בלאט 7 פון 7

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:57 pm
דורך פרייוויליג
חברה!! איך גיי מיך גיין פאראכענען א לילקע:

בילד

ביטע מיך מעלדן ווען די אפגעריסענע סומאטאכע איז פארביי, דאן וועל איך צוריקקומען אויפן ריאיאן.

להתראות.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
אדרבה, ממך ילמדו.
כ'ביניש מקנא די ביזי חברה, ווי פישעלע הערינג מיט איחוד פעלד און נאך אנדערע ניקס וועלכע וועלן אנקומען נאכן סומאטוכע 2.0 ווי א שירעם נאכן רעגן

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:חברה!! איך גיי מיך גיין פאראכענען א לילקע:

ביטע מיך מעלדן ווען די אפגעריסענע סומאטאכע איז פארביי, דאן וועל איך צוריקקומען אויפן ריאיאן.

להתראות.

אויב איז אמת אז רויכערן פארקורצערט די יארן דאן טוה מיר א טובה ביטע און שיק מיר אריין א לולקע אין אישי. איך עס מיך אויף די יארן דא און פון אזויפיל עסן די לעצטע דריי טעג לייד איך שוין פון איבערוואגיגקייט אזש אז ס'טרעט מיר צו צו דער געזונט.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:18 am
דורך לעיקוואד
און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:23 am
דורך לעיקוואד
סדרן אין אישי האט געשריבן:טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

לעיקוואד האט געשריבן:און אונז האבען בתמימות געגלייבט אז דאס איז א וויץ. ווייזט אויס די צעקות פון המלוכה וחבריו דאס איז גאר געווען דער וויץ, דאס אז עפעס מנהלים האבען מחליט געווען איינפירען אן אייוועלט סטייל ווערטשאפט אין קאווע שטיבל איז גארנישט קיין וויץ.

קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט אין אישי.

זאגטס נאר איר זענט ערנסט?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:25 am
דורך הוגה
איך האלט אז מ'דארף אויסשפארן לעיקוואד לכה"פ פאר איין וואך!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:08 pm
דורך געוואלדיג
לעיקוואוד זיי אונז מגלה וואס האט דיר געמאכט שרייבן די הודעה וואס לכבוד דעם האסטו באקומען די אישי, א דאנק.

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט נישט גענומען קיין פינעף מינוט און מ'האט שוין אנגעיאגט צו ווארענען לעיקוואוד און ער האט עס געקענט ארויפלייגען. וואו.
לגבי דער עצם מעשה, דער אריגינעלעם מאמר פון גנדי איז געווען גאנץ פיין, אבער נישט אזוי פיל אראפגעריסען די מוסדות ווי מ'וואלט געמיינט. א קליינעם ציפ געטוהן סך הכל. די מנהלים פון מוסדות דארפען זיך לאזען וואקסען נאך א הויט.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:14 pm
דורך געוואלדיג
ח) קריטיק – אויב איינער האט א פראבלעם מיט א הודעה, איז נישט ערלויבט צו שרייבן פרישע הודעות מיט מחאות אויף דעם אינהאלט. עס איז דא פאר דעם א ספעציעלן קנעפל ("!"), וואס נאכ'ן דרוקן קען מען אריינשרייבן דעם פראבלעם. די מנהלים זעען דאס, און וועלן דאס באטראכטן די שנעלסטע וואס מעגליך. מען קען אויך איבער סיי-וועלכן פראבלעם שיקן א הודעה אישית פאר איינער פון די מנהלים.

ט) קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.


פון די תקנות הפארום

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז לעיקוואוד איז נישט אין דער גדר, ווער יא? אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי קיר?