בלאט 65 פון 66
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 5:47 pm
דורך קוויטעל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 12:08 am
דורך רביה''ק זי''ע
עונה 3 איז שוין אויף נעטפליקס מיט ענגלישע סאבטייטלס!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 01, 2021 2:28 pm
דורך תרמב
איך בין די איינציגסטער וואס האט באמערקט, אז ווען קיווע האט נאכגעמאלן רחלי האט ער בדווקא נישט נאכגעמאלן איר רינגל אויף די פינגער?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 01, 2021 11:42 pm
דורך מונטסורי
לכתחילה האמיר געוואלט וואטשען מיט די העברעאישע סובטייטלס איבער למעשה האט איבערגעוואויגען דאס וואטשען מיט מיין ווייב און מ׳האמיר אויסגעווארט ביז איצט פאר די ענגלישע סובטייטלס.
וואס איז שוין דען דא צוצילייגן? וואטשען א קאפיטעל און ליינען דערנאך די פולע בלעטער קאמענטערי דא שטיבל, אין כזה! א עונג רוחני ממש לכבוד יום טוב.
אלע נעטפליקס עפיזאדן איז יעצט עוועילעבל אויף די פאלגענדע טעלעגראם טשענעל:
https://t.me/Shtisel
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:59 am
דורך מיד ווי א בוים
זיי פלאנירן צו מאכן א פערטע עונה?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:04 am
דורך ברוינשטיין
כ'האף אזוי.
אגב, (אפשר שוין אויסגעשמועסט אין אשכול, ווייסעך נישט) זיי האבן אנגעהויבן עקסטרעם איידל און באשיידן, אבער ביים דריטן עונה האבן זיי אביסל ארויס-קאלירט (וו"ס די ערשטע צוויי)
איך קלער אז דאס איז גאר א שפיצל אריינצודרייען די חרדישע עולם אין זייער נעץ און אינז פאַרדאַבן, "דארף מען זיין געווארנט"ַ
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:16 am
דורך מיד ווי א בוים
ממש ווייל זייער גאנצער ציל איז נישט צו מאכן געלט אין ס'זאל זיין אינטערעסאנט נאר אריינצושלעפן אינז חרדים טוה מיר א טובה [emoji3166]
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:21 am
דורך מיינונגזאגער
וואוא (wow) איך האב געטראכט ממש אט אזוי. אבער דאן האב איך געקלערט עטוואס עפעס אנדערש.
די מהלך וואס די שרייבערס פון די אפיזאדן איז ביי די נאך פראגע פון די קאמענטעטארס קאמענטירן אויף די סערוועיס פון די צושויער.
די פארלאנג איז לכאורה געווען אז די סיריעס האט צו ווייניג השחתה, מיר ווייסן שוין פון לאנג, אז ווי מער השחתה אלץ א גרעסערע נאך פראגע פאר די שוי.
מעגליך אז די אגענדע איז נאר צו באפרידיגען די צושויער פאר בעסערע רעיטינגס.
אייביג זיי נאר דן לכף זכות [emoji2957]
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:32 am
דורך מיד ווי א בוים
אויכעט א געדאנג
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 2:59 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך זוך די סעריע "היהודים באים עונה 5 פרק 1 און 2".
איך וויל בעטן א טובה, אויב איינער קען דאס דראפשאכטלען, אדער גוגל-דרייווען, און ארויפשטעלן דא לטובת אידישע קינדער?
דער זכות וועט אים קייגענקומען.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:58 pm
דורך זה חלקי
וועלעכע טעלעוויזיע סעריע איז די מערסטע ענדליך צו אונזער באליבטע שטיסל?
אויף וויפיל איך האב זיך אומגעקוקט איז נישטא עפעס ענדליך וואס קומט צו נאנט צו שטיסל
האב איך עפעס פארזעהן?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:59 am
דורך ברוך שפינוזה
זה חלקי האט געשריבן:וועלעכע טעלעוויזיע סעריע איז די מערסטע ענדליך צו אונזער באליבטע שטיסל?
עהנליך אין וועלכן אספעקט?
