בלאט 7 פון 7

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:27 pm
דורך הקטן
תורה ומדע האט געשריבן:שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"
ס'איז דא געניג און נאך פלייסיגע בחרים און וווילע אינגעלייט, וואס האבן קאנעקטעט מיט דע "סיסטעם" אבער האבן קיינמאל און זייער לעבען נישט קאנעקטעט מיט דעם בורא עולם
ווייסען נישט וואס דאס איז טעמו וראו כי טוב ה

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:46 pm
דורך תורה ומדע
הקטן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"

מסכים אבער דער נשמה פון יהדות ליגט לדעתי אין לימוד התורה בעיון און מיט ״אינעלעקטועל האנעסטי״.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:56 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן:דו האסט א פראבלעם מיט א fallacy ?
דא איז די ריפראט worldhappiness.report/
מיר רעדן פין סייענס,שלום האט געברענגט פין psychology today
און די ווייזט מיר עפעס א קירוב סייט?

קענסט מסביר זיין וואו אזוי דיין נערישער סייט איז געקימען צי זיין מסקנה?
איז טאקע אמעריקע 13 אויך אוף די ליסט פין פרייהט נאך דענמארק? און United Kingdom 23

Burundi איז די נידרקיסעט אויף דעם ליסט וואס האט א 20% אימגלויביגע -
דיין סייט כדי די קליינע קינדער זאלן דאס אפקויפן שרייבט ער אז אפגאנאסטאן איז די לעצטע


וואו וואו רואיג ביטע. בארואיגט אייך קודם דערנאך ענטפער מיר אויף די פאלגענדע.
זיי מסביר קלאר פארוואס worldhappines איז א קירוב וועבסייט?
וואס רופסטו סייענס? און פארוואס איז עס ווייניגער סייענס ווי psychology today?
פארוואס איז עס א נארישער סייט?
פארוואס קען נישט זיין אמעריקע אויף נאמבער 13? וויפיל פראצענט רעליגיע ווייסטו איז פארהאן אין אמעריקע?
בכלל וועלכע fallacy רעדסטו פון?

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:03 pm
דורך הקטן
ביבער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:דו האסט א פראבלעם מיט א fallacy ?
דא איז די ריפראט worldhappiness.report/
מיר רעדן פין סייענס,שלום האט געברענגט פין psychology today
און די ווייזט מיר עפעס א קירוב סייט?

קענסט מסביר זיין וואו אזוי דיין נערישער סייט איז געקימען צי זיין מסקנה?
איז טאקע אמעריקע 13 אויך אוף די ליסט פין פרייהט נאך דענמארק? און United Kingdom 23

Burundi איז די נידרקיסעט אויף דעם ליסט וואס האט א 20% אימגלויביגע -
דיין סייט כדי די קליינע קינדער זאלן דאס אפקויפן שרייבט ער אז אפגאנאסטאן איז די לעצטע


זיי מסביר קלאר פארוואס worldhappines איז א קירוב וועבסייט?



worldhappiness.report זאגט נישט וואס דו זאגסט!
קיין זכר נישט דערפין

progressive secular humanist זאגט דאס
דאס איז אויך סייענס?
דאס האט דיין קירוב סייט ארויסגעזויגען פין פינגער, און פארריפט זיך אויף דעם worldhappiness.report - און דו כאפסט נישט דער חילוק.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:21 pm
דורך ביבער
https://en.wikipedia.org/wiki/Importanc ... by_country

טרעף דעם correlation צווישן דעם און worldhappines און זאג מיר אויב דו קומסט צו אנדערע קאנקלושענס.
לאז אפ pathoes סנישט גוט פאר דיין בלוט דרוק.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:29 pm
דורך הקטן
א.ק.
נישט סייענס נאר ביבערס מסקנה, גוט.

איך האב גענימען די ערשטע אויף די ליסטע Estonia - די מערסטע פריי
קימט אריין -72 אין ציפרידענהייט

וואס נאך זאל איך טון?

איך האב גענימען די 5 מערסעטע נישט ציפרידענע לענדער
קיין איין פין זיי זענען נישט אויף די top 10 רעליגעזע לענדער!

