בלאט 65 פון 214

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 2:05 pm
דורך האפ קאזאק
איך האב אסאך נהנה געווען ביז יעצט פון די חברים דא אויף קאווע שטיבל מיט ליינען און איך וועל יעצט אביסל שרייבן כדי א חלק צו נעמען אין די הערליכע מקום און האבן די געלעגנהייט צו מכיר טובה זיין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:10 pm
דורך יואלי וואלפסאן
געטוישט קאמפיוטער נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל. יעצט האב איך מער צייט צו שרייבן און ליינען און לייקן און אלעס גוטס א גמר חתימה טובה

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:16 pm
דורך יואלי וואלפסאן
שכח הנהלה, דאס איז געווען שנעל

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:31 pm
דורך שמעקעדיג
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל.

דיין אלטע ניק געדענקסטו יא? אדער דאס אויך נישט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:43 pm
דורך בן אדם
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:געטוישט קאמפיוטער נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל. יעצט האב איך מער צייט צו שרייבן און ליינען און לייקן און אלעס גוטס א גמר חתימה טובה

ליגענט? אין די הייליגע טעג??

נשלח: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:49 pm
דורך בן עקיבא
ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:45 pm
דורך גר ותושב
בן עקיבא האט געשריבן:ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.

וואטש גליטש זיך נישט אויס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 2:03 pm
דורך גליקלעך
הממ, מיין לעצטע זאך וואס איך האב געפלאנט צו טון איז שרייבן, דאס איז נישט מיין טאלאנט בכלל, אבער אז מען מוז, מוז מען,

איך בין נארוואס ארויס פון כולל נאך א גוטע פינף יאר לערנען, איך בין אריין אין א ליין אין וואס איך בלייב נאך איבער מיט צייט צו טון מיין פעיוואריט זאך - ליינען, און דאס איז בא'טעמ'טער איינגעשריבן.

שטימט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:53 pm
דורך good boy Jerusalem
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן. איך גלייך אבער צו הערן פארשידענע מיינונגען און געדאנקן פון אלע זייטן ווילאנג עס איז נישט נגד תורת משה. מיין גרעסטע תאוה איז א הייסע מקוה, מיין קלענסטע תאוה איז געלט, יאפטשיק איז ערגעץ אין צווישן. שוין אייוואנע בי עי פארט אף די פארטי דא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:14 pm
דורך דער גוטזאגער
מיין יארגאנג איז צוואנציג יאר און איך האב באשלאסן ארויפציקומען אויף דעם פלאטפארמע נאכדעם ווי איך האב אנגעהויבן צי שרייבן אויף עטליכע גרויסע טשענעל'ס אויף טעלעגראם וואס דאן זעענדיג אז איך גלייך עס מער פון טאג צי טאג האב איך דעסיידעט ארויפציקומען דא אויך און איך האף אז איך וועל ענק קענען צושטעלן זאפטיגע ארטיקלען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:37 am
דורך אזאמעשה
איך בין נישט קיין שרייבער נאר ווען איך דארף קאמענטירען מיז איך האבן א ניק. איך קום ארגינעל פון די ברודער פון קאווע שטיבל ווי היסס עס נאר. איך בין נישט קיין העיטער נאר לאווער כהאב ליב אידן סתם ווייל ער איז איד נישט קיין חילוק ווי ער געהער, כאטש איך קען נישט דולדען מענטשן וואס לויפן נאך רביס, סתם אלץ עולם גולם מאנקי סי מאנקי דא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:42 am
דורך חיים מענדיל
א גישמאקע יונגערמאן מיט א גוטע שפראך און טאלאנט. איך מיין אז נאך יודן קענען הנאה האבן צו מיטהאלטן מיין בויך וויי. ווי אויך וואלט איך געוואלט זעהן וואס אנדערע שרייבן. און האבן א גו״ט טיי״ם.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:43 am
דורך משה מענדל
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ ווי מען קען שרייבן דאס אמתע ווארט אן קיין שטער פון אלע סארטן טוט מען רעדן פון נייעס ביז ביסנעס א געשמאק צי זיין א מעמבער דא, מלא טוב איז דא צי געפינען ווי מען גייט ווערט מען פארגאפט וואספארא ארבעט דא גייט אריין שרייבער גיבן אויס זייערע טאלאנטן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:34 am
דורך Mabey not
די סיבה איך האב אפגעמאכט צו וערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי איך זאל זעהן די פארקערטע וועג פון ווי אזוי איך טראכט, צו קענען אפשאצען מיינע שיטות אויב ס'איז טאקע ריכטיג אין אמת, איך האף איך וועל דא הנאה האבן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 1:53 pm
דורך שמש
Well just a normal person and looking to join I am on telegram and I can help out other whit that world I am on my middle age and not involved in politics since you can't change and I usually like to change and if it's not possible I don't get involved
Thanks

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:09 am
דורך הערינג
א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:38 am
דורך יואב
הערינג האט געשריבן:א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס

שלום עליכם, יהא בואך לברכה. כ'האף אז דער דאזיגער הערינג פארמאגט נישט קיין עקספערעשאן דעיט. מ'האמער שוין אמאל געהאט עפעס א פישעלע העררינג.
אגב, נארוואס האב איך מיך פונקט געזייפט די הענט פון וויינבערגער'ס מאטיאש, שוין נישט געגעסן קיין הערינג פאר חדשים. איז ער צו זאלציג, אדער דאכט זיך מיך נאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 12:37 pm
דורך כיור נחושת
איך בין נישט קיין ריזן שרייבער,
אבער יא א גרונטלעכע ליינער,
נאך א שטיק צייט זיך דרייען דא אלס גאסט האב איך באשלאסן מיך צו אינווייטען ברשות כל הקהל צו קענען פארברענגן דא כאחד התושבים

מנאי הק' כיור נחושת פק"ק קאווע שטיבל יצ"ו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:58 pm
דורך אייער שפייז
איך זיץ אויף די אינטערנעט א גאנצן טאג אין איך האב נישט וואס צי טין אויזער וואטס עפ אין טעלעגראם םא קאווע שטיבל זעיט אויס די אינטערעסאנטסטע פאר מיר צי פארברענגען אין לאכן אין שמיסן מיט אינק איך האף עטס וועטס מיר שיין אויפנעמען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:04 pm
דורך פרעזידענט-עלעקט
איך האב ליב קאווע (שטיבל)
איך האב ליב צו ליינען
איך באלאנג צו חסידות סאטמאר מהריי שליטא
איך האף אז סיי איך אים סיי קאווע שטיבל וועט הנאה האבן
איך בין 21 יאר א זון פון א חשובע עסקן אין תלמוד
איך האב געלערנט און סאטמאר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:55 am
דורך עמעזאן
יא דיין 7 מאל "איך" שטימט מיט דיין נאמען... ביליוו מי...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 2:05 am
דורך וואלווי
אזוי אויך מיט געוועזענעם פרעזידענט עלעקט פון אכט יאר צירוק וואס האט זייער ליב געהאט דער ווארט "איך".

ווערט אנאליזירט דא:

http://www.msnbc.com/rachel-maddow-show ... alls-apart

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:49 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
וויצן אין א זייט פרעזידענט עלעקט האט עס געמאכט