נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 11:07 am
די פאוסט כאפט אריין ווילאנג זיי עקזיסטירן נאך..
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=915
געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען גראדע הערן זייער צד אויך, נישט אז זיי האבן געטוהן ריכטיג, נאר ארויסצוברענגען די צווייטע זייט פונים מטבע.
לאמיר זאגן איר זענט א סופלייער וואס דיסטריביוט סחורה פאר א קאמיוניטי, און ס'דא א אלד וויליאמסבורג קאפע וואס האט געטוהן עפעס וואס די קאמיוניטי קוקט אן זייער שלעכט, נישט קיין חילוק צי די קאמיוניטי איז גערעכט צי נישט, און איר באקומט היעט פון די קאמיוניטי פארן ווייטער סופלייען פאר דעם סטאר, און זיי סטראשען אז זיי וועלן דיר נישט נוצן אויב איר סופלייעט ווייטער פאר דעם סטאר, איר פראבירט סך הכל צו ראנען א ביזנעס און איר ווילט נישט פארלירן קיין קאסטאמערס, זאגט איר פאר דעם אלד וויאמסבורג איים סארי אבער איך קען נישט באגראבען מיין ביזנעס אפילו לאמיר זאגען איך האלט אז איר זענט גערעכט, אבער מיר וועלן אייך מער נישט קענען סערוויסען און ווען די מעשה וועט זיך אפשטולען קענען מיר ווייטער מאכן ביזנעס.
נאכאמאל, איך קען נישט די פאקטען פון די מעשה אבער קען נישט זיין אז אזא ווערסיע בערך איז פארגעגאנגען?
און למען ישמעו ויראו, וואס דאס פעלט באמת אויס, פעלט נישט אויס קיין קיילכדיגע יאר. כנלענ"ד והוא רחום יכפר וגו'.
איינער האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען גראדע הערן זייער צד אויך, נישט אז זיי האבן געטוהן ריכטיג, נאר ארויסצוברענגען די צווייטע זייט פונים מטבע.
לאמיר זאגן איר זענט א סופלייער וואס דיסטריביוט סחורה פאר א קאמיוניטי, און ס'דא א אלד וויליאמסבורג קאפע וואס האט געטוהן עפעס וואס די קאמיוניטי קוקט אן זייער שלעכט, נישט קיין חילוק צי די קאמיוניטי איז גערעכט צי נישט, און איר באקומט היעט פון די קאמיוניטי פארן ווייטער סופלייען פאר דעם סטאר, און זיי סטראשען אז זיי וועלן דיר נישט נוצן אויב איר סופלייעט ווייטער פאר דעם סטאר, איר פראבירט סך הכל צו ראנען א ביזנעס און איר ווילט נישט פארלירן קיין קאסטאמערס, זאגט איר פאר דעם אלד וויאמסבורג איים סארי אבער איך קען נישט באגראבען מיין ביזנעס אפילו לאמיר זאגען איך האלט אז איר זענט גערעכט, אבער מיר וועלן אייך מער נישט קענען סערוויסען און ווען די מעשה וועט זיך אפשטולען קענען מיר ווייטער מאכן ביזנעס.
נאכאמאל, איך קען נישט די פאקטען פון די מעשה אבער קען נישט זיין אז אזא ווערסיע בערך איז פארגעגאנגען?
און למען ישמעו ויראו, וואס דאס פעלט באמת אויס, פעלט נישט אויס קיין קיילכדיגע יאר. כנלענ"ד והוא רחום יכפר וגו'.
איך פארשטיי די פונקט, אבער מען וואלט געקענט זאגן פאר יעדען אז עס איז נישט לעגאל. און אז מען האט נישט געקענט (ווייל מען האט נישט געגלייבט), בין איך זיכער אז נאך א יאר פאר די בערגער ברידער וועט שוין יעדער פארשטיין.
יאנקל האט געשריבן:הדד,
ס'איז א געשמאק צו דעבאטירן מיט דיר ווייל דו ברענגסט זיין קלאר ארויס וואס דו ווילסט.
