בלאט 64 פון 66
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 5:04 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:שוין, א קליפהענגער, רוחמי לעבט יא אדער נישט? לויט דער כופר לעבט דאך יעדער, איז למאי נפקא מינה?
איך האף נישט פונקטליך די שטארקע פילאזאפיע וואס שלום ווייל אונז דא לערנען מיט וואס איז אלעס איז א בית הקברות. קען איינער נעמען די מיה מסביר צו זיין?
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
איך האב פארשטאנען אז דאס איז א לעצט מינוטיגע פראבע פון שלום צו פועלן ביי עקיבא (און אפשר נחום אויך) צו בלייבן אלץ כבוד ואהבת אשתו המתה. אין אנדערע ווערטער, ווען ער האט געמיינט אז רחלי איז געזונט בגוף ובנפש, האט ער געזאגט פאר עקיבא מען דארף פארגעסן פון די טויטע, איינמאל ער וועט געוואר אז זי איז נישט אינגאנצען בסדר, און די מציאות פון בלייבן אליין פאטש אים אין פנים, נעמט ער אראפ באשעוויס פון תליה, אז מיר זענען אלע זענען א לעבעדיגע בית הקברות, ולכן איז נישט שייך זיך צו געזעגנן פון די טויטע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 5:07 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אישתישבי האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:מען זעהט ווי זי האלט איר קליינע מיידעלע. וואס איז נישט קלאר?
די שאלה איז אויב עס איז א דמיון אדער אמת.
וואס עפעס דמיון? און אויב איז עס א דמיון וועמענס דמיון? ליפא'? רוחמי? חנינא'ס? געווענליך ווען עס איז א דמיון דארף מען כאפן צו וועם די דמיון באלאנגט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 5:09 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
א שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 5:24 pm
דורך רימון
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:א שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא סצענע במו עיני, ווי צוויי אידן האבן זיך געשלאגן אין ביהמ"ד. שטייצעך ס'האט זיך געענדיגט גענוי ווי אין שטיסל, אז ביידע האבן זיך איבערגעבעטן.
די חברה האבן א הבנה אין אונזער לעבן.
אלנפאלס, כ'האלט אז ס'האט זייער גוט ארויסגעברענגט די קאמפלעקיסטי וואס איז דא אין יעדן מענטש חרדי צי נישט חרדי, נעם למשל שלום ער איז נישט evil און ער איז אויך נישט דער אדם השלם, פון איין זייט וויל ער באמת פראטעקטן נחמה פון זיין ברודער דער שארלאטאן, פון דער אנדערער זייט איז ער זשעלעס און ער ווייסט באמת נישט וואס טרייבט אים. דער זעלבער טאטע וואס רודפ'ט זיין זון צו ארויסגיין מיט רחלי וויל אים באשיצן פון חתונה האבן מיט א קראנקע פרוי ווען פון הינטערן באוואוסטזיין נאגט אים דער פאקט אז ער פארבלייבט אליין.
פון איין זייט איז שלום דער אמת'ער אמת און ער מוז דערציילן פאר יוקטן אז זיין ברודער וויל איר באגנבען מיט א האלבן לאטא, פון דער אנדערער זייט איז בכלל נישט קיין מצוה אלעמאל צו לעבן מיט'ן אמת און איין טאג קומט ער צו דער הכרה אז מאן יאמר אז אמת איז אן ערך פאר זיך אליין, אפשר פאדערט זיך אמאל צו זיין א שקרן, אפשר איז זיין עבודה צו זאגן ליגנט פאר יוקטן און נעמען די שולד אויף זיך.
