בלאט 61 פון 63

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:12 am
דורך mevakesh
גר ותושב האט געשריבן:אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

מהיכי תיתי?

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:15 am
דורך סאשי פיש
גר ותושב האט געשריבן:אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

אוודאי גייט ער עס מער נישט טון ווייל ער איז שוין טויט!!!

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:16 am
דורך אהרן
גר ותושב האט געשריבן:אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

איך בין נישט קיין גואל הדם און איך זיך נישט קיינעם איינצוזעצן, איך שלאף רואיג ביינאכט, אבער אז די פרעגסט אויב איז עס יענער און האט נישט געוואלט... אויף דעם שרייב איך אז איך פארשטיי נישט די טענה, וואס איך מיין צו ברענגען פון גואל הדם איז אז הגם די רוצח בשוגג איז נישט נידון למיתה, אבער נישט געוואלט מאכט אים נישט אומשולדיג, איבערהויפט ווען מען רעדט פון א פאל ווי יענער האט יא עפעס געוואלט.

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:14 am
דורך גר ותושב
לאמיר נאכאמאל מסביר זיין.
פאר די נהרג גייט שוין נישט העלפן דאס וואס דער רוצח גייט זיצען און תפיסה איז אויב איז די רוצח א פרעמדער וואס גייט מיך אן אויב מען גייט משום דינא דמלכותא עים איינזעצן כל ימי חייו אבער טאמער מיין ברודער וואלט געהארגעט מיין אנדערע ברודער איז אויב איז עס געוועין במרד ובמעל בכוונה תחילה לשם הריגה וואלט איך אויך מסכים געוועין אז מען זאל מיין ברודער איינזעצן אבער כפי השמועות איז עס נישט געוועין אזוי בכוונה תחילה לשם הריגה און פארן נרצח וועט נישט העלפן אז די רוצח זיצט און כפי השמועות איז די רוצח א היימישער איז וואס וועסטו האבן פון דעים וואס ער גייט זיצען גערעכט אז עפ פי דינא דמלכותא דינא דארף ער זיצען אבער ער איז דאך דיין ברודער איז וואס האסטו פון אריין גראבען און די מעשה פארגעס און לעיב ווייטער דיין לעיבן לחיים ולשלום.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:18 am
דורך קאווע טרינקער
ס'בעסער מ'זאל יענעם אפירקראצען און איינזעצען, איז נישט דא עפעס אזא גלויבן אז ווי מער מ'ליידט אויף די וועלט אלץ בעסער וועט זיין דארט?

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:22 am
דורך גר ותושב
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'בעסער מ'זאל יענעם אפירקראצען און איינזעצען, איז נישט דא עפעס אזא גלויבן אז ווי מער מ'ליידט אויף די וועלט אלץ בעסער וועט זיין דארט?

איך גלייב אז יענעמס געפיהל לאזט עים נישט שלאפן ביינאכט און זיין גילטי געפיהל לויפט עים נאך א גאנצן טאג און איינזעצן וועט גארניש מער אויפטוהן אויף עים עס וועט נאר צוגרינט לייגן זיין משפחה ואלו הבנים מה חטאו

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:25 am
דורך גר ותושב
סאשי פיש האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:אויב ביסטו א גואל הדם פארשטיי איך פארוואס די הייבסט צוריק אן צו גראבן אין די פרשה אבער אויב נישט וואס גייט דיר אן אז די מערדער איז פריי איך שטעל מיך פאר ער גייט דאס מער נישט טוען נאכאמאל

אוודאי גייט ער עס מער נישט טון ווייל ער איז שוין טויט!!!

אסאך מאל זעצט מען איין א מענטש ווייל ער איז א געפאר פארן וועלט אויף דעים האב איךגעזאגט אז ער גייט לכאורה קיינעם מער נישט הרגענען איז דארף מען עים נישט איינזעצן אלס דער סיבה.
(די לייק איז א טעות)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:34 am
דורך שמעון וואלף
דער וואס איז געשטאנען אינטער די רציחה דארף באקומען זיין שטראף רעגארדלעס אויב ער וועט עס נאכאמאל טון אדער נישט. אפילו טאמער די הרוגה איז געווען א פאטאלע טעות, קען מען נישט צולאזן א הפקירות ווי מ'קען קידנעפן אדער שלאגן א צווייטן און ארויסגיין אומבאשטראפט.

