בלאט 61 פון 110

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 12:14 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:בערעלע, וואס מיינט אל תפתח פה לשטן?

יא: אבער אונזער ויכוח גייט אין פשט פון "עליה השלם כל הקרבנות כולם" :...אין דעם פרט ביניך א ליטוואק. דער פשט מוז שטימען. אפילו די וועלט זאלל זיך איבערקערן... :lol: :roll: :o

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 1:38 am
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:ווער איז דער ששכר כ"ץ

פארוואס פאדערט זיך אז אין פעיסבוק זאלן זיך וואשן זייני חטאות נעורים.
ווער האט אים געפרעיגט, מסתם איז ער דער באם פון וועים ער רעדט


ווי כ'האב שוין מקדים געווען אין אנאנדער אשכול:
אדנירם האט געשריבן:יא, כ'בין א קרוב לנפטר ז"ל, ר' אברהם מאיר יעקב בן יבלחט"א ר' שלמה הכהן.
א טייערע יוד, וואס די ריזן ציבור וואס איז זיך צאמגעקומען אפגעבן כבוד האחרון ביים לוויה, האט מעיד געווען מער ווי אלס וואספארא באליבטע מענטש ער איז געווען.

[אגב, דער נפטר איז אן ערשטן-קוזין מיט יששכר כ"ץ, וואס איז שוין דערמאנט געווארן כ"פ אין ק"ש].


הערשט יעצט זע איך וואס יששכר האט אפגעשריבן אויף אים.

איך קען זיי ביידן גוט [מיט יששכר'ס זון דער צדיק'ל אשי. היינט א פאלנער גוי ל"ע]. יששכר איז א פיינער מענטש בין אדם לחבירו, און לדעתי איז אים נישט איינגעפאלן עפעס שלעכטס ביים שרייבן זיין ארטיקל. ער האט עס געשריבן מער ארויסצוברענגען די שלעכטס פון סאטמאר און די כח פון א ליבליכע ווייב [ביידע פלעצער ווי יששכר האט זיך אפגעבריט, והמבין יבין], ווי עפעס אנדערש.

פארשטייט זיך אז ער האט נישט געוואלט חוזק מאכן פון יענקי'ס בחור'ישע היסטאריע, נאר כדברי ביבער:
ביבער האט געשריבן:ער שרייבט עס פאר'ן מאדערן ארטאדאקס עולם, פאר זייער מענטאליטי מאכט עס א רושם ווי מ'זעהט פון די קאמענטס.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 2:07 pm
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:00 pm
דורך פלעין יודיש
שמעון וואלף האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג אבער ביי דעם שטיקל האסטי נאכגעשריבן א וועלט'ס טעות. עליה השלם כל הקרבנות כולם מיינט אז אויף דעם קרבן (תמיד של שחר) זאל מען מקריב זיין אלע אנדערע קרבנות.

ס'זעהט זיך אן אז די האסט נישט געלערענט חומש רש"י פאריגע וואך:

וערך עליה העלה: עולת תמיד היא תקדים:
חלבי השלמים: אם יביאו שם שלמים. ורבותינו למדו מכאן עליה, על עולת הבוקר השלם כל הקרבנות כולם. מכאן שלא יהא דבר מאוחר לתמיד של בין הערבים:

אל תפתח פה לשטן


אבער קול מבשר ניצט דאך דאס אלעמאל.....

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:42 am
דורך הדד בן בדד
פרייוויליג האט געשריבן:ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.


איך בין זייער א פיצי חסיד פון שלמה יאנקל... אבער איך האב אליינס געהערט די מעשה פון ר' הערש מיילעך ווערצבערגער. עס איז געווען ווען סאטמאר רב איז געווען אין שעראן ספרינגס און ער פלעגט ערב שבת גיין אין א מקוה ערגעץ ווייט, און איין פרייטאג איז ער געגאנגען נאך שפעטער און זיך פארזוימט נאכן מקוה, עס איז שוין נישט געווען גענוג צייט אנצוקומען צוריק מיט די טרעפיק וואס איז געווען דארט פרייטאג.

אויפן וועג, האט דער רבי געפרעגט דעם דרייווער, ר' הערש מיילעך'ן: פארוואס פארסטו נישט אויף די אנדערע זייט, דארט איז דאך נישט דא קיין קארס. האט ער געזאגט: יענע זייט איז פאר די וואס פארן די אנדערע וועג. אבער דער רבי האט אים דריי מאל איבערגעפרעגט די זעלבע שאלה, האט ער פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן און ער איז אריין אין די אנדערע לעין (פון די אנקאמינג טרעפיק) און אזוי אפגעפארן עטליכע מייל ביז ער איז אנגעקומען צוריק ממש אין צייט. און די גאנצע צייט וואס ער איז געפארן פארקערט איז קיין איין קאר נישט געקומען דארט.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 2:07 am
דורך זייגער
ווייס איך שוין פון נאך איינער וואס מען קען נישט גלייבן.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:04 pm
דורך שמערל
איינער יצחק לעווי [emoji79]

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 8:51 pm
דורך קינד_אן_קייט
הרב חיים גריינמן ז״ל, תלמיד החזון איש.

