בלאט 7 פון 7
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:15 am
דורך תורה ומדע
יישר כח ר טאמבל,
דער אשכול איז פארפאהרען פונעם ארגינעלעם טאפיק. אבער ער האט גוט אנגעהויבען.
למעשה איז עס איז שוין באלד פיהר יאהר זייט דעם אשכול איז געשריבען געווארען. האט עס עפס אויפגעטוהן? די חינוך איז וויטער די זעלבע, און די סיסטעם איז "בינעס עז יוזשיועל".... זאללען מיר אויף הייבען די הענט אין לאזען אלעס פאהרען אויף דעפאלט? אדער אפשר האבען זיך זאכען גערוקט אין די לעצטע פיהר יאהר לטובת פונעם דארכשניטלכען איד. איך בין נישט זיכער.
איין זאך איז קלאהר, פאר די שואה זענען געווען גרויסע שנויים אין געזעלשאפט פון כלל ישראל אזוי ווי למשל בית יעקבס, אגודת ישראל, דף היומי, ישיבות אין פוילין וכו' וואס היינט טוט דאס יעדער און מיר קענען זיך נישט פארשטעלען א וועלט אהן דעם. נאך די מלחמה איז צו געקומען א וועלט פון מער פארגעשריטענע חדרים מיט לאנטש, ענגליש, און קעמפס מיט ספארטס, אשר לא שערום אבותינו... אויך איז צו געקומען א כשרות אינדוסטריע וואס מאכט עס גרינג צו עסען נאר כשרס און חלב ישראל. מקוואות זענען שענער געווארען, א בעל תשובה מאוומענט איז געבוירען געווארען, אידישע וועבסייטס, בוני עולם, חתונה תקנות וכו' זענען נתחדש געווארען וכדו'.
נאר וואס דען, מיר האבען נישט געענדיגט דעם דשאב. דער נעקסטער ציל איז צו פארבעסערען און מאדערנעזירען די חינוך הבנים והבנות אפאראט, העלפען אינגעלייט עררייכען א פראפעסיאנעלער קאריערע, און אוועקשטעלען קהילות פון רבנים מיט בעלי בתים לאו דוקא מיט אדמורים בראשם.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער קען אפשר אנצייגן איין שינוי לטובה פון די לעצטע צען יאר (אחוץ די גרינדונג פון קאווע שטיבעל, פארשטייט זיך)?
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:56 am
דורך מור וקציעה
מלמדים זענען היינט בעסער ווי פאר צען יאר צוריק, מקען נישט אנ'מקל'ן קינדער סתם ווייל מאיז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט,
אזוי אויך קען מען שוין היינט גרינגער רעדען איבער טשיילד אביוז
נאך א פלאץ ווי עס איז דא א שינוי לטובה איז אז מקען היינט גרינגער גיין פאר טעראפי [שלום בית, חינוך] אׇן ווערען סטיגמעטייזד
עס איז אסאך מאל שווער צו זעהן א שינוי לטב ולמוטב בשעת מעשה
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 11:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט, מיין קינד האט מען ארויסגעטראסקעט פון חדר ר"ח חשון, און ביז נעכטען האט ער נישט געהאט קיין געהעריגע כתה אריינצוגיין. דריי מאנאטן האט ער געשמאכטעט ליידיג אין שטוב. יא, און די טראסקער'ס האבען טענות אז איך בין פארווייטאגט "ווי איז דיין הכרת הטוב?"
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 11:16 am
דורך מור וקציעה
דאס איז א רשעות שאין כדוגמתו צו מצער זיין קליינע קינדער,
וחזקה על בר דעת שכמוך אז די האסט געטוהן אלעס אז דיין קינד זאל נישט ווערען אראפגעקלאפט ח''ו, און אז ער זאל מיטהאלטען די לימודים פון אינדרויסען אז ער זאל יעצט קענען מיטהאלטען מיט די אנדערע קינדער, ועדיין צריכין לרחמים מרובים שלא יזיק לו
איך רעד אבער נישט יעצט פון די רשעות סעלעקציעס וואס דארף א גרויסע תיקון, איך רעד פון די מלמדים וואס זענען היינט אסאך מער אקאונטעבעל ווען זיי שלאגען קינדער ווי אין מיינע צייטען
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 12:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט געווען סעגרעגאציע. איך וועל אפשר אמאל ארויפשטעלען די מעשה פון אנהייב ביז'ן סוף. ב"ה איז ער יעצט אריין אין א העכט'ס פראפעסיאנעלער מוסד, און מ'האפט צום בעסטן
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:01 pm
דורך דולה ומשקה
מ'לאזט טאקע נישט אבער מ'קען נאך אלץ טוהן בערך וואס מ'וויל... (עפעס אזוי)
Re: איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 6:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א קשיא. פון סעיף ג איז מבואר אז מ׳גייט ביינאכט. ט׳פארוואס דארף מען ציצית?
נאך א קשיא. יעדער פארשטייט אז סעי׳ ב׳ איז דברים בטלים. ט׳זאל מען זאגען אז סעי׳ א׳ און ג׳ זענען אין א בחינה פון יגיד עליו ריעו?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 1:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'נישט דא קיין סיסטעם וואס איז 100% גוט, און דאס איז טאקע די חורבן פון א סיסטעם וואו ס'דא אפאר מענטשן פון אויבן וואס דיקטירן פאר'ן עולם וואס צו טוהן, ס'וועט אלץ זיין געוויסע מענטשן וואס פאר זיי וועט עס נישט ארבעטן. מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקומען א אידישע מארטין לותר און טון מיט חרדיזם וואס לותר האט געטוהן מיט די קאטוילישע קירכע, פשוט אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגנס (אמונות הכרחיות/noble lies/יו נעים איט) און דאן וועט אלעס פאלן אין פלאץ. באמת האט שוין אברהם גייגער געטוהן אזא סארט ארבעט, אבער וועגן עפעס א סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. אפשר וואלט כדאי געווען זיך צו דערגרינטעווען פארוואס פאר לותר האט זיך עס איינגעגעבן און פאר גייגער נישט, אזוי וועט מען קענען פרובירן א צווייט מאל אן איבערמאכן גייגער'ס גרייז.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:55 am
דורך מה בכך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט דא קיין סיסטעם וואס איז 100% גוט, און דאס איז טאקע די חורבן פון א סיסטעם וואו ס'דא אפאר מענטשן פון אויבן וואס דיקטירן פאר'ן עולם וואס צו טוהן, ס'וועט אלץ זיין געוויסע מענטשן וואס פאר זיי וועט עס נישט ארבעטן. מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקומען א אידישע מארטין לותר און טון מיט חרדיזם וואס לותר האט געטוהן מיט די קאטוילישע קירכע, פשוט אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגנס (אמונות הכרחיות/noble lies/יו נעים איט) און דאן וועט אלעס פאלן אין פלאץ. באמת האט שוין אברהם גייגער געטוהן אזא סארט ארבעט, אבער וועגן עפעס א סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. אפשר וואלט כדאי געווען זיך צו דערגרינטעווען פארוואס פאר לותר האט זיך עס איינגעגעבן און פאר גייגער נישט, אזוי וועט מען קענען פרובירן א צווייט מאל אן איבערמאכן גייגער'ס גרייז.
פון וואנעט ביסטע אזוי זיכער מיט זיך אז דיין מלאך המושיע "די אידישע מארטער לוטער קינג" וועט זיין בעסער ?
והשנית , "אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגענטס "... הערט זיך מאדנע .. סאו עס אוו נאוו שטייען און שפיץ פונען אידישן פאלק א באנדע פארפוילטע לעמעלעך ? סארי לייגט זיך נישט אויפן שכל ... אה"נ סאיז דא דברים הצריכין תיקון, אבער קאמאן סענס פליז ..
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט/זאגסט, בכל אופן האב איך נישט גערעדט פונעם שווארצן מארטין לותר קינג דשוניאר, כ'האב גערעדט פון מארטין לותר פון די גרינדער פונעם רעפארמער באוועגונג ביי די קריסטן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:05 pm
דורך מה בכך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט/זאגסט, בכל אופן האב איך נישט גערעדט פונעם שווארצן מארטין לותר קינג דשוניאר, כ'האב גערעדט פון מארטין לותר פון די גרינדער פונעם רעפארמער באוועגונג ביי די קריסטן.
איך וויל פלעין פארשטיין דיין געדאנק , סימפל . האסט א מהלך וויל איך פארשטיין וואס גייט דא זיין בעסער
ילמדו רביה"ק
לחיים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס ווילסטו פארשטײַן, מיט וואס וועט עס דיר העלפן? אפשר אז איך וועל פארשטיין פארוואס דו ווילסט פארשטיין וועל איך פרובירן דיר צו העלפן פארשטיין.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:16 pm
דורך מה בכך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס ווילסטו פארשטײַן, מיט וואס וועט עס דיר העלפן? אפשר אז איך וועל פארשטיין פארוואס דו ווילסט פארשטיין וועל איך פרובירן דיר צו העלפן פארשטיין.
פארוואס איך וויל פארשטיין ? פרעגסט באמת גוט.. ווייל איך האב ליב צי פארשטיין אלעס . און פלאס כעל שטילן מיין נייגער...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לחיים ולברכה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:20 pm
דורך מה בכך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לחיים ולברכה
וכן למר שליט"א
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:46 pm
דורך מנחם ציון
מה בכך האט געשריבן:והשנית , "אונטערגראבן די אויטאריטעט פון די רבנים און אויפדעקן זייערע ליגענטס "... הערט זיך מאדנע .. סאו עס אוו נאוו שטייען און שפיץ פונען אידישן פאלק א באנדע פארפוילטע לעמעלעך ? סארי לייגט זיך נישט אויפן שכל ... אה"נ סאיז דא דברים הצריכין תיקון, אבער קאמאן סענס פליז ..
א דיעפ סטעיט\ סוואמפ טעאריע קענסטו פארשטיין? און דאס איז אויף א לאנד עטליכע אין דריי הונדערט מיליאן
איז פארוואס אויף עטליכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אוישוויצע סקעלעטאנאן האבן זיך נישט געקענט ארויפזעצן אפאר אזאנע און דיקטירן דאס לעבן, און דערנאך מוריש זיין דאס בענקל פאר די קינדער?
(איך זאג נישט אז ס'איז אזוי, אבער וואס איז אזוי מאדנע און נישט קאמאן סענס'דיג דא?)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווער רעדט נאך ווען כ'האב בכלל נישט דאס געזאגט, איך האב נאכנישט באגעגנט קיין רב וואס וויל סתם אזוי אפטוהן מענטשן. זיי מיינען זיכער גוטס (דערפאר הייסט דאך עס noble lies ווייל זיי גלייבן אז זיי טוען א "נאבעלע" אקט מיט'ן בלאפעריי), נאר וואס דען the road to hell is paved with good intentions. און מ'קען מיינען וואסערע חידושים כ'האב שוין געזאגט, מ'האט שוין כמה פעמים דא ארומגערעדט וועגן אמונות הכרחיות און noble lies, ס'איז נישט א זאך וואס איך האב מחדש געווען. יעדע טאטע פון קינדער באנוצט זיך דערמיט, איך האב דאס נישט אויסגעטראפן.