בלאט 61 פון 214

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:52 pm
דורך מודיעין
שוין א שטיק צייט וואס איך ליין דא און האב הנאה אין פארשידענע ענינים און מקצועות, וויל איך מקיים זיין דעם חבר אני לכל אשר יראוך, קיין גרויסע פלענער האב איך נישט, און קיין גרויסער שרייבער בין איך נישט, אבער צומאל וואלט איך יא געוואלט מעיר זיין עפעס.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 1:05 pm
דורך בלאנק פילקע
סוף דבר הכל נשמע, איך בין א גרויסע חסיד פון די מאמע לשון און שעפ נחת אז ס'איז דא א פלאץ אויפ'ן אינטערנעט דערפאר... חוץ פון דעם ס'איז שיין אז מקען דא טרעפען דברי תורה וחסידות

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 7:06 pm
דורך מתמיד
אברך רגיל איך באלאנג נישט צו קיין שום חסידות דירעקט איך גלייך פיינע נייעס אין דיסקאשינס שוין א שטיק צייט לערך א יאר וואס איך באזוך קאווע שטובל ווי א גאסט יעצט איז שוין געקומען די צייט צו ווערען א חבר ליהנות וליהנות בהם בני אדם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 6:53 pm
דורך משטיינסמער
יעך בין א פשוטע איד. איך האב נישט גענוג צו דערציילן איבער זיך אנצוקומען צו פערציג ווערטער, איז וועל איך פרובירן צו דריקן דעם קנעפל מיט וואס איך בין שוין אנגעקומען צו זאגן עד דאתינן להכא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 6:53 pm
דורך גלייב מיר
א גיטן איך דריי מיר שוין ארום דא א שיינע שטיק צייט און איך האב מורה"דיג הנאה פון די פלאץ.איך בין געוואר געווארן פון די פלאץ דורך מיין ברידער וואס איז אן אקטיווע מעמבער דא און איך פלעג אייביג אדורכליינען אלע אויסגאבעס פון דא און כהאב מורהדיג הנאה געהאט די סטייל פון די פלאץ די תורהדיקייט אפענקייט און הומער. איך פיל אז אי קען אסאך צוגעבען דא צו די מוזיק חלק וואס דאס איז מיין פרנסה און אסאך צו די חלק הנייעס איבערהויפט פון מדינת ישראל אין וואס איך ליג שטארק .תודה רבה איך האף עטס וועט הנאה האבן פין מיר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 6:57 pm
דורך סמבטיון
שלום עליכם גלייב מיר, מיר ווארטן שוין א לאנגע צייט אויף איינעם וואס קען אביסעל אויפלעבן דעם מיוזיק אשכול, הייב אן שרייבן און די לייקס וועלן קומען צי לויפן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:39 pm
דורך ShlomeHalevi
א איד. חסידיש. אדוק אינעם הייליגן רבי'ן. גייט מיטן שפאן.
עסט פרישטיק און טרינקט קאווע טעגליך.
זוכט בחינם'דיגע ווייפיי ווען מעגליך.
קען נישט דערליידן די אלא חסידישע פראודס, אזויגערופענע ביזנעס עקספערטן.
לאווט צו זען ווי יעדער שטעלט זיך צו, צו אלע נייע גזירות. למה לא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:02 pm
דורך אביסל צימישט
איך בין א ינגערמאן וואס וויל ווערען קלאר אין אסאך ענייני קיקט מיר אויס פין אלע אנדערע איז קאווע שטיבל די פלאץ צי זיך דורך רעדען דערוועגען האף איך מוועט מיך שיין אויפנעמען

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:08 pm
דורך עקיבא שטיסעל
עס קומט מיר אויס זייער שווער זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אבער כ'וועל פראבירן דאס בעסטע: איך בין אויפגעוואקסן אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, געלערנט אין איינע פון די ישיבת מציונים, אויפגעוואקסענדיג צווישן קרובים פיסכאלאגן בין איך געווארן א גרויסע בעל שיטה אז"ש איך האב מער נישט געקענט דערטראגן דעם עולם השקר. תחלית-- כדאי צו מאכן מיין לעבן אביסעלע גרינגער פראביר איך כסדר צו פארעכטן די מענטשייט. אלץ א פאליטיקעל קאממענטעטאר און אנאליזער האב איך כסדר א מנין אידן ארום מיר וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס מאל איך מאך אויף מיין מויל. איך בין דריי פערטעל טאג ביזי טוויטן, און די איבריגע צייט לערנט מען עיון.

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:00 pm
דורך אדנירם
עקיבא שטיסעל האט געשריבן:עס קומט מיר אויס זייער שווער זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אבער כ'וועל פראבירן דאס בעסטע: איך בין אויפגעוואקסן אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, געלערנט אין איינע פון די ישיבת מציונים, אויפגעוואקסענדיג צווישן קרובים פיסכאלאגן בין איך געווארן א גרויסע בעל שיטה אז"ש איך האב מער נישט געקענט דערטראגן דעם עולם השקר. תחלית-- כדאי צו מאכן מיין לעבן אביסעלע גרינגער פראביר איך כסדר צו פארעכטן די מענטשייט. אלץ א פאליטיקעל קאממענטעטאר און אנאליזער האב איך כסדר א מנין אידן ארום מיר וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס מאל איך מאך אויף מיין מויל. איך בין דריי פערטעל טאג ביזי טוויטן, און די איבריגע צייט לערנט מען עיון.

