בלאט 63 פון 213
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:59 am
דורך נולד מאוחר
אליצפן האט געשריבן:לשון התוספות מסכת יבמות דף מז: ד''ה במקום.
במקום שהנדה טובלת. טבילת נדה לא כתב קרא בהדיא ופי' רב יהודה גאון דנפקא לן בק"ו ממגעה דטעון טבילה וכ"ש היא עצמה ור"ת מפרש דנפקא לן מהא דדרשינן בע"ז (דף עה:) אך במי נדה יתחטא מים שהנדה טובלת בהם וכמה הם מ' סאה ורבינו יצחק פירש דנפקא מהא דדרשינן בפ' במה אשה (שבת דף סד:) תהיה בנדתה תהא בנדתה עד שתבא במים
כפארשטיי נישט חז''ל אליינס האבן נישט קיין דרש, די ראשונים מאכן די דרשות דא?
קען עס דען זיין א דאורייתא?
די קוראים גייען דען נישט אין מקוה?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:00 am
דורך נולד מאוחר
משה געציל האט געשריבן:וויפיל צדיקים דרייען זיך אין מיינע געדערים פון אזויפיל גאלאנען פיש זאפט?
אין די פיש זאפט דרייען זיך די גבאים.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:07 am
דורך petergrifin
איך האב ספרינט סערװיס (סמארט פאון) שוין פאר יארן און כ׳שעלט זײ מסתם דרײ מאל א װאך מינומום װעגן דראפטד קאלס און נאו סערװיס עניװעיס איך בין עלעדזעבעל פאר אן אפגרעיד. איך װאוין אין ב.פּ. אבער איך ארבײט אלל אװער די פלעיס – די פײװ באראס,לאנג אײלענד,ניו זערסי.
װיל איך װיסן צי װערײזען װאלט געװען א בעסערע אפשען פאר מיך און צו ס׳ארבײט בעסער אין בילדינגס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:52 am
דורך zurich
petergrifin האט געשריבן:איך האב ספרינט סערװיס (סמארט פאון) שוין פאר יארן און כ׳שעלט זײ מסתם דרײ מאל א װאך מינומום װעגן דראפטד קאלס און נאו סערװיס עניװעיס איך בין עלעדזעבעל פאר אן אפגרעיד. איך װאוין אין ב.פּ. אבער איך ארבײט אלל אװער די פלעיס – די פײװ באראס,לאנג אײלענד,ניו זערסי.
װיל איך װיסן צי װערײזען װאלט געװען א בעסערע אפשען פאר מיך און צו ס׳ארבײט בעסער אין בילדינגס.
אוודאי איז ווערייזאן בעסער וואטס די קוועשטיען!
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 10:34 pm
דורך I'm back
זייענדיג אויף א גוגל גרופ, קען מען זען ווער איז אלס אויף דער גרופ?
[tag]געפילטע פיש[/tag]
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 10:36 pm
דורך בשבילי!
זענען דא גור'ע תושבים אין וויליאמסבורג ?
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:37 pm
דורך געפילטע פיש
I'm back האט געשריבן:זייענדיג אויף א גוגל גרופ, קען מען זען ווער איז אלס אויף דער גרופ?
[tag]געפילטע פיש[/tag]
כ'האב נאך קיינמאל נישט גענוצט גוגל גרופעס, אבער
lmgtfy.com טו די רעסקיו.
פ.ס. פאר סאם ריזען באקום איך כמעט נישט מיינע 'טעגס', סאו ווערט נישט באליידיגט אויב כ'ענטפער נישט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:59 pm
דורך I'm back
שרייב עפעס א גוטס פאר דיין 5000'טען תגובה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:12 am
דורך געפילטע פיש
I'm back האט געשריבן:שרייב עפעס א גוטס פאר דיין 5000'טען תגובה.
טו לעיט, יעצט זאגסטו מיר? ס'וועט שוין מוזן ווארטן אויף 6000.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:26 pm
דורך סאו וואט
פארוואס זאל א 35 יעריגע פרוי נעמען א 65 יעריגע זכר?...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:35 pm
דורך געפילטע פיש
סאו וואט האט געשריבן:פארוואס זאל א 35 יעריגע פרוי נעמען א 65 יעריגע זכר?...
1) ליבע
2) געלט
3) פארוואס נישט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:56 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:פארוואס זאל א 35 יעריגע פרוי נעמען א 65 יעריגע זכר?...
3) פארוואס נישט?