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 10:01 pm
דורך ברוך שאמר
איינער פין טענקער ב"ה אין בארא פארק ?'

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
uploadfromtaptalk1428807037834.jpg
uploadfromtaptalk1428807037834.jpg (163.56 KiB) געזען געווארן 3899 מאל

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
///

יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 3:28 am
דורך א איד
דאס יאר גייען גרויסע רבנים איינס נאך איינס, דער אויבירשטער זאל זיך שוין מרחם זיין

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
1) ערשטע טעג פסח איז נפטר געווארן אשת הנגיד ר' הערשל ריעדער , די לוויה איז געווען חול המועד פירענדיג איר קיין ארץ ישראל ,

2) שביעי של פסח איז נפטר געווארן בעלה הנגיד ר' הערשל רידער ע"ה תיכף נאכן צירוק קומן פון ארץ ישראל פונעם באגרעבעניש פון זיין ווייב , ווי ער איז שוין ליידער געווארן צירוק אהין געפירט נישט בין החיים ,

3) נעכטן איז נפטר געווארן א שוועסטער פון ר' הערשל הנ"ל

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:53 am
דורך א איד
וועלכע רידער איז דאס?
האט דאס עפעס מיט די קרעשניפע רידערס?

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 9:02 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
הגאון ר' יהודה ארי' טרגר זצ''ל ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק אנטווערפן אין עלטער פין 81 יאהר
איידעם פין הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א מנחם אבל בבית ר' יאנקי כ"ץ ז"ל

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:13 pm
דורך פלעין יודיש
1.jpg
1.jpg (33.88 KiB) געזען געווארן 3103 מאל


2.jpg
2.jpg (105.98 KiB) געזען געווארן 3103 מאל


3.jpg
3.jpg (35.48 KiB) געזען געווארן 3103 מאל

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
נעכטן בין איך אויך דארט געווען, מנחם אבל זיין קרובי משפחתי.

ס'האט געריסן דאס הארץ זעענדיג דער עלסטער יתום - א חתן, און דער יונגסטער יתום - א קליין יונגעלע.

ס'האט געריסן דאס הארץ זעענדיג זיין שיינע הויז, פאר'יתומ'טערהייט. דער ראש המשפחה פעלט.

ס'האט געריסן דאס הארץ זעענדיג א זיידע זיצנדיג שבעה מיט זיינע אייניקלעך. זיי - אויפן טאטן, און ער - אויפן זון.

און ס'האט געריסן דאס הארץ הערנדיג די אבנארמאלע מעשיות וואס מענטשן האבן דערציילט וואס איז געשען מיט זיי זעלבסט, איבער יענקי'ס גאלדענע הארץ, מעשי צדקה וחסד אן קיין ברעקל פרסום, און אייביגע שמייכל אויפן פנים.

יהא זכרו ברוך!

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:41 pm
דורך Chasidishmashpia
הבחור החשוב משה יצחק גרינפעלד ע"ה מלונדון שטבע בהלעי"ק בן תשע עשרה במותו, בן הרב הצדיק ר חיים יעקב שנפטר לפני כמה שנים

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:51 pm
דורך טאביק
בחדרי חרדים:
הבחור משה יצחק גרינפלד ז"ל נולד לאביו הרה"צ רבי חיים יעקב‏ גרינפלד ז"ל שנפטר לפני מספר שנים מהמחלה והיה מחשובי חסידי סאטמר בלונדון, והיה מנהל בית הספר בנות ירושלים בעיר.

המנוח למד בישיבת סאטמר בקווינס.

אחותו נפטרה לפני מספר שנים מהמחלה
וזה הסיפור הטראגי השלישי במשפחה.
נאך א משפחה טראגעדיע רח"ל
שנשמע ונתבשר רק בשורות טובות

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:20 pm
דורך Chasidishmashpia
אגב: לא ידוע לי על אחותו שנפטרה, היה לו נעפיו (בן אחיו) ילד קטן שנפטר מהמחלה, וכנראה שזהו מקור הטעות בהחדשות.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
נעבעך נעבעך

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
שרעקליך
די לעצטע פאר יאהר איז דאס ליידער אפאר מאל געשעהן אין לאנדאן

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:02 am
דורך [NAMELESS]
uploadfromtaptalk1429192961640.jpg
uploadfromtaptalk1429192961640.jpg (154.53 KiB) געזען געווארן 2793 מאל
uploadfromtaptalk1429192954623.jpg
uploadfromtaptalk1429192954623.jpg (113.48 KiB) געזען געווארן 2793 מאל