מיימון האט געשריבן:קיינער זאגט טאקע נישט איך האב אליינס געזען, מען זאגט נאר אז אזוי שטייט אינעם בוך, מיין טאטע און זיידע האבן קיינמאל נישט געזאגט ביים סדר אז אזוי האבן מיינע עלטערן געזען ביי יציאת מצרים, נאר זיי האבן נאכגעזאגט די הגדה און פארטייטשט, דער מהלך צו פארציילן פאר די קינדער אז אזוי האט מיין זיידע געהערט פון זיין זיידע איז א נייע וועג וואס איז געווארן פארשפרייט דורך זען דעם געדאנק אין חינוך און כוזרי
מיימון אויב דיין טאטע האט נישט געזאגט זאג דו אויך נישט.
ס'פעלט נישט אויס דו זאלסט דאס זאגן פאר דיינע קינדער.
נישט דיין זאגן דאס מאכט דאס דער מסורה
די בוך שרייט שוין געניג הויך.
דו בוך זאגט למען תספר באזני בנך ובן בנך.
דו בוך זאגט שוין עבדים היינו לפרעה במצרים
דיין זון און אייניקעל וועט שוין אליין מאכן דעם חשבון אז טאטי טוט עס נאר ווייל זיין טאטע און זיין זיידע האבן אויך אזוי געטון.
און חדר וועט ער שוין הערן אז אויך זיין פרענדס טאטע האט געזאגט פין די זעלבע בוך און האט אויך געגעסען אפיקומון זכר פאר דעם קרבן פסח
ער וועט זיך אויך טרעפען אין די הגדה מיט תנאים וואס זענען נאך געווען אין די צייט פין בהמ"ק
דיין זון דארף אפילו נישט אז די זאלסט היינט גלייבן וואס דו זאגסט, פין זיין זייט אויס קנעסטו זיין א כופר אדער האבן א ספק אויב ס'איז טאקע אזוי געווען.
ער וועט וויסען אז דיינע פארגייערס האבן דאס געגלייבט און דו טוסט וואס זיי האבן געטוען.
ער וועט אויך פארשטיין, אויב ער וועט ווילען פארשטיין, אז דאס האט זיך נישט אנגעפאנגען פון מענטשען וואס האבן געוויסט אז דאס איז א בלויזע שקר.
און היות די בוך זאגט זייער קלאר און אויף זייער זייער אסך וועגן אז דו זאלסט דאס געדענקען, איבער געבען פאר דו קינדער און אייניקלעך
דו בוך איז אויך פיל מיט סימבאלישע זאכן וואס מען זאל אלץ טון אז דאס זאל נישט פארגעסען ווערן ווי מזוזה תפילין פטר חמור פדיון הבן קר"ש צוויי מאל א טאג.
איז אויב קימט איינער און וויל עפעס אנפאנגען ניי און הייסען מאכן א פסח שטימט דאס פשוט נישט מיט וואס דער בוך וואס ער פארקויפט זאגט.
לויט דער בוך מיז איך דאס שוין וויסען און פראקטערצירן נאך אסך פאר דער נייער שטערן איז דאס מגלה -
איז ווילסטע זאגן אז אלע אינזער זיידעס (בערך 3 דורות פין מענטשען, זיידעס טאטעס און קינדער) זענען געווען א באנדע ליצים, און וואלגערען זיך פאר געלעכטער אין קבר, און האבן אינז פארקויפט א היסטערי וואס איז ביינדינג און זייער אסך שווערע וועגן, בו בעת אז זיי האבן געוויסט אז דאס איז בלאף און שקר???
ס'איז מער מסתבר צו זאגן אז קאלאמבעס איז נישט געקימען מיט 4 שיפען נאר מיט 400 פערד
וואו איז דער קליין הייפעלע שלא כרעו לבעל וואס האבן נישט אויף געסיינט אויף די ליצנות קאנספעראציע
אידישע היסטאריע איז פיל מיט די וואס האבן נישט געגאנגען און שפאן און דאס אלס איז רעקארדיריט
קיינער פין וואס מיר ווייסען האבן נישט געזאגט אז אידען זענען נישט ארויס פין מצרים אין באקימען תורה שבכתב דארט דארך גאט אליין.