נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:36 pm
געוואלדיג: ייש"כ. דאס ווייזט צום 25,000,000'סטן מאל דעם פסוק ומי כעמך ישראל. די אונטערשטע שורה איז אז ווען א איד דארף הילף, וועט א צווייטער איד וואס איז ביכולת איהם צ העלפן , יהיה מי שיהיה, וועט ער איהם העלפן. דא האסטו מענטשן וועלכע קענען נישט זיין מער עקסטריעם דערווייטערט איינער פון צווייטן. נטורי קרתא און מר"ץ. נאך ווייטער ווי דער קוטב הדרומי און קוטב הצפוני. סאוטה פאול און נארטה פאול.
סאו זאללן די אלע היימישע דעמאגאגס און היפאקריטס אויפהערן מיט זייערע פוסטע און פאלשע געשרייען און געוואלדעווען. ווען די רשויות החק אין ארץ ישראל ווערן אמאל פון צייט צו צייט א ביסל שטרענג מיט איינעם וואס האט פארנאכלעסיגט צו ערלעדיגן אויף א נארמאלן, לעגאלן און מסודר'דיגן אופן וואס ער האט געדארפט מסדר צו זיין. אדער סתם אנגעפיפן. דאמאלס הייבן זיי אויף א געשריי אז ..."כל הגולה תעשה מדורה"...ווי גלייך ח"ו די נאציס אדער די קאמוניסטן זענען געקומען און זיי ווילן ח"ו אונטערברענגען דאס אידישקייט...! אדער ווען די פאליציי צולאזן זיך אמאל אין מאה שערים און מענטשן (אפילו אומשולדיגע) כאפן קלעפ. אלס רעזולטאט פון רודפ'ן ,טשעפען, פארשעמען און אפילו פיזיש אטאקירן א סאלדאט אן ערליכן איד וועלכער קומט אהיים צו זיין משפחה. אדער וויל גיין אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען. יסכר פי דוברי שקר. וואס טראכטן זיי די בהמות...?! ביי די פארשאלטענע אראבישע רוצחים וועללן זיי האבן א בעסערע מערכה. אדער אונטער די ענגלישע אדער פראנצויזישע אנטיסעמיטן...?!