בלאט 63 פון 214

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:51 pm
דורך כוכב
[tag]אייז קריעם[/tag] איז דיין ארומלויפן אנחזרן איין אשכול נאכן צווייטן טייל פון דיין סוקסעס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:01 pm
דורך אייז קריעם
זייער cute @כוכב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:42 am
דורך Wolfkay
איך בין זייער א 'סאושעל' מענטש, דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו ארומרעדן און ארויסזאגן וואס איך האלט ברבים, און הערן יענעמס מיינונג אויכעט, אויף א קאנפידענשעל וועג.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:48 pm
דורך יוסל פון בני ברק
מיין נאמען איז יוסל איין און צוואנציג יאר אלט פון וויזשניץ, איך שפיל קיבארד אביסל און זינג אביסל, איך גלייך זייער מוזיק איבערהויפט די מוזיק פון יוסי גרין און מונא רויזבלום, האלט זיך פאר וועלטס מבין אין דעם (לאל) איך גלייך זייער אידישע פלעיס פון ווען איך געדענק מיך פלעג איך ליב האבן צו ליינע און שרייבן אידיש כאטש נישט די בעסטע שרייבער

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:51 pm
דורך קל וחומר
אין בני ברק איז נאכנישט שבת??

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 9:54 pm
דורך יוסל פון בני ברק
קל וחומר האט געשריבן:אין בני ברק איז נאכנישט שבת??

איך.בין ייצא אין אמעריקא פאר א וואך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:23 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יוסל פון בני ברק האט געשריבן:מיין נאמען איז יוסל איין און צוואנציג יאר אלט פון וויזשניץ, איך שפיל קיבארד אביסל און זינג אביסל, איך גלייך זייער מוזיק איבערהויפט די מוזיק פון יוסי גרין און מונא רויזבלום, האלט זיך פאר וועלטס מבין אין דעם (לאל) איך גלייך זייער אידישע פלעיס פון ווען איך געדענק מיך פלעג איך ליב האבן צו ליינע און שרייבן אידיש כאטש נישט די בעסטע שרייבער

יוסל חבר מיינע,
זיצט זיך ביי די פיאנע,

(קרעדיט ליפא)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:56 am
דורך זוסמאן
איך בין צווישן אכטענצוואנציג און איינענדרייסיג חסידישע פון קענזינגטאן. איך האב ליב עסן טרינקן שלאפן ליינען שמעקן טאבאק סייענספיקשן דראמא פילמס חוזק מאכן פון דע וואס מאכן חוזק פון דע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן. איך באלאנג צו נאנאש קהילה איך טו פלאמינג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:17 pm
דורך איך אויך
אה ר' אלטר זוסמאן סופר מנאנאש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:51 pm
דורך yachad
איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:52 pm
דורך שיינער
איך בין א אינגערמאן, וואוין איך מאנטריאל. איך האב געליינט די פריערדיגע אויסגאבן פון די וועקער. איך האב מוראדיג הנאה געהאט פון די גוטע אין אמתע פונקטן וואס מען ברויך טאקע אפירוועקן דעם עוךם.
נאך האב איך געוויסע ווייטוגען וואס איך וויל אפשר אמאל אין א געךעגנהייט מיטטיילן, אדער כאטש בעטן דעם עולם מען זאל דאס אויסשמועסן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:31 pm
דורך געוואלדיג
yachad האט געשריבן:איך עפן אויף דעם חשבון האר כדי צו ענטפערטן עפעס וועגן מיך. איך בין מגייר געווען א פאר יאהר צוריק, וואוין אין ירושלים, איך האב ליב שפראכן, דער וועלט, פוליטיק בינלאומי, פסיכולוגיה... וואס נאך דארף איך שרייבן?
שלום עליכם

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:19 pm
דורך קומזיץ
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
מיינע ווערטער איך קלייב מיר
געקומען בון איך דא זיצן און פארברענגען
ארויסצוגיין פון די סביבה דעם ענגען
צולייגן עפעס צום שטיבל וועל איך מיך אנשטרענגן
איך מיין אז מיט די שורות האב איך זיך געטוהן ארויסברענגען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:59 am
דורך שמעקעדיג
זוסמאן האט געשריבן:איך בין צווישן אכטענצוואנציג און איינענדרייסיג חסידישע פון קענזינגטאן. איך האב ליב עסן טרינקן שלאפן ליינען שמעקן טאבאק סייענספיקשן דראמא פילמס חוזק מאכן פון דע וואס מאכן חוזק פון דע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן. איך באלאנג צו נאנאש קהילה איך טו פלאמינג