אלעס אריינגערעכנט איז נישטא נאך א סעריע that hits so hard home ווי שטיסל, אבער אויב פארשטיי איך וואס דו זוכסט זענען דא אסאך period family dramas וואס האבן אן ענליכן היימישן טעם. כ'האב אמאל געראטן איינעם פון די פרומערע חברים דא (פאר קאנטעקסט, ער איז מער אקטיוו אין אייוועלט ווי דא..) צו קוקן די סעריע Victoria פון PBS, אין אנפאנג איז ער נישט זיכער געוועהן צו זיין ווייב (וואס איז אבוויעסלי מער פארמאכט פון איהם) וועט עס ענדשויען, למעשה האט זי זיך נישט געקענט דערפון אפרייסן, אינאיינוועגס האט עס איר אביסל געעפנט דעם קאפ אויף א געזונטע וועג (איך וואלט געזאגט אז פאר איהם אויך...)
ס'איז אויך דא א סעריע Downtown Abbey, איך האב עס נאכנישט געקוקט, אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס די געלונגענסטע פון דעם ז'אנער.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:30 am
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: (און זה חלקי). פאר סאם ריעזאן איז נישטא נאך אזא געלונגענע סעריע ווי שטיסל וועלכע מאכט אזוי גוט נאך דעם חרד'ישן/חסיד'ישן לייפסטייל.
די אינטרעסאנטע זאך ביי דעם איז אז קיין איינער פון די עקטארס איז נישט קיין חרד'ישער איד. אפילו נישט נאנט צו דעים.
אויף איינעם פון די שפילערס האביך יא א "חשד" אז ער האט א רעליגיעזן בעקגראונד. "שלום שטיסל". זיין אידיש. און וויאזוי ער שפיעלט דעם חרד'ישן איד און מיטליעריגן כולל גייער. דאס איז ביי איהם אזוי נאטירליך. אז ס'איז (כמעט) אוממעגליך זיך דאס אויסצולערנען צו פערפעקשן.
הלואי קומט עס צוריק. דאס איז די פערפעקט עקזעמפל פון א "קלעסיק".
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 3:10 pm
דורך זה חלקי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:30 am
ברוך שפינוזה: (און זה חלקי). פאר סאם ריעזאן איז נישטא נאך אזא געלונגענע סעריע ווי שטיסל וועלכע מאכט אזוי גוט נאך דעם חרד'ישן/חסיד'ישן לייפסטייל.
די אינטרעסאנטע זאך ביי דעם איז אז קיין איינער פון די עקטארס איז נישט קיין חרד'ישער איד. אפילו נישט נאנט צו דעים.
אויף איינעם פון די שפילערס האביך יא א "חשד" אז ער האט א רעליגיעזן בעקגראונד.
רוטשטיין'ס טאטע איז א היימישער דאכצעך
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 3:43 pm
דורך זה חלקי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:59 am
זה חלקי האט געשריבן:וועלעכע טעלעוויזיע סעריע איז די מערסטע ענדליך צו אונזער באליבטע שטיסל?
עהנליך אין וועלכן אספעקט?
אלעס אריינגערעכנט איז נישטא נאך א סעריע that hits so hard home ווי שטיסל, אבער אויב פארשטיי איך וואס דו זוכסט זענען דא אסאך period family dramas וואס האבן אן ענליכן היימישן טעם. כ'האב אמאל געראטן איינעם פון די פרומערע חברים דא (פאר קאנטעקסט, ער איז מער אקטיוו אין אייוועלט ווי דא..) צו קוקן די סעריע Victoria פון PBS, אין אנפאנג איז ער נישט זיכער געוועהן צו זיין ווייב (וואס איז אבוויעסלי מער פארמאכט פון איהם) וועט עס ענדשויען, למעשה האט זי זיך נישט געקענט דערפון אפרייסן, אינאיינוועגס האט עס איר אביסל געעפנט דעם קאפ אויף א געזונטע וועג (איך וואלט געזאגט אז פאר איהם אויך...)
ס'איז אויך דא א סעריע Downtown Abbey, איך האב עס נאכנישט געקוקט, אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס די געלונגענסטע פון דעם ז'אנער.
וואס איך האב געטראפן אינטערעסאנט אין שטיסל מער פון אנדערע אין די קעטאגאריע
קודם די אבנארמאל ארגינעלקייט חד בדרא'דיגע אריינבליק אינעם היימישן טעפל כמעט אן קיין שום טעותים מוגזם'דיג אוטענטיש
די ראמאנס שפילן פון וועלן אנקומען צו עפעס און עס קיינמאל דערגרייכן די שפיל איז ריין אן קיין שטארק גראפישע סצענעס כמעט
די ליינס זענען גאר גוט געשריבן, קאריקטורן גאר גוט אהערגעשטעלט און אוטענטיש ועוד ועוד
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:55 pm
דורך שפילער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:30 am
ברוך שפינוזה: (און זה חלקי). פאר סאם ריעזאן איז נישטא נאך אזא געלונגענע סעריע ווי שטיסל וועלכע מאכט אזוי גוט נאך דעם חרד'ישן/חסיד'ישן לייפסטייל.