ווייל אין 10 יאר ארום וועט ער ליגן אין בעט איבערן טאג און זי וועט זיין די באדינערקע מן בוקר ועד הערב, און אין 20 יאר ארום וועט זי בלייבן א עלנדע אלמנה פאר די רעסט אף היר לייף, אנלעס זי וועט זוכן א דריטן מאן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:07 pm
דורך I'm back
אז די ערשטע האט זיך נישט געהאלטן צוואנציג יאר, פארוואס זאל די צווייטע יא?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:44 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:פארוואס זאל א 35 יעריגע פרוי נעמען א 65 יעריגע זכר?...
3) פארוואס נישט?
ווייל אין 10 יאר ארום וועט ער ליגן אין בעט איבערן טאג און זי וועט זיין די באדינערקע מן בוקר ועד הערב, און אין 20 יאר ארום וועט זי בלייבן א עלנדע אלמנה פאר די רעסט אף היר לייף, אנלעס זי וועט זוכן א דריטן מאן...
גערעכט, אבער אויב איז גילטיג סיבה איינס, טראכט מען נישט פון דעם, אויב סיבה צוויי, טראכט מען דייקא פון דעם... וועלמער מוזן בלייבן מיט נאר צוויי סיבות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:46 am
דורך I'm back
פארוואס הייסט א פראנקפורטער, א 'האט דאג'?
און איידער איך פארגעס, פארוואס הייסט עס פראנקפורטער?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:57 am
דורך רויטע וואנצעס
די מאכל שטאמט פון די שטאט פראנקפורט אין דייטשלאנד. בנוגע האט דאג דאס איז א אמריקאנער ניק נעים, ומקורו זעה איך דא:
http://answers.yahoo.com/question/index ... 214AAlEBbG
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:17 pm
דורך סאו וואט
און דו קלאסיפיידס היינט זעה איך: א געבענטשע מטבע פאר שפע בני חיי ומזוני פון הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל
צו פארקויפען פאר 3,500$ ,
צו איס עס ווערט אזוי סאך?
אני לעצמי איז עס ווערד דו ווערד פונעם מטבע גופא? איך פרעג לגבי דער שוואך נערוויגע מענטשען, פארוועם מ'קען אויך פארקויפען דער ברוקלינער בריק.
אויך וויל איך וויסען, אויב ס'געבענטשט פאר שפע, פארוואס וויל עס יענער פארקויפען? ווייל ער דארף געלט? ער האט דאך כלומערשט א מטבע וואס
פארזיכערט אים שפע?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי פארזיכערט עס אים שפע? אז ער וועט איינלייזן אפאר טאלער אויף דעם....
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 3:04 am
דורך petergrifin
אויב ס׳איז דא אײנגעשריבענע ניקס אבער קײן נײע תגובת דא מײנט דאס אז די אײנגעשריבענע דרײען זיך אין מאחורי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:27 pm
דורך מאטי
אויב דער דולער איז אזוי שוואך? פארוואס שרייען די גאלד טרעידערס "קויף גאלד! מ'פרינט אין די וועלט אריין, געלט גייט גארנישט ווערט זיין. " זיי באקומען דאך אויך דאלער פאר די גאלד, שוטה! האלט די גאלד!.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:28 pm
דורך איך אויך
דאס זאגן זיי.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:22 pm
דורך אליצפן
פארוואס מעגן מענטשן קראסן ווען ס'איז רויט פאר זיי אויב א קאר קומט נישט (עכ''פ מ'געט נישט טיקעטס פארדעם), אבער איך טאר נישט דורכפארן א רויט לייט אפילו דרייער ביינאכט ווען ס'נישטא קיין נברא אין די דריי סקווער מייל ארום מיר, אויב וויל איך נישט פינף פוינטס אויפן לייסענס?
ס'איז געהעריג דיסקרימינאציע אקעגן אונז דרייווערס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:24 pm
דורך berlbalaguleh
אליצפן האט געשריבן:פארוואס מעגן מעמטשן קראסן ווען ס'אחז רויט פאר זיי אוי א קאר קומט נישט (עכ''פ מ'געט נישט טיקעטס פארדעם), אבער איך טאר נישט דורכפארן א רויט לייט אפילו דרייער ביינאכט ווען ס'נישטא קיין נברא אין די דריי סקווער מייל ארום מיר, אויב וויל איך נישט פינף פוינטס אויפן לייסענס?
ס'איז געהעריג דיסקרימינאציע אקעגן אונז דרייווערס.
כ'האב נייעס פאר דיר. לויט'ן געזעץ טאר א פיסגייער (פעדעסטריען, בלע"ז) אויך נישט קראססן ביי א רויט לייט. וכבר הי' לעולמים אז די פאליס האבן זיך אנגעטשעפעט אויף איינעם ווייל ר'האט גע-קראסט ביי א רויט לייט. אפילו אום שבת. צוויי יאר צוריק אין פלעטבוש. זיי האבן ארעסטירט א איד.