שלום פארשטייט נישט אז ליבשאפט מאכט בלינד, ער מיינט אז נחמה וועט אים באגריסן מיט זיין קוכן ווייל ער זאגט איר אויס דעם אמת. ער פארגעסט אז זי וויל בכלל נישט וויסן דעם אמת און זי וועט אים קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צונעמען איר אומשולדיגקייט אין איר ניי געפינענע ראמאנס. דאס איז דער זעלבער שלום וואס פארשטייט נישט פארוואס זי איז געפאלן פאר עפעס אן ארעמען שוכער א פישער וואס פארקויפט לאטאס.
גיטי איז אויך נישט דער שווארץ אדער ווייסער פיגור נאר פיל מער קאמפליצירט. יא, זי היט אויף איר אימעדזש און וועט דערשטיקן יאסעלעס געפילן בחרב ובחנות, אבער עס קומט פון א גוט פלאץ, ווייל זי וויל נישט די משפחה זאל ליידן און דוקא א מאמעס הארץ האט די בעסטע הרגשה און שפירט ווי פון זיך אליין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט רחומי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 5:29 pm
דורך מנחם ציון
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:א שטארקע עונה, חוץ די סצענע פון שלום און נחום ליגן אויף דער ערד, יענע חלק האט אויס געזעהן מער ווי א כיתה ח' פלעי.
נישט ממש
קודם די שטיקל ווי נוחעם הייבט זיך אן רעגן איז געוואלדיג, זיינע ליפן טרייסלען פאר כעס. מורא'דיג ריעל.
די געדאנק וואס איך נעם ארויס, נוחעם אטאקירט שולעם אלס א קליינער מענטש, א פאפירענע טיגער. עווענטועל, ווען ביידע קומען אן אויף דער ערד, שלאגט דאס נוחעם אין פנים מיט א, "נאו וואט, ער איז אויף דער ערד אינאיינעם מיט דיר, וואס טוט זיך מיט דיר דו גרויסער העלד? ביזט דאך דער זעלבער "קליינער מענטש"
אגב, מיר זעהט אויס ווי שולעם איז א מענדעליסט... זעהט ווען ער הייבט זיך אויף פון דער ערד. מען זעהט דאר צווישן די קריב שטעקענעס א בילד פונעם הייליגן רמ"מ
די ציל מיט דער עונה איז אראפ צוברענגען אלע כאראקטערן צום גרינד, אלע כאראקטערן ווערן אויפאמאל דורכזיכטיג און די אמת'ע פארבן שווימען ארויף.
שולעם..
נוחעם...
ליפא פאלט ווי א קינד, און פארגייט אין א תשובה געוויין
גיטי ברעכט זיך און הייבט אן טון פראקטיש, און פארשטייט א צווייטן.
קיווי באקומט א שדרה און הייבט זיך אויף.
רחלי אנערקענט אפן אז יא... איר ליבלינג האט אלטע גוטע זכרונות וואס ער גייט נישט אזוי איינס צוויי ארויסווארפן פון פענסטער, נאר "זי" זאל לעבן דערמיט.
יוסאלע ווערט דאך ממש אויפגעראכטן "רצון ברעכט גיטי...."
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 5:02 am
דורך אויס מענטש
פארוואס דארף ליפא נאכאלץ תשובה טון ?
ער איז צוריקגעקומען, דאס אז ער וויל זיין ווער ער איז, און נישט שפילן יענעם, וואס איז די פראבלעם מיט דעם ? כגלייך נישט דעם מעסעדזש!
און די פרק ווילן זיי ברענגען יעדנס הכרה צו זיין שוואכקייט, למשל שלום צו קנאה, גיטי קאנטראל, וכו’ וכו’, און ליפא צו זאגן גיטי דעם אמת, און מסתמא ליפא תשובה צו טון.
אבער כהאלט אז דווקא דער לעצטער מעסדזש איז נישט אמת.