איך האב פריער געשריבן אז אויבן-אויף, פון די פאקטן וואס זענען פובליק, קוקט אויס אז די בערגערס האבן יא געמאכט אינטימידעישען קעגן דייטש און זיין חבר'טע. ווי איך האב געשריבן, קען קיינער נישט זאגן אז דייטש טוט עפעס קעגן דער תורה מיט'ן נעמען וועבערמאן אין געריכט, און בערגער'ס סטראשען אראפצונעמען דעם הכשר איז קלאר אינטימידעישאן. הדד טייערער, זיי מיר מסביר - אן נוצן רעפערענצן צו פריווילעדזשד אינפארמעישאן - וויאזוי מ'קען פארענטפערן אזא סטראשע אז עס זאל נישט הייסן אינטימידעישאן.
הדד בן בדד האט געשריבן:עס איז הפלא ופלא ווי היימישע אידן דא טיילן תפיסה טערמינען, זיי האבן זיך געשטעלט אלס שופט איבער זייערע אייגענע ברודער, און טיילן צו תפיסה אין דעם אמעריקאנער תפיסה פאר זיייערע אידישע ברודער, ווייל אזוי פארשטייט ער...
איך בין נישט אינטערעסירט צופיל מאריך צו זיין איבער דעם, איך וועל נאר זאגן איין ווארט פאר די אלע וואונטשערס. היות איך בין זיכער אז איר האט שוין אין אייער לעבן עובר געווען אויף געוויסע הייליגע געבאטן פון די הייליגע אמעריקאנער געזעץ ביכער, ממילא וואונטש איך דיר אז מען זאל דיך אויך כאפן, און טאקע גאר בקרוב, און דיך ארעסטירן לעיני כל העמים, למען ישמעו ויראו, און כדי עס זאל טאקע נישט זיין צו א גרויסער חילול ה', זאלסטו באקומען פונקט אזוי פיל יארן אין חד גדיא וויפיל דו האסט פארשטאנען אז יענער דארף באקומען.
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:ס'איז ממש א שאד אז די סיסטעם ערלויבט נישט צו גיבן מער ווי איין "לייק" פאר א תגובה, איך וואלט געבען פאר הדד ווייניגסטענס 5 לייקס פאר די ערשטע חלק תגובה.
לאמער זעהן ווען ס'זאל זיך רעדן פון דיין ברודער ווי דו וואלסט געשריבן? תפיסה? א יאר? דו ביסט שוין אמאל געווען אין תפיסה באזוכן איינעם? ניטאמאל פאר א פליטת פה איז דאס גוט!
און טאמער ביסטו אזוי באזארגט פארן געזעץ, ביטע מאך קודם זיכער אז ביי דיר איז אלעס געזעצליך. פאר נישט העכער די ספיד לימיט, נעם נישט קיין פראגראמען נאר לעגאל און באצאל לעגאל טעקס.
יואליש האט געשריבן:ווי איינער האט שוין אמאל געשריבן, ווילאנג מאלעסטעשאן וועט זיך נישט רעגעסטרירן אין אונזער קאפ אלס "רציחה", איז א שאד יעדע דעבאטע. פון היינט אן ווייטער זאל מען ריפעלסאן "מאלעסטעשאן" מיט "רציחה" און אין דעם קאנטעקסט זאל מען דאס באהאנדלן. לאמיר רעדן פון א לייבי קלעצקי וואס קומעט אראפ פונעם עולם האמת און באשולדיגט זיין וויליאסבורגע לוי אראן פארן אים מערערע מאל דערווערגן אלס קינד. זאל זיך די פאנדרעיזינג אנהייבן, די הכשרים זאלן אראפקומען, יעדער זאל זיך קלאפן חס ושלום אויפן מאל ווען מ'זאגט דאס ווארט לוי אראן אין תפיסה.
(איך באשולדיג נישט וועבערמען אין זיין א לוי אראן. כ'ניץ די רעטאריק ווייל דער עולם פאפט דא אין גרויסן. וויטנעס אינטימידעשאן, אדער קרבנות אפשרעקונג און מאניפילאציע אויף עניני רציחה איז רציחה!)
קאמפיאטער האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ווי איינער האט שוין אמאל געשריבן, ווילאנג מאלעסטעשאן וועט זיך נישט רעגעסטרירן אין אונזער קאפ אלס "רציחה", איז א שאד יעדע דעבאטע. פון היינט אן ווייטער זאל מען ריפעלסאן "מאלעסטעשאן" מיט "רציחה" און אין דעם קאנטעקסט זאל מען דאס באהאנדלן. לאמיר רעדן פון א לייבי קלעצקי וואס קומעט אראפ פונעם עולם האמת און באשולדיגט זיין וויליאסבורגע לוי אראן פארן אים מערערע מאל דערווערגן אלס קינד. זאל זיך די פאנדרעיזינג אנהייבן, די הכשרים זאלן אראפקומען, יעדער זאל זיך קלאפן חס ושלום אויפן מאל ווען מ'זאגט דאס ווארט לוי אראן אין תפיסה.