יעצט דיפיין סייענס, צי פארדרייען די שמוס

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:34 pm
דורך ביבער
פארן גיין ווייטער, אפשר דעפיינסטו סייענס?

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:41 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן:איך האב גענימען די 5 מערסעטע נישט ציפרידענע לענדער
קיין איין פין זיי זענען נישט אויף די top 10 רעליגעזע לענדער!

יעצט דיפיין סייענס, צי פארדרייען די שמוס


נישט אויף דעם איז געווען דער רעפארט. ליין איבער.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:45 pm
דורך הקטן
דו ביסט ציקער זיס,

דער ריפארט רעדט בכלל נישט וועגן רעליגיע
דיין קירוב סייט, וואס אין דיינע אויגן פעסט אלס סייענס, רעדט דערפין
און דו זאגסט אז ס'שטימט :roll:

זיינע מסקנות הייבן נישט אן צי קלעבן - קיין קארעלעשען!

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:00 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן:דו ביסט ציקער זיס,

דער ריפארט רעדט בכלל נישט וועגן רעליגיע
דיין קירוב סייט, וואס אין דיינע אויגן פעסט אלס סייענס, רעדט דערפין
און דו זאגסט אז ס'שטימט :roll:

זיינע מסקנות הייבן נישט אן צי קלעבן - קיין קארעלעשען!


אויף דעם וועל איך דיר נאכאאמאל פרעגן וויאזוי דו דעפיינסט סייענס? אויב ס'דא 2 באזונדערע סייענטיפיק סטאטיסטיקס איז עס נישט סייענס?

נישט קיין קאררעלעישאן? אפשר אויב דו רעכנסט 50/50 אבער דער פאקט איז אז 85 פערצענט מענטשן אין די וועלט זענען רעליגיעז און פון די 15 פערצענט זענען די מערסטע קאנצענטרירט אין לענדער וואס זענען גראדע פון די מערסט העפי לענדער דאס איז שוין איינמאל א קארעלעישן.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:13 pm
דורך הקטן
נאמבערס בלאפען נישט
בלאפערס ניצן נאמבערס
און דע פאל זייער סלאפי

נאסע-לאלעכס ריסערטש איז שוין בעסער פאר דע געלט

דא האסטו ריסערטש נישט ביבער-דשאנק-סייענס
Highly religious Americans are happier and more involved with family

www.pewforum.org/2016/04/12/religion-in-everyday-life/
די ליסט איז ענד-לאז
איך רעדט פין peer reviewed און אסך פעלער געמאכט פין גאווערמענט פאנדעד גרענטס

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:33 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן: נאמבערס בלאפען נישט
בלאפערס ניצן נאמבערס
און דע פאל זייער סלאפי

ווער בלאפט?
פארוואס סלאפי?
פארוואס דארף מען איבערפרעגן נאך יעדעס מאל דו שרייבסט עפעס. אנשטאט צו שפילן מיט קאסמעטיק קליינע פאנטס, פיצי פאנטס, ברעקעטס, לערן דיך צו שרייבן קלאר.

הקטן האט געשריבן:
דא האסטו ריסערטש נישט ביבער-דשאנק-סייענס
Highly religious Americans are happier and more involved with family

www.pewforum.org/2016/04/12/religion-in-everyday-life/
די ליסט איז ענד-לאז
איך רעדט פין peer reviewed און אסך פעלער געמאכט פין גאווערמענט פאנדעד גרענטס


ערשטנס איך האב בכלל נישט געזאגט אז ס'איז נישטא אנדערע סטאטיסטיקס, צווייטענס דארט ווי די ארומיגע זענען רעליגיעז איז אוודאי בעסער צו זיין רעליגיעז. אייסיס יוכיח.

