בלאט 61 פון 94
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:06 pm
דורך פרייוויליג
שבת אחים האט געשריבן:סטוט זיך א געסטאראשעריי פון אייסעס אנטעקן עטליכע צוואנציג פאליס לייט אין מיניסודא זיי האבן ארויסגעגעבן עפעס א ליסטע פון זייערע נעמען אז זיי זאלן זיך היטן די ביינער. אין אנדערע נייעס טראמפ׳ס זון האט באקומען סטראשנונג בריון מיט ווייסע פאודער אין זיין אפארטמענט אין מאנהעטן, מ׳פארשט יעצט צו ס׳איז פון די שעדליכע סחורה אדער ס׳איז סתם חרוסות מיט זאלץ וואסער. זיי באשולדיגן די מיסטעריזע גרופע "Anonymous" וואס ווערט געפירט מסתמא דורך אפאר ראציגע היפיסטער קאמפיוטער העקערס( און מסתמא אידן לדעתי).
בקיצור די וועלט ווערט מעהר און מעהר משוגע! עלקעקטס בערני סענדארס פאר ס׳איז צושפעט, געדענקט איך האב אייך געווארענט!
http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/ ... Trump.html
וואס עפעס אידן? אלעס באשולדיגסטע אידן?

און די גרופע איז שוין גארנישט אזוי ראציג, זיי האבן שוין אנגעמאכט חרבנות רבות, און טראמפ׳ס סעלפאון נומער פיגירירט שוין. סענדערס שאנסן אנצוקומען צום קאנווענשען מיט די באשטומטע צאל דעלעגאטן זענען זערא. ראו הזהרתיך.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 3:53 pm
דורך געוואלדיג
אן אומאנגענעמע מאמענט איז פארגעקומען נעכטן ביי די איפ"ק צוזאמקום ווען נאך איהר רעדע האט הילערי קלינטאן ארום גענומען א פרומער מאן וואס איז צוגעקומען איהר באדאנקען.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:20 pm
דורך יואליש
הילערי קען גיט ק"י און ניו סקווער און חרידישע קולטור. ביזט זיכער אז דאס איז געווען א טעות?
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:24 pm
דורך געוואלדיג
ליין איבער מיינע ווערטער, איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א טעות.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:37 pm
דורך פרייוויליג
די הייליגע ארגאנאזאציע
AIPAC גייט יעצט אן אין פילן שוואנג. טראמפ גייט נעמען די מייק momentarily
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 5:47 pm
דורך יואליש
געוואלדיג האט געשריבן:ליין איבער מיינע ווערטער, איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א טעות.
אומאנגענעם פאר וועם?
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 6:03 pm
דורך שצם_חנכל
עס ווערט כסדר ארויסגעברענגט ווי גוט קלינטאן קען די חרדי'שע לעבענסשטייגער צוליב אירע יארן אלץ סענעטאר אין ניו יארק (אלבערט פריעדמאן וואלט זיך געשוואוירען אז זי געדענקט אים נאך אויפן פנים).
לויט מיין מיינונג לאזט זיך דעבאטירן וויפיל אייגענטליך זי געדענקט פון יענע יארן. מען דארף נעמען אין חשבון אז זי איז בכלל נישט געווען סופער אקטיוו אויף סטעיט אדער לאקאלע אישוס און זי איז קיינמאל נישט אויסגעשטאנען ערענסטע פארמעסטן זיך צו דארפען צופיל קימערן מיט די היימישע מוילמאכער און עסקנים. ווידעראום אין די יארן זינטן פארלאזן ניו יארק האט זי געפירט זייער א פובליק לעבן און זיך כסדר געטראפען מיט מענטשען איבער די גארער וועלט. זי איז דאך געווען פארנומען מיט א קאמפיין, אנגעפירט די סטעיט דיפארטמענט, זיך פארנומען מיט כל-ערליי אקטיוויזם, און איצט ווידער א קאמפיין. עס לאזט זיך גלייבען אז זי געדענקט נישט קיין סאך פון די פאר צוזאמטרעפן מיט היימישע אידן.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 6:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ'וואלט נאך געוואוסט ווער דער ארטאדאקסישער איד איז, וואלט געווען נאך אינטרעסאנטער. א גרויסע פארנעם אינ'ם ארטאדאקסישע וועלט, זאגאר די חרדישע.
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 8:13 pm
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ'וואלט נאך געוואוסט ווער דער ארטאדאקסישער איד איז, וואלט געווען נאך אינטרעסאנטער. א גרויסע פארנעם אינ'ם ארטאדאקסישע וועלט, זאגאר די חרדישע.
אויף בחדרי זאגן זיי אז עס איז מנחם גענאק פון די OU
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=99231
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 2:12 am
דורך שבת אחים
איך האב געהאט די זכי׳ צו זיין ביי די נעכטיגע בערני ראללי אין Seattle וואשינגטאן! אשרי עין ראתה כל אלה! איך האב נאך אזאנס נישט געזעהן אין מיין לעבן! איך האף שפעטער צו באשרייבן פרטים וועגן די וועסט קאוסט און בערני! ער איז א rockstar און א גרויסער העלד דא אין דער שטאט!
