בלאט 65 פון 213

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:27 pm
דורך געפילטע פיש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ערגעץ איז געווען א אשכול וועגן פליגער קראכן, ווי איז עס ?

viewtopic.php?f=12&t=697

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:30 pm
דורך געפילטע פיש
אדער דא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
the last link is very cute !!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:47 pm
דורך ונבנתה העיר
פארוואס בעולם שטעלן די מאביל קאמפאניס נישט צו קאללער איי די, ווען ביי די אלטמאדישע לענד-ליינס איז דאס די סטענדערט שוין יאהרן לאנג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 5:39 pm
דורך [NAMELESS]
אנגעהויבן האט זיך דאס ווען עפעל האט געמאכט געלט אויף יעדע קויף פון אן עפפ פאר אן איידי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:47 pm
דורך שמעקעדיג
איך באקום כסדר אפער'ס פון מיינע קרעדיט קארטלעך אז איך זאל אקטיוויזירן געוויסע בענעפיטן/ריווארדס אויף מיינע קארטלעך, ווי צב"ש 3 פראצענט אויף גראסערי, 5 פראצענט עמעזאן, זיי בעטן זיך ביי מיר בבקשות, סיי ווען איך גיי אויף זייער וועפסייד און סיי ווען איך סווייפ מיין קארטל אינעם ATM, סיי אויף די פאסט און סיי אימעיל, ממש זיי וויינען צו מיר ווי צו א גזלן איך זאל נאר געבן איין דרוק און אקצעפטירן זייער אפפער.

יעצט איז מיין שאלה, וואס שטעקט דא אונטער דעם? פארוואס בעטן זיי זיך? פארוואס דארף איך פשוט "מסכים זיין" צו ערהאלטן גוטע זאכן? הלא קיי"ל זכין לו לאדם שלא בפניו און איך מיין אז קיינער וועט נישט ברוגז זיין אויב די קאמפאניס וועלן אקצעפטירן דעם אפפער אן מיין הסכמה... און פארוואס טוישן זיך אפט די בענעפיטן יעדע עטליכע חדשים? איין קוואדער איז עס גראסערי, די אנדערע פערטל יאר געז, א.א.וו.

דער גאנצער סיסטעם געפעלט מיר נישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:51 pm
דורך איך אויך
זיי זענען גוט אין פסיכילאגיע און ווייסן אז מיט די תירוץ ריווארדס גייסטו שפענדן אסאך מער געלט, פיל מער ווי די קעש בעק איז. ווער עס נוצט די געווענליכע תירוצים אז ער געבט אויס די זעלבע סכום ווי ער וואלט סיי ווי אויסגעגעבן וכו. וכו. נארט נאר זיך אליינס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:02 am
דורך שמעקעדיג
דו מאכסט מיין שאלה שטארקער. זאלן זיי אן מיין רשות געבן וויפיל בענעפיטן זיי ווילן, און מיר לאזן וויסן אז איך בין באגליקט געווארן! פארוואס דארפן זיי מיין הסכמה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:24 am
דורך רויטע וואנצעס
אז דו ווייסט נישט אז דו ביסט באגליקט געווארן, גייט דאך די פסכעלאגיע נישט ארבייטן, וועסט נישט וויסן אז דו קענסט מער shoppin.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:20 pm
דורך רפאל
שמעקעדיג האט געשריבן:דו מאכסט מיין שאלה שטארקער. זאלן זיי אן מיין רשות געבן וויפיל בענעפיטן זיי ווילן, און מיר לאזן וויסן אז איך בין באגליקט געווארן! פארוואס דארפן זיי מיין הסכמה?

