בלאט 7 פון 8

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 3:02 am
דורך נולד מאוחר
קענסט מיר ביטע מגלה זיין דו עמוק עמוק עמוק פונעם קושטאופיע? כהאב געפילט אז איים מיסינג סאמטינג ווען כהאב עס געליינט

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 3:07 am
דורך רויטע וואנצעס
דער שרייבער איז זיך דא (נישט) מסביר.
viewtopic.php?p=264620#p264620

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 9:53 am
דורך א איד
א גוטן אסרו חג - מה נאמר ומה נדבר די פה-סח איז געווען דאס יאר במלוא מובן המלה, צוגעשטעלט פאר מיר צו ליינען, פאר די ווייב, און צו פארציילן פאר די קינדער.
יעצט דארף מען נאר טרעפן די פאר מינוט צו קאמענטירן אויף אלע ארטיקלען.
א גרויסן יישר כח פאר @מה הוא, און אלע שרייבער, העלפער, רעדאגירער א.א.וו.
און א עקסטערן ייש״כ פאר @כוכב, פארן מיר לאזן העלפן פאר אזא הערליכע אויסגאבע, איך בין שטאלץ צו זיין א חלק פון אזא פראיעקט.

"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 10:00 am
דורך א איד
בנוגע די ארטיקל פון משה איש האלקים ליהוי ידוע דאס איז אמת ויציב פאר ווער עס האט געקענט דעם מענטש.
בכלל איז ער אין די לעצטע יאר געווארן מער אויפגעכאפט, און דאס יאר לכבוד זיין יארצייט, איז דא אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הר״ר משה חיים שטיינבערג, וואס איז געווען גאר נאנט צו אים, ווי אויך אין די צייטונג איז דא א באשרייבונג פון אים, אין וואס עס שטייט דא אין אונזער ארטיקל, זאגט הרב שטיינבערג אויף קול מבשר אויך, און כפי ידיעתי שטייט דאס אויך אין די צייטונג, כהאב עס נאכנישט געזעהן.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 10:12 am
דורך petergrifin
שכוח א איד פאר דער ארטיקל איך האב ליב סאם טיימס ספאקי מעשות. האט ער געוואוינט אין דער אפארטמענט בילדינג אויף 15th ave and 47th st?

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 10:34 am
דורך [NAMELESS]
ישר כח ר' א איד זייער אינטערעסאנט און אינספייערינג געווען, אין די צייטונג איז נישט געשטאנען האלב פון דיין ארטיקל,

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 10:53 am
דורך ישמעאל הכהן
ווער האט דעם פילם ווי ער שפילט מיט די פייגלעך?

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 11:19 am
דורך א איד
איך האב עס ערגעץ אין מיינע ארכיוון, כהאב נאכנישט געהאט קיין צייט עס אויפצוזוכן

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 11:20 am
דורך א איד
petergrifin האט געשריבן:שכוח א איד פאר דער ארטיקל איך האב ליב סאם טיימס ספאקי מעשות. האט ער געוואוינט אין דער אפארטמענט בילדינג אויף 15th ave and 47th st?

ניין ער האט געוואוינט אין די איסט סייד, פון דארט אין מאנסי, אין די לעצטע יאר צוויי אין אשל אברהם

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 12:32 pm
דורך יאיר
איך האב במשך פסח דורכגעליינט רוב ארטיקלען פון פה סח און איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון זיי. די באשרייבונגען אויף מוהרא"ש, ר' ישראל דוד שלעזינגער, און ר' אפרים זלאזניק זענען געווען שטארק דערפרישענד און געשמאק געשריבן. ס'איז א זעלטנהייט צו ליינען ביי אונז די פערזענליכע איינדרוקן פון א תלמיד איבער א רבי'ן. איך האב באוואונדערט די פארש ארבעט פון ראובן, ונבנתה העיר, כעלעמער מגיד און אנדערע, וועלכע האבן קענטיג אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין צוזאמשטעלן זייער ווערק. און עס איז מיר געווען אן עונג יום טוב צו ליינען די חומר למחשבה פארקליידעט אין פארשידענע צורות דורך כעלעמער מגיד, לעיקוואוד, פלאוויוס, בענזשאמין פרענקלין, פישלע הערינג, און אנדערע, וועלכע האבן געגעבן אן אייגנארטיגער קוק ווינקל אויף פארשידענע אספעקטן פון אידישקייט און פון לעבן.
איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע טאלאנטפולע שרייבער, מגיהים און גראפיקער, און בפרט פאר ידידנו החשוב @כוכב, וועלכער איז געשטאנען אונטער דעם גאנצן פראיעקט, און לא נח ולא שקט ביז ער האט צוזאמגעשטעלט א הערליכער ארבעט. א גרויסן יישר כח.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 1:00 pm
דורך נולד מאוחר
סאיס דא געווען ארטיקלען וואס איז געווען א שאד די פאפיר און טינט, נישט ווייל סאיז נישט גוט, נאר ווייל זיי קענאיך ליינען אין יעדע ספעציעלע פסח אויסגאבע פון די איד, בלאט.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 7:15 pm
דורך א איד
איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, און צו וועם זיך צו ווענדן.
איך טראכט אז פאר די נעקסטע פאר וואכן, ווילאנג דער עולם איז אין די פה-סח שוואונג, זאל זיין א סוב פארום מיטן נאמען פה-סח ווי דארט זאל ליגן אלע באשרייבונגען פונעם אויסגאבע, אזוי זאל מען עס נישט דארפן זוכן אין יעדע פארום כדי צו קאמענטירן.
יישר כח פארן אויסהערן.
א איד

