בלאט 7 פון 8

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:02 pm
דורך mevakesh
ביי די קוקניקעס איז דאווענען אין די טבע א גרויסע זאך
איך וויס נישט וויאזוי זיי פארענטפערן די הלכה מן הסתם אז עס איז נישט בקביעות נאר לעת הצורך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:25 pm
דורך סמבטיון
דער הייליגע בעל שם טוב איז דאך שוין ארויס אויפן פעלד מקבל שבת זיין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:31 pm
דורך געוואלדיג
ווען מען רעדט פון תפילה מיינט דאס שמו"ע.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:58 pm
דורך גראף
אויב איך מעג פרעגן, ווי פירט מען זיך/פירט זיך נישט אן צו טיען א טלית אונטער די חופה? ס'איז די ערשטע מאל איך זעה דאס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:59 pm
דורך סימפל
שמעקעדיג האט געשריבן:שו"ע או"ח סימן צ' סעיף ה':
"לא יתפלל במקום פרוץ כמו בשדה, מפני שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך ולבו נשבר".

איך זאג נישט, כ'פרעג נאר.

אפשר וועגן דעם האט דער רבי נישט געלאזט גיין מתפלל זיין ביים כותל...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:08 pm
דורך לעיקוואד
גראף האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, ווי פירט מען זיך/פירט זיך נישט אן צו טיען א טלית אונטער די חופה? ס'איז די ערשטע מאל איך זעה דאס.


http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?t=1605

מנהג אשכנז העתיק ללבוש טלית על החו"כ בחופה.
מנהג ספרדי לברך שהחיינו על החתונה על טלית חדש.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:23 pm
דורך קל וחומר
די מנהג פון זיך שערן איז נישט גענוג אלט..? [emoji12]

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:27 pm
דורך גראף
@לעיקוואד מזל טוב
May you both have a wonderful and blessed life.

אויף אן ענטפער פון דיר האב איך נישט ערווארט. יו מעיד מיי דעי!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:35 pm
דורך יואליש
קל וחומר האט געשריבן:די מנהג פון זיך שערן איז נישט גענוג אלט..? [emoji12]


די מנהג פון זיך נישט שערן איז נאך עלטער. :lol:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאך די חתונה, וואלט איך געמיינט אז ער וועט רע'אגירען גיכער מיט'ן נאמען [tag]פארשוויגען[/tag] ווי מיט [tag]לעיקוואד[/tag] :D

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:19 am
דורך [NAMELESS]
איך וויל זיך גרייטן אויף פורים, קומט אבער פאר א הסתר פנים אויפן ספר הפנים. ווידער פון טוויטער זעה איך אז נישט אלעס איז אויפן בלאג.

כבוד הרב לאווי שליט"א, אויב זענט איר בהסתר ווייל איר זעהט נישט קיין פידבעק און איר מיינט אז דער עולם איז נישט נייגעריג, זייט וויסן אז איך בין שותה בצמא דבריכם, און איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגסטער, כאטשיג מיר לאזן נישט קיין פידבעק.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:35 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:איך וויל זיך גרייטן אויף פורים, קומט אבער פאר א הסתר פנים אויפן ספר הפנים. ווידער פון טוויטער זעה איך אז נישט אלעס איז אויפן בלאג.

כבוד הרב לאווי שליט"א, אויב זענט איר בהסתר ווייל איר זעהט נישט קיין פידבעק און איר מיינט אז דער עולם איז נישט נייגעריג, זייט וויסן אז איך בין שותה בצמא דבריכם, און איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגסטער, כאטשיג מיר לאזן נישט קיין פידבעק.

איך האלט שוין נאכן דורכטוהן די שבעים אותיות וואס איז ארויסגעקומען דאס יאר ברוב פאר והדר, כ'האב אויך באקומען נאטעפיקעישאנס איבער א מאמר אויף קם רבה ושחטיה, אבער דאס לאז איך פאר שבת זכור.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:11 pm
דורך לעיקוואד
צוליב פארשידענע טירדות האב איך נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו ארבעטן אויף א געהעריגע נייע שבעים אותיות היי יאר, איך ארבעט אבער אויף א קונטרס 'אדרא דחדוותא' מיט נייע מאמרים לכבוד פורים, מען קען עס זעהן דא ווי עס האלט.

https://drive.google.com/file/d/0Bw2C0K ... lsUE0/view

און א דאנק פאר די אטענשין. כ'בין נישט זיכער וואס איר מיינט וועגן א הסתר פנים, איך האב פארמאכט רוב אלטע זאכן אויף פ"ב לחברים בלבד מטעם הכמוס, אבער אויב איז דא א געוויסע מאמר וואס איר זוכט וועל איך זיין צופרידען דאס צו עפענען אדער שיקען.

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:19 am
דורך טמיר
עס ווערט געזיכט א מתרגם פון אראמיש צו לשוה"ק צו איבערטייטשן די זוהר חדש 2017 אויף פורים!
ווי אויך זיכט מען א נדבן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:30 am
דורך moshav zekeinim
טמיר, דו דארפסט וויסן אז לעיקוואד האט מיינונגען וואס שטימט נישט מיט דיינע פרומע מיינונגען. ער איז א היבשער משכיל

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:44 am
דורך טמיר
נו פארדעם וויל איך הערן וואס ער האט מי זאגן! אפשר וועל איך אויך ווערן א משכיל

Re: כי ביצחק יקרא!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:53 am
דורך טמיר
מושב, כ'וועל דיך זאגן נאך עפעס. איך פריי מיך גראדע מער מיט א אויפגעקלערטער/משכיל - וויאזוי דו ווילסט עס ריפן- ווי מיט איינער וואס גייט מיטן שטראם אזויווי איך. און די סיבה איז אז עס איז מיך א שטיקל חיזוק אז אפילו מען איז א חוקר וכו' קען מען נאך אלץ זיין א שותו"צ. דאס הייסט אז מען דארף נישט זיין א תם צו זיין אן ערליכער איד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 7:39 am
דורך קורקלענד
חניאקישע און תם איז צוויי אנדערע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:52 pm
דורך moshav zekeinim
טמיר, אז דו ביסט אקעי מיט השכלה האב איך גארנישט געזאגט. וועלקאם טו טהע קלאב!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:23 pm
דורך קומזיץ
ישר כח @ריכטיג פאר'ן ארויפברענגען החכם הגדול ר יצחק און ישר כח ר יצחק פאר'ן ארויפלייגן די לינק , איך האב אנגעהויבן צו ליינען , שיינע הערליכע מאמרים , אבער אפשר קען מיר איינער ערקלערן פארוואס ס'איז געשריבן און אראמיש , ער שרייבט ווייל אראמיש איז לישנא דנשמתא וואס מיינט דאס??

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 8:19 pm
דורך לעיקוואד
ס'איז על פי קבלה :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:ס'איז על פי קבלה :lol:

דער סמיילי איז לכבוד פורים, אדער האסט בכלל עפעס א נייע דרך?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:16 pm
דורך איש את רעהו
עס איז שוין היינט נישט דא ווער עס זאל מקבל פנים זיין [tag]לעיקוואד[/tag]