הון תועפות.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:25 pm
דורך כפתור
[quote
האב איך עפעס אוסגעלאזט?[/quote]
סמארט פאון