און צום שלוס. א געוואלדיגע עונה געווען און לאמיר זאגן אלע איבער א גלעזעלע סעלצער
הדרן עלך שטיסל לא תיתנשי מינך ולא ניתנשי מינן הדרך עלן ודעתן עלך
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 7:14 am
דורך בת קול
למעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 7:42 am
דורך ראוונע
שטארק גענדיגט די עונה
אלע manipulators געשטעלט אין פלאץ
וואס איז למעשה געבליבען מיט צבי אריה׳לע אין טובי? זיי האט מען ערגעץ געלאזט הענגען מיטען שטרוי אין מויל
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 8:35 am
דורך אישתישבי
בת קול האט געשריבן:למעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
עס זעהט מער אויס ווי דער תשובה איז ווייל גיטי האלט אז ער איז נישט פרום, ער שפילט מיט, אזא סארט פין די אנוסים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:55 am
דורך זופ מיט מאנדלען
בת קול האט געשריבן:למעשה האט ער אפגעפיצט פון זיין ווייב און משפחה, און פארראטן זיין ווייב.
מען האט קיינמאל געזעהן ווי ער אנטשולדיגט זיך.
האלב פון זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון דעם.
האסט פארגעסן אבער אין די ערשטע סיזן פרובירט ליפא זיך צו אנטשולדיגן בשעת גיטי שלאגט אפ יעדע פרואוו זיינע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:32 pm
דורך מפיל קינד
הדרן עלך
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 1:26 pm
דורך מפיל קינד
פאר מ'זאגט די הדרן דארף מען נעמען א בחינה
https://www.inn.co.il/news/467958
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 1:41 pm
דורך טאמבל סאס
וואס איז טאקע פשט אז עונה 3 האט נאר 9 עפיזאדן בשעת די אנדערע סיזענס האבן מער? שייכות מיט קאוויד?
נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 2:03 pm
דורך מנחם ציון
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז עונה 3 האט נאר 9 עפיזאדן בשעת די אנדערע סיזענס האבן מער? שייכות מיט קאוויד?
א מעגליכע הסבר....
Capture.PNG
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 1:47 pm
דורך yn.NY
ווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 8:57 pm
דורך לבי ובשרי
אין אוטונומיות האט דער זעלבער ליפא אויך תשובה געטון. דארט ייםשטענדער ארומגענומען מיט פייער.
בקיצור, געהעריג אחטא ואשוב
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2021 10:58 pm
דורך Samkoton
איך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:11 am
דורך זופ מיט מאנדלען
לבי ובשרי האט געשריבן:אין אוטונומיות האט דער זעלבער ליפא אויך תשובה געטון. דארט ייםשטענדער ארומגענומען מיט פייער.
בקיצור, געהעריג אחטא ואשוב
ברוידא מיט ליפע זענען צוויי אנדערע מענטשן.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:30 am
דורך כגפן פוריה
Samkoton האט געשריבן:איך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
די ערשטע צוויי חלקים איז דא
Sent from my SM-T307U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 10:36 am
דורך Samkoton
כגפן פוריה האט געשריבן:Samkoton האט געשריבן:איך בין גאנץ א נייער צו שטיסל.
איז ערגעץ דא צו באקומען מיט ענגליש סובטייטלס? (פאר מיין ווייב)
די ערשטע צוויי חלקים איז דא
Sent from my SM-T307U using Tapatalk
יישר כח.
ווי איז עס דא?
נשלח: פרייטאג פעברואר 19, 2021 8:19 am
דורך אישתישבי
yn.NY האט געשריבן:ווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
סתם עונה ל' יום.
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:37 pm
דורך מילך טראק
אישתישבי האט געשריבן:yn.NY האט געשריבן:ווילאנג גיימיר יעצט ווארטן פאר'ן קומענדיגן עונה?
סתם עונה ל' יום.
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 3:44 pm
דורך מנחם ציון
משלוח מנות לכל חברי חדר הקפה דפה
מ
שלוח מנות
מ
טנות לאביונים
קר
יאת מגילה
משתה ו
סמחה
א
לעבעדיגע פורים!
מנאי: מנחם ציון
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing