בלאט 64 פון 179
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:16 am
דורך שלום על ישראל
געווען אמאל א חתן אינטערן חופה גראד נאכן צוטרעטן די גלאז בייגט ער זיך אראפ און בייגט איין זיין הויזן , דער מסדר קידושין פרעגט אים פארוואס בייגסו ארויף דעם הויזן , ענטפערט אים די חתן "מיין מאמע האט מיר אויסגעלערענט אז יעדעס מאל ווען מ'גייט אריין אין א בלאטע דארף מען זיך אויפהייבן ס'הויזן"
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 11:57 am
דורך טמיר
אמאל אינמיטן שמו"ע צוקלונגט זיך שמערל'ס טעלעפאן. ווי נאטורליך טוט זיך א געקלאפעכטס און א געשושקעכטס, און דר'עולם איז העפפי. אבער מאדנע איז אז שמערל אליין איז אויך צווישן די קלאפערס ביז ס'פאן האט זיך אפגעשטילט.
נאכן דאווענען פרעגט מען עם "פארוואס האסטו מיטגעקלאפט, ס'איז דאך דיין אייגענע כלי??"
"דער רביזקיסעיאגענעלייני האט אונז אויסגעלערענט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף די אייגענע נגיעות!" ענטפערט שמערל
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 8:03 pm
דורך גר ותושב
עס איז געוועין אמאל א מענטש וואס איז געבוירן געווארן די 5טע טאג פונעם 5טע חודש אין 1955 ווען ער איז געווארן 55 יאר אלט האט ער אפגעמאכט אז עס דער טאג וועט ער זיכער האבן א גוטע מזל רופט ער אן די באנק און זעיט ער האט 55 טויזנט דאלער אין באנק גייט ער צו א רעיס און קוקט אויב עס איז דא א פערד מיט א נאמער פינעף ווייל דאס איז דאך זיין מזלדיגע נומער און לייגט אריין די גאנצע 55 טויזנע דאלער אז דער פערד וועט געוואונען די רעיס און טאקע צו זיין גוט מזל איז די פערד אנגעקומען די פיפטע!
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:10 pm
דורך בלויע רעקל
טמיר האט געשריבן:אמאל אינמיטן שמו"ע צוקלונגט זיך שמערל'ס טעלעפאן. ווי נאטורליך טוט זיך א געקלאפעכטס און א געשושקעכטס, און דר'עולם איז העפפי. אבער מאדנע איז אז שמערל אליין איז אויך צווישן די קלאפערס ביז ס'פאן האט זיך אפגעשטילט.
נאכן דאווענען פרעגט מען עם "פארוואס האסטו מיטגעקלאפט, ס'איז דאך דיין אייגענע כלי??"
"דער רביזקיסעיאגענעלייני האט אונז אויסגעלערענט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף די אייגענע נגיעות!" ענטפערט שמערל
עס איז גראדע גאנץ א גוטע מהלך, ווען דיין טעלעפאן צוקלינגט זיך, שושקע מיט מיט יעדן, וועסט זיך שפארן די ביזיונות.
נשלח: מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:45 pm
דורך קל וחומר
א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערציילט מיר אז ער האט בכלל נישט קיין נסיון צו קוקן אויף די מיידלעך פון שטאט, פרעג איך אים פארוואס, זאגט ער 'גאנץ פשוט, כל העומד ליגזז כגזוז דמי, נו, ס'ארא נסיון איז שוין דא צו קוקן אויף אן אפגעגאלטע מיידל?!?'
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:44 am
דורך שמעקעדיג
שוין גארנישט קיין וויץ. אין ספה"ק 'שבט מוסר' ברענגט ער עטליכע עצות אקעגן תאוות נשים, צווישן זיי אז מען זאל זיך מצייר זיין ווי די פרוי וועט אמאל זיין אן אלטע באביטשקע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 9:54 am
דורך קל וחומר
די גמרא זאגט (שבת קנב.) אז א פרוי איז א חמת מלא צואה ופיה מלא דם והכל רצין אחריה...