די אינטרעסאנטע זאך ביי דעם איז אז קיין איינער פון די עקטארס איז נישט קיין חרד'ישער איד. אפילו נישט נאנט צו דעים.
אויף איינעם פון די שפילערס האביך יא א "חשד" אז ער האט א רעליגיעזן בעקגראונד. "שלום שטיסל". זיין אידיש. און וויאזוי ער שפיעלט דעם חרד'ישן איד און מיטליעריגן כולל גייער. דאס איז ביי איהם אזוי נאטירליך. אז ס'איז (כמעט) אוממעגליך זיך דאס אויסצולערנען צו פערפעקשן.
הלואי קומט עס צוריק. דאס איז די פערפעקט עקזעמפל פון א "קלעסיק".
סאיז יא דא א פאר שפילער וואס זענען היימיש
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:24 pm
דורך שמן למאור
כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:33 am
דורך טראפעלע
שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:24 pm
כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
נעע, קומט נישט צו. אפשר ווייל איך גלייך מער דראמא ווי קאמעדיע.
אויך די צווייטע עונה פון שבבניקים איז גאנץ שוואך אין מיי עפיניען
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:50 pm
דורך דובעלע
איז דא ערגעץ ווי מען קען וואטשן מיט ענגליש סאבטייטלס?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
טראפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:33 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:24 pm
כ'מיין אז די מערסטע ענליך וואס כ'האב נאר געטראפן צו שטיסל איז שבבניקים. די הומאר איז ערשטקלאסיג, אפשר אפילו בעסער ווי שטיסל, די מעשה איז נאר מער דימיונות.
נעע, קומט נישט צו. אפשר ווייל איך גלייך מער דראמא ווי קאמעדיע.
אויך די צווייטע עונה פון שבבניקים איז גאנץ שוואך אין מיי עפיניען
ס'איז נישט דא (לפי ידיעתי) נאך א שפיל וואס זאלל זיין אזוי אריגינאל און אן קיין טעותים וואס "פרעמדע" מאכן געוויינליך.
למשל. ביי איין אינטרעסאנטע דראמא וואס איז געפילמט געווארן אין בארא פארק, האט אן אקטאר, וועלכער האט געהאט א שטריימל און געשפיעלט די ראלע פון א חסידי'ישן איד געהאט א רינגל אויף זיין פינגער.
ס'איז אמאל געווען עטליכע גרויסע אקטיארן וועלכע האבן געהאט א רעליגיעזן און ישיבה'שן בעקגראונד. זיי האבן זייער גוט געשפיעלט די ראלע פון א חסיד'ישן חרדישן איד. איינער פון זיי איז געווען צבי סקולער. א זון פון א רב. וועלכער שפיעלט אין "די טשאוזען". איינס פון א סאך פילמס און דראמאס וואו ער שפיעלט פערפעקט.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:42 am
דורך נחום הסופר
וויקי:
שני היוצרים באו מתוך העולם החרדי-דתי: אלון הוא בנם של הרב בני אלון ואמונה אלון, ואינדורסקי גדל במשפחה חרדית בשכונת גבעת שאול בירושלים ולמד בישיבת פוניבז'. השחקנים הם ברובם מרקע חילוני, וצפו בכתבות ובסרטים דוקומנטריים, ואף התארחו אצל משפחות חרדיות, על מנת להכיר את שפת היידיש ואת הווי החיים החרדי. לצד השחקנים החילוניים, השתתפו בסדרה שחקנים וניצבים חרדים רבים מהמגזר הליטאי והחסידי.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:27 am
דורך new news
איינער האט די גאנצע סעריע אויף גוגל דרייוו?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:46 am
דורך כספי
new news האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 1:27 am
איינער האט די גאנצע סעריע אויף גוגל דרייוו?
https://drive.google.com/drive/folders/ ... drive_link (די דריטע סיזאן האט נישט דא אלע עפיזאדן)
אמר"ש, כ'האב שוין אפאר מאל אנגעפאנגען קוקן די סעריע, כ'האב אויך געקוקט פרקים אינדערמיט, כ'ווייס נישט פארוואס אבער ס'האט מיר קיינמאל נישט געכאפט.
לענ"ד איז שבבאבניקים אסאך אסאך בעסער