ס׳איז געוועהן אזויפיל טויזענטער מענשטען ארום די זאל אז מ׳האט געמאכט נאך א אומגעראכטענע ראללי ווי בערני האט גערעדט אויף די גאס פאר צענדליגער טויזענטער מענטשען
http://www.king5.com/videos/News/Local/ ... /82065968/די ראללי אינדרויסן
http://youtu.be/5eQ2Tdnd7Vo
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 10:43 am
דורך שבת אחים
בערני אין סיעטעל וואשינגטאן
http://youtu.be/nF4gOqAD1nY
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 12:17 pm
דורך ברוך בער
א גוטן ברודער שבת. קודם שכוח פאר דיינע באריכטן איבער בערני כ'האב שטארק הנאה. אלץ א בערני שטיצער וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט אונזער ניו יארק, פארוואס פילט זיך נישט ווי מען טוט דא גענוג? ווי עס פארט יעצט קען בערני געווינען אלע קומענדע פינף פארמעסטן וואלט געווען א שאנדע צו פארלירן זיין היימלאנד ניו יארק דערנאך. אויב בילערי פארלירט איר ניו יארק קען עס איר אראפרוקן עד הסוף קאליפארניע וכו'. ספעציעל אונזער ברוקלין דארף ער געוואונען ער'ז דאך א ברוקלין בוי.
איך מיין ער האט נעכטן געהאט א גוטע נאכט עפטער אלל. שבת גייט זיין א בלאואוט, און די מידיע גייט אנהייבן צירוק זינגען לבנימין אמר אז ער האט א שאנס.
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
http://m.huffpost.com/us/entry/20-reaso ... 44744.htmlא געוואלדיגע מאמר. ליינט'ס און האט'ס הנאה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 5:40 pm
דורך גיבור
סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 5:52 pm
דורך שמעקעדיג
און שבת אחים איז שטיל...
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 6:15 pm
דורך ליפא
גיבור האט געשריבן:סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.
עס טוישט גארנישט sadly
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 6:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]ליפא[/tag] - דיין אונטערשריפט איז אן עצה אויף צו ראטעווען די מצב.
ערנסט גערעדט, מ'קען נישט וויסען אין די זאכען. כמו שאמרתי למעלה, ס'קען אלס ווערען דערפון. טאמער בערני ניצט אויס זיין מענטשען גוט, איז אפילו ווען ער פארלירט קען ער ווייטער אנגייען. מ'קען אנהאלטען די ארגאניזאציע צו פארשאפען א נייעם פארטיי. מ'קען נוצען די ארגאניזאציא צו טוהן צו די דעמאקראטען וואס דער טיי אווענט האט געטוהן צו די רעבאליקאנער. שלעפען מער צוריק צום שרשים. ביי די רעכטע האט עס זיי געשלעפט צו די ראסיסטישע עבר פון די רעדנעק'ס. ביי די דעמאקראטען קען עס זיי שלעפען צו די אוניווערסאלע אחריות און מענטשליכקייט פון די אריגינעלע לינקע באוועגונג.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 6:44 pm
דורך ליפא
אלעס גוט אבער כרעד פון געווינען די נאמינאציע וואס פאר דעם לויפט ער יעצט
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס מאכען דער מענטש דער נושא איז דער שלעכט'ס פון טראמפ. נישט סאנדערס איז דער זאך, נאר דער רעוואלוציע. און פאר דעם איז נישט דוקא דאס געווינען דער נאמינאציע די זאך, וכנ"ל.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 7:51 pm
דורך ראוונע
מזל טוב
איוואנקע טראמפ די טאכטער פון דאנעלד טראמפ האט יעצט געבוירען די גרעסטע אין די שענסטע אינגעל בעיבי
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 12:51 pm
דורך לך לך
דאס אמאל זיכער אז דער אלטער סענדער האט איר דערלאנגט אזאנס און אזעלעככטס מיט געווינען 3 אויף אמאל
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 6:40 pm
דורך שבת אחים
ברוך בער האט געשריבן:א גוטן ברודער שבת. קודם שכוח פאר דיינע באריכטן איבער בערני כ'האב שטארק הנאה. אלץ א בערני שטיצער וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט אונזער ניו יארק, פארוואס פילט זיך נישט ווי מען טוט דא גענוג? ווי עס פארט יעצט קען בערני געווינען אלע קומענדע פינף פארמעסטן וואלט געווען א שאנדע צו פארלירן זיין היימלאנד ניו יארק דערנאך. אויב בילערי פארלירט איר ניו יארק קען עס איר אראפרוקן עד הסוף קאליפארניע וכו'. ספעציעל אונזער ברוקלין דארף ער געוואונען ער'ז דאך א ברוקלין בוי.
איך מיין ער האט נעכטן געהאט א גוטע נאכט עפטער אלל. שבת גייט זיין א בלאואוט, און די מידיע גייט אנהייבן צירוק זינגען לבנימין אמר אז ער האט א שאנס.
יא יא! בערני סענדארס קאמפיין האט די וואך געפענט א קאמפיין העדקוואטערס אין ברוקלין. נייע פאולס ווייזן אז ער וואקסט שטארק אין ניו יארק און אז ער האט גאר גיטע שאנסן צו געווינען ניו יארק סטעיט.
Bernie Sanders Camp Explains Strategy to Win New York
http://observer.com/2016/03/bernie-sand ... -new-york/
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 6:43 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:גיבור האט געשריבן:סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.
עס טוישט גארנישט sadly
מהיכן דנתנו?