געהערט אמאל בשם איינע פון די בעלי המוסר אז לו יצוייר מ'וואלט אפגעשינדן די הויט פונעם פרוי וואלטעך קיינער נישט נכשל געווארן, נו, פאר אזא דינטשיק שטיקל הויט דארף מען זיך נאך נישט פארלירן...
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:42 am
דורך שמעקעדיג
אן ענגליש רופט זיך דאס טאקע "skin-deep love".
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:35 pm
דורך שמעון וואלף
יארמע רב זאגט: איך קען פארשטיין וויאזוי איינער קען רעדן מיט'ן צווייטן אויפ'ן טעלעפאן פון אנדערע עק וועלט, ווייל די קול גייט אריבער דורך וועיווס. פעקס פארשטייט ער אויך ווייל די קוויטשעדיגע קול וואס קומט אריבער ווערט איבערגעטייטשט צו אותיות דורך טעכנאלאגיע און די מאשין פרינט עס ארויס. אינטערנעט ארבעט דאך מיט סעטילייט איז פשוט וויאזוי מ'קען קאמיוניקירן. אבער דאס אז מ'לייגט אריין אן ענוועלאפ אין פאסט קעסטל און די זעלבע פיזישע קומט אן צום צווייטן אינדערהיים, דאס קען ער נישט פארשטיין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:45 am
דורך פישערער רבי
בשורה טובה למבקשי ה'
בימים האחרונים התבשר ציבור היראים וחרדים לדבר ה' בכל קצווי תבל ע"ד הגדלת מספר החברים בקבוצות הוואטסאפ למספר רנ"ו וכבר מצאו הדרשנים דמספר רנ"ו הוא בגימטריא האדמו"ר וי"ל דזה מרמז דמי שהוא בראש קבוצה כזו הוא בדרגת אדמו"ר.
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:16 am
דורך שמעון וואלף
דריי איטערעסאנטע פאקטן ביי מענטשן:
1. מ'קען נישט אטעמען מיט וואסער אין די מויל
2. מ'קען נישט אטעמען ווען די צינג איז ארויסגעשטעקט
3. מ'קען נישט ציילן די אייגענע האר
אקעי, קענסט שוין צוריק אריינשלעפן דיין צינג....
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
שבת צופרי האט רבינו שליט״א (מהרז"ל) געגעסן די סעודה ביי משפחת גראס, אינאיינעם מיט נאך חשוב׳ע נגידים.
נאכ׳ן אויפשניידן די חלה, האט ר׳ געציל גראס אנגעהויבן ארומגיין טיילן שיריים פאר די מסובים, זאגט אים רבינו שליט״א מיט א שמייכל: געציל, דו זאלסט טיילן דאס וואס 'דו' האסט, 'מיינע' שיריים וועל איך שוין מסדר זיין...
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:15 pm
דורך קל וחומר
היינט ביי מוסף באמערק איך ווי אן עלטערער אונגארישער איד'ל שטייט מיט די אויגן אריינגעקלעבט אינעם סידור מאכענדיג אזאנע מאדנע פאוקסן מיט די מויל אזש מ'האט געקענט מיינען אז ס'יז שוין אדר, למעשה בינעך צוגעגאנגן צום סידור זעה איך ווי ער מיטשעט זיך נעבעך מיט די צירוף השם פונעם חודש... כ'קען קוים ווארטן אויף אדר ב' (אלע צירופים נעבעך).
נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:58 pm
דורך ונבנתה העיר
פרייטאג האט די המודיע געהאט א ליקוט פון גע'טובל'טע דזשאוקס, ברענגן זיי אז ווען רש"י זווין איז געווען רב ערגעץ אין די קאמוניסטישע רוסלאנד האט א מתפלל איהם געפרעגט וואס ער האלט איבער די רעגירונג.
האט זווין איהם געזאגט: מ'זאגט אז 50 פראצענט רוסישע בירגער זענען געהיימע אגענטן, ממילא איז אדער איך אדער דו...
נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2016 2:04 am
דורך ליפא
געווען אמאל א איד וואס איז געקומען צו זיין רב וויינען אז ער קען נישט טרעפן זיין קאר און ער מיינט אז מ'האט דאס אים צוגעגנב'עט און ער דארף א עצה.
האט אים דער רב געזאגט אז אזוי ווי די וואך גייט פר' יתרו און ווען ס'וועט קומען שבת און מ'וועט ליינען די עשרת הדברות זאל ער ביי לא תגנוב קוקן ווער ס'ווערט רויט און שוויצט וועט ער וויסן אז יענער איז דער גנב. ס'קומט זונטאג און דער רב טרעפט דעם איד און פרעגט אים, נו האסט שוין געטראפן דיין קאר? זאגט אים דער איד, "יא, ביי לא תנאף האביך מיר דערמאנט ווי כ'האב געפארקט די קאר".
נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2016 2:49 pm
דורך קל וחומר
לויט די היינטיגע רעזולטאטן גייט אמעריקע האבן א פרעזידענט אין 2017 וואס איז אדער א איד מיט גויאישע אייניקלעך אדער א גוי מיט אידישע אייניקלעך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 11:33 am
דורך [NAMELESS]
"משנכנס אדר מרבין בשמחה = ואין שמחה אלא תורה" פלעגן אונזערע מלמדים זיך ווארעם אייסערן.
אינטערעסאנט אז ביי "משנכנס אב ממעטין בשמחה" האבן שמחה מיט תורה מיסטעריעז פארלוירן אירע באציאונגען...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 8:40 pm
דורך טמיר
וועלכע רבי היינטיגע צייטן האט רוח הקודש? ווער ס'איז "היינט" אין פלארידע
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2016 11:16 am
דורך קל וחומר
איינער פרעגט מיר די וואך פארוואס פרשת חקת איז נישט צווישען פרשת תרומה תצוה.... עס וואלט ווען געהייסען שובבים תחת.....
נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2016 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
זאגט מיר איינער, זיין חבר איז געפארן קיין מאנטרעאל, האלטענדיג דריי שעה אריין אין וועג און די הונגער נאגט אים ווי די שווער זיינע ביים טשולענט אויפן מארך ביין. ער מאכט א סטאפ ביי א מאקדאנאלדס געשעפט, ביז א דריי מינוט איז ער צוריק אין קאר מיט אן אויפגעריסטעטע סענדוויטש אזש ס'שמאלץ רינט ווי צאנזער רב ביים קרבן פסח. ער מאכט זיך צורעכט, דאס ווייב זיינע קוקט מיט פארוואונדערטע בליקן, נישט גלייבענדיג וואס זי זעהט דא. שנעל בליציג מאכט ער א פלייסיגן ...המוציא לחם מן הארץ! און א מירמעל אונטער "אה, ווי דער וואלאווער קומט נישט אלטץ אן..."
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 1:18 pm
דורך [NAMELESS]
שפאציר איך היינט אריין אין ראדני. טרעף איך דארט א אינגערמאן זיך אונטערזינגען: 'אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר...' פרעג איך עם 'מיינסט עס ערענסט? ביזט געווארען א ברעסלעווער... ? זאגט ער מיר ניין, כ'על דיר מסביר זיין. ס'מיר פשוט זייער זייער קאלט דא, און די רבי זאל זיין געזונט איז אפגעפארן קיין מיאמי, ממילא פראביר איך צו באקומען עפעס א שייכות, ס'זאל משפיע זיין אביסל ווארימקייט.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 2:23 pm
דורך יהושע חיים
https://vimeo.com/155427329היינו דאמרי בוואטסעפפ
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 11:19 am
דורך [NAMELESS]
c/p
וואס איז די חילוק פון משה רבינו און האדמו"ר מליובאוויטש...
משה רבינו איז נפטר אבער מען ווייסט נישט ווי ער איז באגראבן.
ליבאוויטשער רבי לעבט נאך אבער מען ווייסט ווי ער איז באגראבן...