אדרבה, טייל האלטן גאר אז דאס וואס רעליגיע איז קאראלעיטעד מיט העפינענס איז נאר וועגן די סאשעל קאננעקשנס וואס רעליגיע האט, גארנישט מיט ספירוטואל. דאס שטימט זייער גוט מיט דער פאקט אז אין די לענדער וואס רעליגיע איז נישט טייל פונעם לעבן וואס דארט איז דא אנדערע סאציאלע קאננעקשנס איז העפינעס פונקט אזוי גוט (אדער נאך בעסער ווען מ'נעמט אוועק די גילט קאנשעסנעס מיט וואס רעליגיע איז פול)

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:22 am
דורך תורה ומדע
תורה ומדע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:שאלה: איז דא ציןןישען די פוטסטעפסניקעס אפילו איינער וואס קען אפלערנען א שטיקל גמרא תוספות מיטען פני יהושע למשל, אדער געפונען זיך דארט נאר עמירצים אדער שטחיותדיגע דך יומי - סטייל לערנערס. ליבי אומר לי אז איינער וואס קען דארך לערנען א שטיקל קצות אדער רמב"ם מיט שער המלך קומט נישט אהן אהין רח"ל. וויסט עמיצער דער ענטפער?

איך האלט גראדע מען קען קענען קצות און קיינמאל נישט האבן געווען אופן "דרך"

מסכים אבער דער נשמה פון יהדות ליגט לדעתי אין לימוד התורה בעיון און מיט ״אינעלעקטועל האנעסטי״.

איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין. לימוד גפ"ת בעיון על דרך ישיבות ליטא איז דער אנטידאאוט צו כפירה און א לעבען פון הפקרות. דאס איז א ענין שכלי און פארשטייט זיך אויך אן ענין סגולי ווי באקאנט.
מען זעהט א גרויסער חילוק צויישען בעלי תשובה וואס ווערען מקורב דורך חקירות און ספרי מוסר אדער חסידות לעומת די וואס זעצען זיך אריין אין 'אור שמח' אדער 'ישיבת תורה ואמונה' ווי זיי ליגען אין לערנען. און די סיבה דערצו איז אז די לעוועל פון חכמה און עהרליכקייט וואס ליגט אין לומדות און אין יגיעת התורה איז פשוט נישטא אין קיין שום אנדערע חלק פון יהדות.
אבער דאס איז נאר אויב מען לערענט געזונט מיט הבנה אזוי ווי עס איז די ליטווישע מסורה. אויב לערנען מיינט שאקלען זיך ביי די גמ' כמנהג החסידים אדער לערנען דף היומי האט עס נישט די זעלבע עפעקט. א אינגערמאן אדער בחור וואס למשל הארעוועט אויף א שטיקעל רעק"א און איז געטרעינט צו אנאליזירען א סוגיא דורך א ראש ישיבה וואס מעסט יעדער ווארט וואס ער זאגט ביים שעור נוסח בריסק קען מען נישט איבער רעדען מיט א שיבוש נוסח פוטסטעפפס. משא"כ אויב אידישקייט באשטייט פון רגש, ניגונים, לערנען בלעטער, רצופות וכדו' איז אסאך גרינגער איבער צו רעדען דעם איד. בפרט אויב ער וטשעט זיך אין לעבען מיט פרנסה שלום בית וכדו וואס ער קען אטריביוטען צו זיין חסידישער ערציאונג און צמצום.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:39 pm
דורך געוואלדיג
או כלך לדרך אחר, אויב די אידישקייט איז געבויעט אויף הרגש און שמחה קען מען דאס נישט פארדרייען, און אויב איז עס געשטעלט אויף מקדש זיין די שכל און זאגן אין גמ' בויך סברות איז מעגליך דאס צו פארדרייען מיט אנדערע סברות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:21 am
דורך diff

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:45 am
דורך diff

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:50 am
דורך yatzmachp
זעהט אויס זיי האבן נישט באקומען קיין אטענשן פאר א קורצע צייט.

Re: איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:26 am
דורך טרויבן88
מיר איז זייער אינטערעסאנט עווען צי זען אז זייער אסאך חברה פון 'פוטסטעפס' זענען דירעקט געווען חסידישע, וויל איך וויסן אויב וויפיל פראצענט זענען חרדים און וויפיל זענען ליטאים אדער אנדערע, ווער ס'ווייסט זאל ביטע אריינקומען מיט נומערן