בלאט 63 פון 110

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:20 pm
דורך פליקער
ברעכער צי ראזענבערג איז נישט קיין חיליק

אבער א אינגע פרוי וואס האט געהאט א צווילינג 14 חדשים ציריק איז שרעקליך

א אינגע פרוי אן א פארוואס גייט אויס פאר איר מאן אין 4 קינדער אינדער היים איז שרקליך

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:54 pm
דורך [NAMELESS]
אומשילדיגע יתומים!!!!!!
כ'האלט עס נישט אויס
[emoji31] [emoji31] [emoji31] [emoji31]
IMG-20150430-WA0046.jpg


[tag]קאווע טרינקער[/tag] איז גערעכט. איך מעק אויס דעם פיקטשער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:58 pm
דורך געוואלדיג
אוי אוי,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:58 pm
דורך געוואלדיג
ראשעקאל האט געשריבן:אומשילדיגע יתומים!!!!!!


זענען דא שולדיגע יתומים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:11 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אומשילדיגע יתומים!!!!!!


זענען דא שולדיגע יתומים?

אודאי. חז"ל זאגן אז ס'קומט נישט קיין שלעכטס אויף א מענטש נאר אויב זיין סביבה איז אויך שולדיג די צער פון ליידן די קאנסקווענסן, ווייל אז נישט וואלט דער באשעפער עס נישט געטון, שנאמר: קל אמונה ואין עול וגו'.
וכן אחז"ל, מת אחד מן החבורה, ידאגו כל החבורה, ועיי"ש במפרשים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:19 pm
דורך צדיק נסתר
ראשעקאל האט געשריבן:אומשילדיגע יתומים!!!!!!
כ'האלט עס נישט אויס
[emoji31] [emoji31] [emoji31] [emoji31]
IMG-20150430-WA0046.jpg

וואס האט ער אין מויל, א לאלי?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:25 pm
דורך קאווע טרינקער
מי זה פתי וואס נעמט בילדער און שיקט עס ארום?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:27 pm
דורך קאך_לעפל
או איז דאס הארצרייסענד.... די קליינע יתומים האבן נעבאך נישט קיין אנונג, וואס פאר א שלאק עס האט זיי באטראפן.... זאל דער הייליגער בעל הרחמים טרייסטן דעם צוקלאפטען טייערען יונגערמאן מיט זיינע 4 זיסע יתומליך.... און מיר זאלן אזנע בילדער קיינמאהל מער נישט זעהן......

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
צדיק נסתר האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אומשילדיגע יתומים!!!!!!
כ'האלט עס נישט אויס
[emoji31] [emoji31] [emoji31] [emoji31]
IMG-20150430-WA0046.jpg

וואס האט ער אין מויל, א לאלי?

יא, א לאלי. איז וואס?
א צדיק נסתר וואלט שוין געמעגט וויסן אזעלכע מושגים ווי ממתיק זיין דינים וכדו'.

כ'האב פריער געהערט דעם קדיש וואס די קינדער האבן געזאגט. נישט מעגליך די אויגן זאלן בלייבן טרוקן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:יא, א לאלי. איז וואס?
א צדיק נסתר וואלט שוין געמעגט וויסן אזעלכע מושגים ווי ממתיק זיין דינים וכדו'.

וכידוע ווען דער נייער 'סטאר' הרב עפג'ין האט געמאכט המתקת הדינים דורך טיילן פארן עולם קענדיס.
ומי יעמוד בסוד קדושים...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:41 pm
דורך שמעון וואלף
א דריי חדשים'דיג בעבי איז נפטר געווארן היינט נאכמיטאג אין וויליאמסבורג, זייענדיג ביים בעבי סיטער. דאס קינד, למשפחת גאדדינגער (חתן רב קויפמאן (רב ביהמ"ד תלמידי געלצהעלער) איז געווען פריש און געזינט פאר דעם און ווארשיינדליך נפטר געווארן פון קריב דעטה ר"ל.

מיין הארץ גייט אויס פאר די עלטערן וואס האבן פארלוירן זייער איינציג קינד און פאר די אומשילדיגע בעבי סיטער.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
My God

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אומשילדיגע יתומים!!!!!!


זענען דא שולדיגע יתומים?

יא, זיכער. אין די שטאט מונקאטש איז געווען א פרוי אן אלמנה מיט אירע ערוואקסענע קינדער וועלכע זענען געווען פארמעגליך און זיי האבן געהאט פראפערטיס מיט טענענטס. און זיי האבן אויסגעטיילט געפערליכע צרות פאר זייערע טענענטס. און ווען מ'האט זיי געזאגט א ווארט האבן זיי געטענה'ט אז זיי זענען יתומים און די מאמע איז אן אלמנה און מ'טאר זיי נישט טשעפען. האטציך דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי. ..."אלמנה וגר יהרוגו" אן אלמנה און א גר מעגן הרג'נען ויתומים ירצחו. און יתומים מעגן רצח'נען. ויאמרו לא יראה יה און זיי זאגן אז דער באשעפער זעהט נישט...?...!

