בלאט 66 פון 213

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
ונבנתה העיר האט געשריבן:איז דא א ביאור עפ”י שכל הקר ענדערש צו קויפן די לאטערי ווען עס האלט ביי א האלב-ביליאן דאלער ווי ווען עס האלט ביי צוואנציג מיליאן?


די שאנס איז אסאך מער ביי 20 מיליון פשוט ווייל זיי האבן נישט נאך א ביליאן מענטשען אינעם גורל וואס ריקען זיך ערשט אן ווען ס'קומט אן צו 100 מיליון. גיי פארשטיי א פאני וועלט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:00 am
דורך ונבנתה העיר
די שאנסן זענען לכאורה נישט תלוי אין וויפיהל מענטשן זענען אינעם גורל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:08 am
דורך רויטע וואנצעס
נאר אין?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:11 am
דורך ונבנתה העיר
וויפיהל מעגליכע צירופים עס זענען דא אין די נומערן.

דאכציך אז היינט איז די שאנס פון צוטרעפן די ריכטיגע צירוף איינס אין 200 עפעס מיליאן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:52 am
דורך מאטי
176 milion

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:58 am
דורך ונבנתה העיר
לעצטענס האבן זיי עפעס ארומגעטוישט, היינט איז עס איינס אין 258,890,850.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:59 am
דורך ישמעאל הכהן
ווייל זיי האבן צוגעלייגט נומבערס צו די לאטארי נומבערן

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי מאכט מען א ווארט זאל לינקען צו א צווייטע פלאץ דא אין שטיבל?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:13 pm
דורך sefish
היילייט די ווארט און קליק url דא אויבן און לייג אריין דעם לינק

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 6:17 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:47 am
דורך גד החוזה
אין די שאץ קאמער פון גד החוזה ליגט א אוצר פון בילדער פון בנש"ק'ליך, בילדער פון די קינדער פון אדמורי"ם, קען איך עפענען א באזונדערע אשכול פארדעם, אדער גייען זיי אריין אין די קאטעגאריע פון "יחידים" און "פריוואטע" מענטשען, אעפ"י וואס זיי זענען זענען כסדר נעבען זייער פאהטער מדי שבוע בשבוע אין די בילדער מאגאזינען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:53 am
דורך פישלע העררינג
א רבי'ש קינד דארף מען אויך דן זיין על שם העתיד, ווען זיי וועלן דאך זיין פון די גרויסע מנהיגים פון דער קומענדיגער דור, זענען זיי שוין מעכשיו פאבליק פיגורס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:54 am
דורך מ גפני
קודם הייב אן מ'וועט דיך נישט חוסם זיין פארדעם, די ערגסטע וואס קען געשען איז אז מ'וועט עס אראפנעמען אויב ס'איז קאנטראווערסיאל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
YOUTUBE האט א אפציע צו פארמעקן היסטארי, אבער איך ווער צודרייט יעדעס מאל איך עפן עס אויף קומט ארויף עטליכע ווידעאוס "רעקאמענדירט פאר מיר", נישט קיין נפק"מ וויפיל איך פרוביר פטור צו ווערן דערפון.
איך האב אפאר מאל געוואטשט פון נעשאנעל דזשיאגרעפי פון אמעריקאנער ערגסטע תפיסות. יעצט יעדן מאל איך צינד אן דעם יוטאב קומט מיר ארויף ווידעאוס פון שווארצע חיות אין תפיסה.
וויל איך וויסן, ווי אזוי ווער איך פטור דערפון? איך האב געטרייט צו סערטשן אנליין פאר א עצה, אבער איך בין געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יוטאב איז איין שטיק מעסס. לעצטענס קען איך נישט געהעריג זען קאמענטס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
@שמעקעדיג א ריכטיגע נקודה. ביי עמעזאן האב איך די זעלבע פראבלעים. כ'האב איינמאל נאך געקוקט די פרייז פון טיילענאל אין יעדער מאל איך עפען די הוים פעיז ברנגט ער מיר א גאנצע פארמעסי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:58 pm
דורך ברסלבער
[tag]שמעקעדיג[/tag]. עס איז דא viewing history און באזונדער search history, דארפסט אויסמעקן ביידע.
נאך בעסער איז אז פאר די מעקסט אויס די היסטארי מאך אויך pause viewing history און אויך pause search history.
דאס דארף צו ארבעטן בעז"ה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:40 pm
דורך שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:@שמעקעדיג א ריכטיגע נקודה. ביי עמעזאן האב איך די זעלבע פראבלעים. כ'האב איינמאל נאך געקוקט די פרייז פון טיילענאל אין יעדער מאל איך עפען די הוים פעיז ברנגט ער מיר א גאנצע פארמעסי.

הא הא, א פארמעסי?.. דו ביסט גוט. אבער עמעזאן גיבט דיר א אפציע צו פאררעכטן די רעקאמענדאציעס, משא"כ יוטוב, וואס גייט לעצטנס בארג אראפ אינאיינעם מיט אלע פראדוקטן פון גוגל. זיי שטעלן צו טויזענט אומגעבעטענע אפציעס ביי יעדע סערוויס זייערע, אבער די פאר וויכטיגע זאכן וואס מען דארף ווי לופט צום אטעמען, לאזט ער דיר הענגען ווי "הענגאוטס". משוגענע גוגל! כסילים מתי תשכילו?

ברסלבער האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag]. עס איז דא viewing history און באזונדער search history, דארפסט אויסמעקן ביידע.
נאך בעסער איז אז פאר די מעקסט אויס די היסטארי מאך אויך pause viewing history און אויך pause search history.
דאס דארף צו ארבעטן בעז"ה.

יישר, אבער שוין אלעס פרובירט צענדליגער מאל, ועלתה חרס בידי :twisted: :evil:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:48 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט זעה איך פון CNET עפעס,
לאמיר גיין פרובירן

http://howto.cnet.com/8301-11310_39-576 ... h-history/

און פון וויקי

http://www.wikihow.com/Clear-Your-YouTube-History

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 11:49 pm
דורך טאמבל סאס
וויפיל מאס ענערגיע (אדער עלעקטעריציטעט) ציעהן די אלע מיליאנע סמייליס וואס האלטן זיך אין איין שאקלען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:50 pm
דורך סאו וואט
אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:16 am
דורך שטילע אינגערמאן
סאו וואט האט געשריבן:אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?

יעצט איז ביי דיך א שוואכע מינוט ווילסטו ארויס נעמן זייערע פילטער, מארגן וועסטו שוין רעדן אנדריש, לאז דיך נישט פונם יצר הרע, :D

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:21 am
דורך פרישער
אקעי יעי איך בין אזוי פריילעך די באל איז געפאלן און טיימס סקווער ב"ה קיינעם גארנישט געשעין, יעעעעעעי סיז שוין די נייע 2014 ווער איז נישט פריילעך איצטער מי שלא ראה שמחה זו יעדער דארט איז אזוי האגל און קישקיש, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די שמחה,