בלאט 7 פון 7

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:45 pm
דורך הוגה
קל וחומר האט געשריבן:די רענט דארפסטע בהכרח, דא רעדט מען פון וואס דו 'ווילסט האבן'.
ולא פליגי.

יעצט ליין איבער מיין ערשטע תגובה אויף דער נושא און קענסט אויסמעקן די לעצטע צען תגובות דא.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:51 pm
דורך קל וחומר
ביזט געקומען אטאקירן דעם ווארט, בינעך עס געקומען מסביר זיין.
ביידע קענען בלייבן גערעכט!

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 7:44 pm
דורך א איד
149. אסאך מענטשן וועלן דיר נאר ליב האבן אויב דו פיטסט אריין אין זייער באקס, שרעק דיר נישט זיי צו אנטוישן.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:39 pm
דורך א איד
150. דאס לעבן איז אזוי ווי דרייוון א (שייגעץ) בייק, צו האלטן דעם באלאנס, דארף מען האלטן זיך און איין ריקן פאראויס.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 4:35 pm
דורך א איד
151. דאס מענטשס ספעציעלקייט איז נישט אז ער קען פאררעכטן די וועלט, נאר אז ער קען זיך אליין פאררעכטן.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 11:47 pm
דורך א איד
152. אויפגעבן מיינט נישט אלץ אז מען איז א שוואכע מענטש, אסאך מאל מיינט עס אז מען איז גענוג שטארק און קלוג עס צו טוהן, און דאך ווייטער אנגיין.
153. פונקט ווי אונטער די ליכטיגקייט באהאלט זיך טונקלקייט, אזוי אויך אונטער די טונקלקייט באהאלט זיך דאס ליכטיגקייט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:04 am
דורך א איד
154. מענטשן וועלן אפשר שווערער ארבעטן אונטער קריטיק, אבער מיט א קאמפלימענט וועסטו ארויסברענגען זייערע כשרונות עד הסוף.
155. קאנפידענץ מיינט נישט אז מען שעצט דיר, נאר אפילו מען שעצט דיר נישט גייסטו ווייטער אן.
156. איין טאג וועסטו נאך צוריק קוקן אויף דיינע שווערע צייטן מיט הנאה אז דו האסט נישט דעמאלטס אויפגעגעבן.

157

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:01 pm
דורך געוואלדיג
געווענטליך איז אומגעווענטליך, אזוי אז עס איז אומגעווענטליך צו זיין געווענטליך.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:20 pm
דורך mevakesh
Technically we’re dancing every day. And it doesn’t matter how you look. It matters how you move.”


https://m.facebook.com/?_rdr#!/story.php?story_fbid=1400630700011026&substory_index=0&id=102099916530784

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:20 am
דורך mevakesh
אגב איך גלייך נישט דער קעפל פונעם אשכול נישט דא אזא זאך קליינע מענטשן יעדער מענטש איז אן עולם מלא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:50 am
דורך אדונינו
mevakesh האט געשריבן:אגב איך גלייך נישט דער קעפל פונעם אשכול נישט דא אזא זאך קליינע מענטשן יעדער מענטש איז אן עולם מלא

ביים כיכר אין צפת שטייט: האדם עולם קטן, העולם אדם גדול...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 12:11 pm
דורך וואלווי
mevakesh האט געשריבן:אגב איך גלייך נישט דער קעפל פונעם אשכול נישט דא אזא זאך קליינע מענטשן יעדער מענטש איז אן עולם מלא


אד"ם ר"ת א'פר ד'ם מ'רה עיין סוטה ריש פרק קמא. ווען א מענטש האלט זיך קליין (אויף א געזונטע אופן דוקא!) מיינט עס אז ער פארשטייט זיין מענטשליכע לימיטעישענס און ער איז מער אבדזשעקטיוו. דוקא דעמאלטס קומט ארויס גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשען. מי לנו גדול ממרע"ה.