[tag]שלום שטיסל[/tag], דיין טייער קינד קיווע איז נארוואס אהערגעקומען.

נחום, ליבי, און די באבע מלכה וועלן מעגליך נאכקומען...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:51 pm
דורך פיקאסא
שוין דא דא אן עקיבא דאכצעך מיר.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:56 pm
דורך א איד
מען קען עם טוישן צו קיווע שטיסל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:22 pm
דורך זאגעפעסגיט
א איד וואס האט ליב צי הערן נייעס אין שרייבן נייעס וכו..
אשר על כן איז נישט שייך א בעסער מקום צו קומען אין די סייד....
אין איך האפ אז ענק וועלן הנאה האבן פין מיר אין איך אוודאו פין ענק...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:10 am
דורך מישקאלצער
עס איז זייער אינטערעסאנט מיטצישמיעסן מיטן עולם אין אדורכציטוהן כך מיני עינינים זיך אביסל אויסציליפטערן מיט א נארהאפטיגע קאווע אויף קאווע שטיבל אין פארשטייט זיך ארויסציהעלפן איינעם דעם צווייטן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 7:04 pm
דורך הרוגי ביתר
מהרוגי ביתר
אני אוהב להיות אנונומי, ובראותי שכאן אפשר לכתוב באנונומי (עם ניק) החלטתי להתחבר, כי יש לי לפעמים דברים שאני רוצה להגיד ברבים, אבל לא רוצה להגיד את זה בשמי, לכן אני מעדיף האתר הזאת, שכאן כנראה אני יוכל להגיד ולשאול מה שיש לי להגיד או לשאול.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 7:17 pm
דורך קל וחומר
בא הרוג ברגליו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 7:26 pm
דורך נח'ס תיבה
א גיטען אלע טייערע חשוב'ע ליינער , נאכן זיצען אין (ישיבת) מיר פאר צוויי "גערהויבענע" יארן, אין איינגערעדט די גאנצע וועלט אז מען "זיצט אין שטייגט" אין "ברוך השם" מסיים געווען הינדערטע מאוויס אין גאנצע שטיקער טי - ווי שויס, געהאקט א לעבן אין גארנישט געטין, איז געקומען די צייט צי נעמען אביסעלע וועקאציע אין שרייבן אביסיל וואס סליגט אויפן קאפ. איר האף אז די עולם העט הנאה האבן פון מיין רייד. שכח פארן ליינען אין אויסהערן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:27 pm
דורך איינזאמע
יאך בין א לאקאלער ניו יארקער איינוואונער נישט צרוקגעשטאנען מיט די דרויסענדע גאס מיט גארנישט אבער די מענטשען ארום מיך באטראכטען מיר מער פין די איינזאמע קאמיונעטי, איז די בעסטע פלאץ צו לאאנדען אין "קאווע שטיבעל"!

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:48 pm
דורך קאמענטירער
אביסל צימישט האט געשריבן:איך בין א ינגערמאן וואס וויל ווערען קלאר אין אסאך ענייני קיקט מיר אויס פין אלע אנדערע איז קאווע שטיבל די פלאץ צי זיך דורך רעדען דערוועגען האף איך מוועט מיך שיין אויפנעמען

צו קומט דיין נאמען אדאנק פון די ארטיקעל אינעם וועקער??

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:50 pm
דורך קאמענטירער
הרוגי ביתר האט געשריבן:מהרוגי ביתר
אני אוהב להיות אנונומי, ובראותי שכאן אפשר לכתוב באנונומי (עם ניק) החלטתי להתחבר, כי יש לי לפעמים דברים שאני רוצה להגיד ברבים, אבל לא רוצה להגיד את זה בשמי, לכן אני מעדיף האתר הזאת, שכאן כנראה אני יוכל להגיד ולשאול מה שיש לי להגיד או לשאול.

גראדע בין איך נייגעריג ווען די יארצייט פון די הרוגי ביתר געפאלט אויס? ווייל איך וויל שוין אויפרייסען א בילקע און טינקען די געפילטע פיש אין כאריין

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 7:06 pm
דורך אביסל צימישט
קאמענטירער האט געשריבן:
אביסל צימישט האט געשריבן:איך בין א ינגערמאן וואס וויל ווערען קלאר אין אסאך ענייני קיקט מיר אויס פין אלע אנדערע איז קאווע שטיבל די פלאץ צי זיך דורך רעדען דערוועגען האף איך מוועט מיך שיין אויפנעמען

צו קומט דיין נאמען אדאנק פון די ארטיקעל אינעם וועקער??

וועלעכע ארטיקעל אין די וועקער?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:24 am
דורך אביסל צימישט
אביסל צימישט האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:
אביסל צימישט האט געשריבן:איך בין א ינגערמאן וואס וויל ווערען קלאר אין אסאך ענייני קיקט מיר אויס פין אלע אנדערע איז קאווע שטיבל די פלאץ צי זיך דורך רעדען דערוועגען האף איך מוועט מיך שיין אויפנעמען

צו קומט דיין נאמען אדאנק פון די ארטיקעל אינעם וועקער??

וועלעכע ארטיקעל אין די וועקער?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

יעצט געליינט די ארטיקעל פין די וועקער צים ערשטען מאל אבער פאר דעי סיבה האב איך גענימען די נאמען

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:46 pm
דורך דראון
I want to join kaveshtiebel because I want to share my opinion when I'm reading something I think I have what to add to the discussion also I know allot about tech so I want to share