אה איז דאס טאקע א "זיסע-מאן"...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:36 pm
דורך סאטמארער יונגערמאן
איך בין א יונגערמאן א טאטע פון קינדער ארבעט פאר פרנסה איך זוך פשוט מיר אויסצולופטערן פון צייט צו צייט מיט היימישע נייעס בעיקר ווי אויך שמועסן וועגן אונזעכ חסידישן לעבנס שטייגער אזוי אויך האב איך אן אינטערעס אין היסטאריע און וויסנשאפט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:40 pm
דורך פארטראכטער
איך בין א מענטש אין די פריע 20'גער יארן, מיין פאמיליע זענען אנהענגער פין די סאטמאר'ע חסידות...וואס עס ברענגט מיך זיך צי רעגיסטרירן דא אויף קאווע שטיבעל.... איז אזוי קאווע שטיבעל איז א ינוק פלאץ אין די חרדישע וועלט...ס'איז א פלאץ ווי מחשבה איז היי פריארעטי. אין איגנארענץ ווערט פארשריגן אין ארינטערגעריסן,, שוין דעיס איז די מעשה...איך דארף דאך מיטיילען מיינע אינטערעסן אויך.סא לאמיר גיין אוי מיינע אינטערעסן זענען צי מיטהאלטן ווי אזוי זאכן ווערן צינימען אין אויסגעשמיעסט אויף אלע אופנים אין צדדים......מיט הצלחה
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:34 pm
דורך ארי סיפוק
איך גלייב אין די אויסטערלישע אייגנארטיגע מענטשליכע פּאָטענציעל. פֿאַר אויב דער יחיד איז באַלאַנסט מיט דיסציפּלין, פארשטאנד, און א גייסט וואס איז אפען צו געטליכקייט, דאן איז די געזעלשאפליכע היימישע קולטור און פאמיליע-ווערט א געוואלדיגע פּלאַטפאָרמע פאר מענטשליכע אַנטוויקלונג, און א לעבן מיט ציל און באדייט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:28 am
דורך שלום ושלוה
ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 am
דורך קאמענטירער
שלום ושלוה האט געשריבן:ליינענדיג פון צייט צו צייט די שטותים'דיגע posts פון פארשידענע מאדנע פערזאנען, וועלכע טראגן נישט קיין שום ממשות אין זיך,
האב איך ענדליך באשלאסן אז כ'מוז זיך דא איינשליסן כדי צו קענען אפ-ענטפערן.

שלום וברכה!
אינטערסאנט אז די משמעות פון דיין פאסט איז פארקערט ווי דיין ניק-נאמען..

פארוואס זאלסטו דיך נישט איינשרייבען סתם צו באגריסן יעדעם? פארשפרייטן לאָוו? קענען ארויס ווייזן הכרת הטוב ווען איינער לייגט אראפ א גוטע שרייב-ארבעט?

עניוועי דו ביזט דאך במילא דא, ווילאנג די לעכטעלע ברענט!! אם אפשר לתקן וודאי וודאי שאפשר לתקן!!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:46 pm
דורך תנחום
אברך טיפוסי מן השורה, לא משתייך לאף חוג, זרם, או פלג. מואס בחיי שעה וסולד משטחיות. ומיום שעמדו על דעתי, אני במרדף אחר החכמה והידע. והיום פגשתי את חדר הקפה והנה מצאתי את שאהבה נפשי, ואמרתי לעצמי ארד ואלקוט לי פנינים ומרגליות וגם לתרום בעין טובה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:55 am
דורך פתחון פה
איך האב ליב אויסצודריקן מיין מיינוג אין פארשידענע ענינים אפטמאל אפילו עס שמעקט נישט מיט די אלגעמיינע רוח הקהל אפטמאל קוקט עס אויס עקסטרעם אבער איך קען מיך נישט אוועק רירן פונעם אמת און פון וואס די תורה פארלאנגט האמת אהובה עלי מן הכל און מקען נישט דרייען מיט די תורה לויט די רוח הזמן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:13 pm
דורך החוקר
איך גלייך זייער אריינצוגיין בעומק הדברים אין אלעם וואס איך ריר אן, צו איז עס לימודים אדער אומנות אדער סתם האביס. מיינע אינטערעסן זענען האנט ארבייט ווי למשל בויען אדער קאכן, איך שפיר אז זעהן א דבר השלום גיבט חיזוק, און קאמפיוטער (איך ווייס אביסל איראניש), איך שפיר ווי דאס באשעפטיגט מיין מוח. אינדערזייט האב איך א מורא'דיגע תאווה צי ידיעה פשוט פראסט וויסנשאפט, אוי אלץ און אלעמען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 2:24 pm
דורך זרח הלוי
א מין שאלה! איך האב זיך פשוט געוואלט איינשרייבן, און יעצט דארף איך אפיהר קראצן פערציג ווערטער דא צי שרייבן,
אאממממ.. עטץ ווילטס אפשר הערן את מעשה? ניין?! אקעי, איך האלט שוין עניוועיס כמעט ביי פערציג,
ששיר המעלות בשוב ד'...