(איך באשולדיג נישט וועבערמען אין זיין א לוי אראן. כ'ניץ די רעטאריק ווייל דער עולם פאפט דא אין גרויסן. וויטנעס אינטימידעשאן, אדער קרבנות אפשרעקונג און מאניפילאציע אויף עניני רציחה איז רציחה!)
איך דיסאגרי דא מיט אייך.
זאל מען פין היינט אין ווייטער ריפלעסן ארויפשמירן אויף איינעם " מאלעסטשאן" מיט "רציחה" און אין דעם קאנטעקסט זאל מען דאס באהאנדלן. די ווייסט אז די הרג'עסט דא זיינע דורות?? ער האט שידוכים צי טין מיט קינדער? פאר סאום ריזען ווען די וועסט רעדן צי איינער וואס קען אים גיט,קען אים נישט גיט , נאר אויסגעטוישט א ווארט, איינער וואס האט זיך נאר אמאל באגעגענט מיט אים, וועט דיר זאגן ניין עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער זאל דא זיין שילדיג. אין נאכדערצי איינער וואס ווייסט ווען די מעשה האט זיך אנגעהויבן, אין פארוואס.
סא זאג איך אנדערש, ווילאנג "ארויפשמירן מאלעסטעשאן" אויף איינעם וועט זיך נישט רעגעסטרירן אין אונזער קאפ אלס "רציחה", איז א שאד יעדע דעבאטע.
איחוד פעלד האט געשריבן:יא,מען האט געבעקט במ"ל, מען בעקט יעדעם איינעם, זיי מודה.
איחוד פעלד האט געשריבן:יא,מען האט געבעקט במ"ל, מען בעקט יעדעם איינעם, זיי מודה.
נ. וו. איז אויך דא נאך וואס זאגען אזוי, און דאס וואס די זאגסט אז יעדער וואס רעדט מען אים ווייסט צו זאגען אז ער איז נישט עלול לאותו דבר, האב אני הקטן גערעדט מיט מענטשען וואס קענען אים, און זיי זאגען אז ער איז גאנץ פיין עלול וחשוד לאותו דבר. והמ"י.
אין נישט לאנג צוריק האט הדד בן בדד אין אן אנדערע אשכול געשריבען אז יעדער קען אריין פאלען אין דעם, זעהט אויס אז נ. וו. איז נישט אנדרעש ווי יעדעם.
און אז א מיידעל זאגט אז ער האט איר מאלעסטעט איז נישט קיין מצוה צו שפרינגען צו קיין החלטות און זאגען ניין יא, ביז מען הערט נישט אויס לכה"פ וואס ביידע האבען צו זאגען, און די מיידעל מוז נישט רעדען צו די כלל ישראל בית דין וואס זאל מחליט זיין פונקטליך וויפיל עונש מען מעג יא געבען, אדער צו זי איז בכלל באגלייבט.
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:מיט דעם וואס דו שרייבסט "זיי מודה", קען איך מיך נישט טענהן, מסתם ווייסטו וואס איך ווייס נישט. אויף וויפיל איך ווייס האט במ"ל נישט געהאט די סארט - אדער דאס גלייכן - שטיצע ווי נ"וו האט.
צו איך האלט אז נ"וו איז א מלאך? ניין! ס'איז שטארק מעגליך אז ס'איז יא אמת, אבער אים שטיצן און העלפן ער זאל האבן מיט וואס צו גיין צו טרייעל, וואס איז באקאנט אז אזעלעכע קלאגעס איז זייער שווער צו באקעמפן, דאס מעג מען און מען מוז! ספעציעל ווען די קלאגע קומט פון א אויסווארף וואס נוצט אויס די קלאגע צו באשמיצן גאנץ כלל ישראל, דאן איז א מצוה צו גיין קעגן עם, וויפיל מ'קען.
יואליש האט געשריבן:נעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
יואליש האט געשריבן:נעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
יואליש האט געשריבן:וועם האט עס געבאדערט?