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:47 pm
דורך א איד
איז אין מונקאטש זענען די יתומים יא שולדיג?

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 2:47 am
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:איז אין מונקאטש זענען די יתומים יא שולדיג?

א איד: נישט אלע. שטייצעך נאר די וואס זענען שולדיג... :roll:

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 2:33 pm
דורך בעל מדות
א יונגע בחור'ל אין מאנסי האט זיך ליידער גענימען דאס לעבן.

עס ווייטאגט ווען מען הערט אט די סארט אומגלויבליכע געשיכטעס און שטיל פאר זיך מעג זיך יעדער טראכטן וואספארא זאך מען קען דערפון ארויסנעמען.

צום ביישפיל שענקען א גוט ווארט פאר א נשמה וואס פילט זיך באזייטיגט און זיין אויפמערקזאם ווען מען דערשפורט אז א צווייטער קען נוצן דיין הילף.
אזאנע אקטן קומען בדרך כלל פון א איבערגעטריבענע מאס שווארצע פאנטאזיע ווען מען שפורט א טרוקנקייט אינעם טאג טעגליכן לעבן זיך אויסוועבנדיג ווי אלע ארימיגע האבן אים פיינט און יעדער בארעדט אים.
עס איז זיכער אז דער באשעפער וואס האט אים געשאנקען זיין לעבן איז שטארק איבערגענימען פון אזא אקט און זיינע קימענדיגע דורות פון טויזענטער נפשות מישראל וועלכע ער האט בידים פארשניטן, וויינען און שרייען צום הימל הלמאי אזא זאך איז געווארן צוגעלאזט.
השם יתברך זאל העלפן אז דער אינצידענט זאל זיין די לעצטע פאל אין קייט פון האר אויפשטעלנדע און פאנטאסטישע געשעענישן וועלכע לאזן נישט צורוה די הערצער און די געפילן דערינען.

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 3:23 pm
דורך יעקב מענטש
אוי זענט איר גערעכט,
איך האב מיט געהאלטן אפאר יאר צוריק ווי א אינגערמאן וואס טוט אין חינוך פאר דערביטערטע בחורים, האט גערעיזט געלט צו דינגן פריוואטע מלמדים פאר א בחור וואס קומט פון א גרויסע משפחה ווי דער טאטע האט נישט דעם טאג איבערצולעבן, און ס'קוקט אויס ווי דער בחור איז אריינגעפאלען אין דעפרעסיע אדער עפעס ענליך. ענד אף סטארי, דער בחור האט חתונה געהאט און האט א געהעריגע דזשאב און איז א מענטש צווישן מענטשען.

ווען איך הער אזעלכע מעשיות, כאפט מיר ממש א פחד, ווען דער עסקן נעמט ווען נישט דעם בחור אויף זיינע פלייצעס וואס וואלט געווען דער סוף ? איך ווייס נישט קען זיין נאך א לויה, קען זיין ער וואלט געווארן א פוטסטעפס מעמבער און זיך אראפגעגליטשט, אדער הו קנאוס וואט?,

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:09 pm
דורך ברעט מענינג
C/p
I just spoke to someone close to the family, this buchir was a regular boy at home & it's a totally tragic shock 4them, police received information that this boy was lately bullyid by other buchirim, all buchirim from his grade will gather in yshiva at 5 pm,

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:24 pm
דורך געוואלדיג
ברעט מענינג האט געשריבן:C/p
I just spoke to someone close to the family, this buchir was a regular boy at home & it's a totally tragic shock 4them, police received information that this boy was lately bullyid by other buchirim, all buchirim from his grade will gather in yshiva at 5 pm,


אוי געוואלד

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:31 pm
דורך געוואלדיג
ווי אלט איז ער געווען?

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:32 pm
דורך יין שרף
נאך די פארגאנגענע וואך האב איך ארומגעלאכט מיט די בחורל ביי א שמחה, א געהעריג נארמאל קינד אלץ געווען. די טראגישע אומגליק איז א טאטאלע שאק פאר די גאנצע משפחה. קיינער האט לכאורה נישט געוואוסט וואס ער גייט אריבער. אבער געהערט האב איך פון כמה חברים אז נאך פון חדר אן האט מען די קינד גע'רודף'ט על לא עון בכפו, און לעצטענס אין ישיבה האבן זיך די רדיפות פארשטערקערט.

אוי לאזנים שכך שומעות!
-------------------

14 יאר אלט, אלול וואלט ער געווארן 15

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:36 pm
דורך chusid
געוואלד!!!!! געוואלד!!!! וויפיל נאך בלוט דארף זיך גיסן אז מען זאל טוישן דעם ברוטאלן סיסטעם??

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע סיסטעם?