בלאט 7 פון 7
מוהרא"ש זצ"ל אין די לעצטע פאר מינוט פון זיין לעבען
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:59 pm
דורך נופת צופים
אתא, א קליינע בקשה לטובת הציבור, ווען דו שטעלסט ארויס א לינק, ביטע שרייב א האלבע שורה וואס דאס איז.
בד"וו די ערשטע האלב פונע'ם url קענסטו אייביג אויסלאזן. מ'ווייסט ממילא. [emoji6]
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 4:36 pm
דורך ראש הישיבה
מען פארט אין די מאסן צום ציון.
א צעטיל וואס הענגט לעבן די כותל
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:57 pm
דורך הבא ללמד
אינטערסאנט און דע מודעה שטייט "שיבואו ויסיימי את כל ספר התהלים "מכל הלב" און דע צוואה שטייט "שיבואו לציון קבורתי ויגמרו שם את כל הספר תהלים בפעם אחת בלי הפסק" און דע "מכל הלב" ווערט דארט אינגאנצען נישט דערמאנט, זיעט אויס זיי ווילען נישט נעמען קיין טעשנסעס אז טאמער וועט עס נישט געלונגען איז עס וועגען עס איז נישט געווען "מכל הלב"
ווי זאגט יענער "ווייל די האסט נישט געגלייבט"
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:32 pm
דורך בן נריהו
[justify]געווען אין אומן - ביי רבי נחמן - ראש השנה; אין ריבניץ - ברענען ציגל - שושן פורים; אין ליזעסק - כ"א אדר - ביי רבי ר' אלימלך; אין קערעסטיר - ביי רבי ישעיהו'לע אסרו חג פסח; אין נו דזערזי - ביי רבי נפתלי'צע צבי מ'באבוב - ל"ג בעומר; און יעצט אין יבניאל ביים יבניאל'ער צדיק.
וועלכער צדיק בעקומט קרעדיט אין די ראוילינג קרעדיט פון די ענדגילטיגע ווינדער ערצעלונג?
פילייכט - איז מיין קלער און טראכט - איז א חז"ל'שע פארבאט אויף כ"ד חודש צווישן איין צדיק און אנדערען אין פלאץ, אזוי - כאטשיק - וועט זיך אנזען פון וועלעכע צדיק'ס השפעה-ברוסטן מען זייגט.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:40 pm
דורך Milk shake
די סגולה ארבעט בעסער ווען מ'פארטוישט זיין נאמען פון ר' אליעזר שלמה אויף שלמה אלעזר? מה הפשט?
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:04 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די רבי ז"ל רופט אויף ראש השנה
IMG-20150602-WA0000.jpg
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 4:45 pm
דורך יענער פויגעל
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:00 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?
לכו' א דערמאנונג.
זיי מאכן א מצב יעדעס יאר
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:46 am
דורך הוגה
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?
דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am
דורך יענער פויגעל
הוגה האט געשריבן:יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?
דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.
אויב אזוי פארוואס איז מען טאקע ממשיך די מנין?
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 11:09 am
דורך הוגה
איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.
שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:00 pm
דורך שושן פורים
הוגה האט געשריבן:איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.
שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.
ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר
דא
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:06 pm
דורך יענער פויגעל
יישר כח פארען קלארשטעלן
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:21 pm
דורך ברסלבער
שושן פורים האט געשריבן:ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר
דא
זיי שרייבן דארט אז בחייו האט ער געוואלט מען זאל דאווענען מיט אים און לאחר פטירתו זאל מען גיין וואו מען וויל. דאס איז נישט אמת, ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל גיין דאווענען וואו מען וויל, ווען ער האט גערעדט פון ראש השנה אין אומאן האט ער געווענליך צוגעלייגט אז דער עיקר איז אז מען זאל זיין אין אומאן, און עס איז נישט קיין חילוק וואו מען דאווענט דארט, און די זעלבע האט ער געשריבן אויף אומצאליגע פלעצער.
דער צעטל איז זייער פשוט פארשטענדליך צו מודיע זיין אז דער מנין אין בנין המעגעמעטער וועט ווייטער אנגיין ווי פריער.
נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 10:36 pm
דורך זעמיל מילכיגער
איינער ווייסט וואס עס גייט פאר עכשיו ביבנאל??? מען האט געטראפן די וואך ר' אשר טלידנו הי'ד געהאנגען אויף זיין פארטש, און אין איילעניש געווארן אפגעפירט אין שפיטאל ווי דינסטאג איז ער אוועק, אפיציעל איז געשטאנען באריכטעט אין די נייעס אז ער איז באגאנגען זעלבסט מארד, אבער ווי א קליפ פון א סורוועיליענס קעמרע האט פארגעשטעלט זעהט מען ווי צוויי אירע שלעפן איהם און דערמארדען איהם. ווי זיי געבן איבער איז ער געווען גבאי דארט און צוליב פאליטישע חשבונות פון משה בן מרא"ש האט מען געדינגען פארשוינען זאלן איהם מסדר זיין.
האט איינער מער דעטאלען????????????
נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2015 11:41 pm
דורך געוואלדיג
א לינק ביטע
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:11 am
דורך זעמיל מילכיגער
די לינק שטייט נישט גארנישט וועגען זעלבסטמטרד נאר אז מען האט איהם געטראפן פארוואונדערט, אין אנדערע קוועלער וואס איך האב נישט קיין צוטריט אויפן מינוט שטייט אז ער האט געוואלט באגיין זעלבסמארד.
נייעס פון זינטאג
http://www.umanshalom.co.il/html/news/b ... s3887.htmlנייעס פון דינסטאג
http://umanshalom.co.il/html/news/bresl ... s3892.html
נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:35 pm
דורך כלבאשבוע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=puVZQ9aomhY[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:05 am
דורך קאצקע ציקער
Omg!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:48 pm
דורך ליפא
יומא דהילולא דעם ערב שבת