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:42 am
דורך גר ותושב
שמעון וואלף האט געשריבן:דער וואס איז געשטאנען אינטער די רציחה דארף באקומען זיין שטראף רעגארדלעס אויב ער וועט עס נאכאמאל טון אדער נישט. אפילו טאמער די הרוגה איז געווען א פאטאלע טעות, קען מען נישט צולאזן א הפקירות ווי מ'קען קידנעפן אדער שלאגן א צווייטן און ארויסגיין אומבאשטראפט.

וויל איך אייך פרעיגן א שאלה טאמער אייער ברודער וועט חלילה וחס הרגענען דיין אנדערע ברודער וועלסטו אויך רעדן אזוי צו נישט און ביטע טראכט א מינוט פארן ענטפערן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 9:43 am
דורך משבק
שמעון וואלף קענסט זיין העכסט רוהיג . http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... -1.1774032

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:29 pm
דורך סאשי פיש
עפעס שוואכע נייעס אין די קעיס,
http://nypost.com/2016/04/07/man-found- ... -slumlord/

נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 6:01 pm
דורך סאשי פיש
קול מבשר באריכטעט אז עס גייט זיך ענדליך אנהייבען די געריכט פראצדור פרייטאג ער בעט בשם די משפחה און עסקנים אז די עולם זאל קומען ארויסווייזען שטיצע און אנפילען די געריכט זאל. באסעס וועלן פארן פון ערגעץ אויף בעדפארד

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 7:11 am
דורך שאולדיספריםפאקער
סאשי פיש האט געשריבן:קול מבשר באריכטעט אז עס גייט זיך ענדליך אנהייבען די געריכט פראצדור פרייטאג ער בעט בשם די משפחה און עסקנים אז די עולם זאל קומען ארויסווייזען שטיצע און אנפילען די געריכט זאל. באסעס וועלן פארן פון ערגעץ אויף בעדפארד

למעשה וואס זאגן זיי ווען גייט זיך עס אנהייבן

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 9:18 pm
דורך סאשי פיש
עפעס א קאזין איז שולדיג?!
ליינט דא פאר מער http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... au+twitter

נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 10:45 am
דורך אינטערסאנטער
עס איז עפעס וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל בשום אופן, אז נאך 3 יאר פון די פרשה האט מען דערווייל נאך נישט ארעסטירט די אנדערע חברים זיינע

נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:02 am
דורך מודיעין
און נאכדערצו אז ער איז נישט געווען די פאקטישע רוצח. נאר די דרייווער פון די ווען, אוודאי איז ער אויך א חלק פון די קידנעפינג און פארדינט זיך א גוטן עונש, אבער די אנדערע זענען לכאורה מער שולדיג אין די רציחה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
ברעיקינג! די דזשורי וועלכע האט אנגעפירט דעם פראצעס קעגן דעם מערדער קענדעל פיליקס - וועלכער האט דערמארדעט ר' מנחם שטארק הי"ד, האבן יעצט געאורטיילט אז פיליקס איז שולדיג אויף מארד קלאגעס. עס ערווארט פאר פיליקס א מינימום פון 25 יאר טורמע און א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע.

די דזשורי האט געפונען שולדיג דעם מערדער פיליקס אויף קלאגעס פון צווייטע-דעגרי מארד און קידנעפינג, אבער האט אים ריינגעוואשן פון די רויבעריי-פארזוך קלאגעס. ער וועט פאראורטיילט ווערן דורכ'ן ריכטער אלעקסאנדער דזשיאנג ביי א ספעציעלע אורטיילונג פראצעס אום אקטאבער 19.

פון קול העולם-אידיש טעלעגראם טשענעל

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:15 pm
דורך סאשי פיש
ארעסטירט נאך צוויי חברה

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
סאשי פיש האט געשריבן:ארעסטירט נאך צוויי חברה

Source?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:58 pm
דורך ליפא
YWN

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:13 am
דורך סאשי פיש
נאך אסאך פארלעסליכע פלעצער

Re: כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:55 am
דורך סאשי פיש
בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 9:53 pm
דורך דער שכן
סאשי פיש האט געשריבן:נאך אסאך פארלעסליכע פלעצער


נא?... זענען נאך דא מאנכע וואס מיינען אז יד ישרא׳ באמצע??