זיי מיינען נישט דיר, דו ביזט שוין סיי ווי זייער קאסטומער. זיי מיינען בעיקר אז נאך מענטשן זאלן נעמען זייער קארטל ווייל עס האט די אלע בענעפיטס. און עס קומט זיי אויס אסאך ביליגער ווען זיי אפערן עס נאר, און מיטן חשבון אז נישט יעדער וועט אפלייען פאר עס, אזוי שפארן זיי זיך שווערע געלטער און זיי בלייבן מיט די בענעפיט אז מענטשן ווייסן אז זיי געבן גוטע בענעפיטס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ריכטיג, ווייל איך אליין פארמאג מערערע טשעיס קארטלעך שוין לאנגע יארן, און זיי ענדיגן מיר נישט בעטן ווי אימער איך גיי און שטיי אז איך זאל מסכים זיין זיך צו לאזן באגליקן. און אזוי איז מיט דיסקאווער און נאך קאמפאניס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:46 pm
דורך רפאל
סוכ"ס קומט זיי אויס ביליגער ווען דו מוזט מסכים זיין ווי ווען זיי זאלן דיר באגליקן אן פרעגן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי א לייוו קאנצערט, צוליב סיבות שונות. אבער איך וואטש זיי אפט אויפן קאמפיוטער.
מאנכע מאל זעה איך אינמיטן דעם ווידעאו אנדערע סינערי'ס, ווי צב"ש אויב שוועקי זינגט 'אם אשכחך ירושלים' וועט מען זעהן קורצע אריינגעבלענדטע קליפס ווי מענטשן שאקלען זיך ביים כותל, אדער אויב ער זינגט 'מאמע רחל CRY' וועט מען זעהן הארציגע בילדער פון די וועלט מלחמה, א.א.וו.

וויל איך וויסן, אויב דאס זעהט מען ביים קאנצערט אויך? אויב יא, וואו זעהט מען עס? אויב נישט, פארוואס אויפן DVD ווייזט מען עס יא?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 6:30 pm
דורך סאשי פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag] ביי אסאך קאנצערטס איז דא א סקרין אונטער די זינגער׳ס/שפילער׳ס, דארטען שפילט מען אויף די כותל/צווייטע וועלט מלחמה וכו׳ וואס עס קומט אריין צו די ניגון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 9:13 pm
דורך שמעקעדיג
אפט מאל לייען איך אין די היימישע צייטונגען און בראשורן ווי שעדליך די קאווע שטיבלעך אויפן אינטערנעט זענען. ווי שטארק עס מאכט קאלט. השכלה מיט ציונות.

וויל איך וויסן. פון וואו ווייסן זיי די אינפארמאציע? זייער שבת גוי קען דען ליינען אידיש?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:04 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אפט מאל לייען איך אין די היימישע צייטונגען און בראשורן ווי שעדליך די קאווע שטיבלעך אויפן אינטערנעט זענען. ווי שטארק עס מאכט קאלט. השכלה מיט ציונות.

וויל איך וויסן. פון וואו ווייסן זיי די אינפארמאציע? זייער שבת גוי קען דען ליינען אידיש?


זיי ליינען נישט, וועגן דעם טאקע האבן זיי פאלטשע אינפארמאציע.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:56 pm
דורך atmybest
איך.האלט אינמיטן שרייבן א בריוו און איך ווייס נישט וויאזוי צו שרייבן די דאטום.
ווייל איך בין נישט זיכער אויב מארגן איז אלף שמות אדער נישט.
העלפ! !

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:57 pm
דורך ישמעאל הכהן
מארגן איז זיכער אלף שמות ווייל דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

און אז דו שרייבסט שוין יא א בריוו שרייב עס מיט הארץ קענסט נישט וויסן אפשר וועט זי זיך מרחם זיין און צוריקומען צו דיר.

דער עיקר איז האב הצלחה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואס איז דעיס? http://youtu.be/7onsbzWJp1E?t=5m

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:03 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: היות איך בין בטבע א נייגעריגער, וויל איך פארשטיין פשט אין דיין געמעקטע הודעה. דער קאמענט זאגט "צו ערנסט פאר סארקאזם". צו איז דיין הודעה צו ערנסט פאר'ן סארקאסזם וואס גייט פאר אויף דעים פעידזש. אדער איז דיין (געוועזענע) הודעה צו סארקאסטיש פאר דעם ערנסטן סאבדזשעקט וואס ווערט דא באהאנדלט. ילמדינו רבינו :? :roll: :D

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:48 pm
דורך ונבנתה העיר
איז דא א ביאור עפ”י שכל הקר ענדערש צו קויפן די לאטערי ווען עס האלט ביי א האלב-ביליאן דאלער ווי ווען עס האלט ביי צוואנציג מיליאן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:03 pm
דורך MickyMouse
ניין. ס׳סתם אן אימפולס.