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 8:22 pm
דורך נופת צופים
איך האלט אינמיטן מסדר זיין א מפתח. כ'האף עס ארויסצושטעלן אין די נעקסטע פאר שעה

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:29 am
דורך מה הוא
איך האב במשך דעם יו"ט אדורכגעליינט א גרויס חלק פונעם רייכען פה-סח און איך בין ממש ארגאפט געווארן פון יעדע ארטיקל עקסטער און איך האב שטארק הנאה געהאט ב"ה און איך ליין נאך אלץ איך האף אלעס צו דורכליינען
בשעת איך האב געארבעט האב איך טאקע געזען אלע ארטיקלען אבער נישט געהאט די מינומאם צייט צו ליינען אבער דעם יו"ט געקוקט מיט פולע ישוב הדעת און עס איז באיכות מלא תוכן
אנטשולדיגט נישטא געווען דעם יו"ט און געזען אז מען מיר געפרעגט,
איין זאך האט מיר דאס זיכער ארויסגעהאלפן אז עס האט מיר געגעבן א גוטע און שטארקע לעסין פאר קומענדיגע מאל און איך האב אסאך זיך געלערנט פאר אנדערע מאל אי"ה
און יא מען זעט אז עס איז גאר א שנעלע ארבעט,

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:14 am
דורך כוכב
[tag]בר דעת[/tag]
[tag]קאווע טרינקער[/tag]
[tag]יידל[/tag]
[tag]יאיר[/tag]
[tag]אחד העם[/tag]

מיין רבי פלעגט זאגן, נאך זעקס מאל כאפט ער אויפ'ן ווינק.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:40 pm
דורך טאביק
וויל גראטולירן די שרייבער פון די "פה-סח"
זייער א גוטע ארבעט
און נאך בחינם אויך
שטארק הנאה געהאט

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:00 pm
דורך טאביק
איך האב נישט געוויסט אז א כוכב קען אזוי גוט שמעקן

באניצער וועלכע האבן געלייקט כוכב פאר די הודעה (87 בסך הכל):
טאביק • לאליפאפ • סופר ומונה • שיטה מקובצת • המלוכה והממשלה • shem-tov • מאראנצןזאפט • קליגער אינגערמאן • יואליש • קריינא דאיגרתא • kliger • תנא קמא • אחד העם • משה געציל • נעגאשיעיטאר • וויליאמסבורגער • סלינקי • וועטערבאריכט • היסטאריקער • ראש הישיבה • лпم iοوԴ • גיבור • חיים נחום הלוי פריעד • מור וקציעה • Kool man • קארל • שפתים ישק • Big Boy • אבי גערעדט • ידען • שלום על ישראל • שלום בערגער • קאצקע ציקער • לעמיל • ר' שלמה אבן גבירול • גאנצל • סאשי פיש • petergrifin • יואב • יאסל ראקאווער • סמבטיון • מצטמק ויפה • עזריאל • סדרן • chusid • טאמבל סאס • יין שרף • רויטע וואנצעס • ראובן • דער געוואגטער יונגעל • געוואלדיג • עמעזאן • מפוזרי • איך אויך • געפילטע פיש • קאסטנער • פלעין יודיש • הוגה • ביבער • אויליגער • אפשר • מנחם • פליקער • ראשעקאל • בעל מדות • שמערל • אסף המזכיר • מאטי • קינד_אן_קייט • קאווע טרינקער • מוזיקאנט • שטילע אינגערמאן • ונבנתה העיר • פלאוויוס • אפטעמיסט • שמעקעדיג • אדנירם • בן תמליון • לעיקוואד • בן נריהו • קעלנער • נופת צופים • פישלע העררינג • ברסלבער • לית דין בר נש • ישמעאל הכהן • גראדעמעכעלע
ראנג: 79.8%

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:02 pm
דורך ביבער
[tag]כוכב[/tag], איז שוין דא א פלאן פאר נעקסטע אויסגאבע? ס'וואלט כדאי געווען צו לאזן מעלדן ווי פריער, איך האב באקומען א קנאת סופרים נאך די געלונגענע פה-סח אבער איך דארף מער צייט נאטיץ, געעוענליך דורכן וואך האב איך נישט קיין צייט און ישוב הדעת צו שרייבן אבער אמאל מאכט זיך א שעה אדער צוויי וואס איך בין פריי און אז מ'האט א ציל מיט א דאטום וועט עס געבן די מעגליכקייט פאר מיר און אנדערע פאריאגטע און פארפלאגטע נשמות ווי מיר אויך צו שרייבן.

תודה...

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:29 pm
דורך כוכב
ברוכים הבאים אלע חשוב'ע געסט צו קאווע שטיבל .
לאדנט אייך אראפ א פה סח. עס קאסט נישט קיין געלט.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:37 pm
דורך סאשי פיש
איך האלט אז כוכב שטייט אונטער די פרענק ער האט געוואלט צוציען ליינער צום הערליכען פסח אויסגאבע.
וועגן דען שפילט ער ווי ער האלט נישט דערפון...

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פונקט אין אזא הייסע סיזען האט מען עס אראפגענומען פון הויפט בלאט? ס'קען רואיג בלייבן ביז שבועות.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:39 pm
דורך כוכב
אלע מיינע גוטע פריינט ווערן געבעטן צו ריטוויטן רויטע און האלטן דעם אשכול הויך אויפ'ן אויבן אן.
:lol: