בלאט 67 פון 110

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 3:49 am
דורך הדד בן בדד
נישט דא וואס מפרט אדער מפרש צו זיין. ער פלעגט זיין א באס דרייווער (לויט ווי איך האב געהערט) און אפילו אויב נישט איז נישט קיין נפק"מ, איך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט געהענדלט געוויסע קעיסעס, טיפיקל היימישער זעלבסט ערקלערטער ספעציאליסט.

און דאס אז ער איז דער גריעף קאונסלער פון חי לייפליין מיינט גאנץ ווייניג. ערבך ערבא צריך.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 8:36 am
דורך chaims
הדד בן בדד האט געשריבן:נישט דא וואס מפרט אדער מפרש צו זיין. ער פלעגט זיין א באס דרייווער (לויט ווי איך האב געהערט) און אפילו אויב נישט איז נישט קיין נפק"מ, איך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט געהענדלט געוויסע קעיסעס, טיפיקל היימישער זעלבסט ערקלערטער ספעציאליסט.

און דאס אז ער איז דער גריעף קאונסלער פון חי לייפליין מיינט גאנץ ווייניג. ערבך ערבא צריך.

ישר כוח פארן מפרט זיין ווייל פון דיינע פריערדיגע ווערטער האט אויסגעקוקט אינגאנצןעפעס אנדערש
אגב א באס דרייווער איז לכאורה נישט קיין פאקטאר וואס איז נוגע

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:08 am
דורך אוהב דעת
לפי ידעתי איז ער געווען מנהל אין פאפע מאנסי, איך פערזענלעך האב געהאט זייער גוטע עקספירענס, ווי ווייט איך ווייס איז ער יא לייסענסט, סקען אבער זיין אז ווען ער האנדעלט מיט אונזער עולם, נעמט ער אביסעל א אנדערע מהלך, (כמיין אז לעגאל מעג ער טון אזוי, דה, געבן טערעפי לויט די געברויך פון די קאמיונעטי )

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:28 am
דורך קאך_לעפל
די לוויה פון דעם בחור איז שוין למעשה געווען?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:31 am
דורך חקרן
שוין לאנג...

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:34 am
דורך געוואלדיג
זונטאג אינדערפרי, געלייגט אין בעלזא חלקה אין לאנג איילענד.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:37 am
דורך לכבוד שבת קודש
ממקור ראשון:

עס באדערט געפערליך פארן טאטע'ן, די אלע שמועות וואס מען רעדט, כאילו ער איז מאלעסטעט געווארן, עס טוט אים וויי פארוואס מען רעדט אזוי. לויט זיינע ווערטער, ווייסט ער נישט פון אזא זאך און ער וואלט לכאורה געדארפט וויסן די ערשטע דערפון. ער זאגט אז ער פארשטייט נישט איין זאך, בשעת יעדער ווייסט אז ער איז געווען נרדף אין ישיבה, אבער איבער מאלעטעישן קען קיינער נישט זאגן קיין קלארע מעשה. פארט זענען פאראן מענטשן וואס ווילן פארקוקן אויף דער נרדף חלק און ווילן דוקא יא אננעמען אז עס האט געהאט צוטון מיט מאלעטעישן. ער זאגט אז דאס ווייזט ווי אזוי מענטשן טראכטן, מען וויל נישט גיין גראד, טראצדעם וואס עס מאכט מער סענס אזוי.

דער טאטע דערציילט, אז צוויי טעג צוריק איז אים איינער געקומען זאגן, אז זיין זוהן האט א וואך פאר דעם געזאגט פאר איינעם, אז ער האט נישט קיין כח, ווייל איינער ווארט אים אפ יעדע וואך אין מקוה. דער טאטע האט געוואלט נאכגיין מקור השמועה, טראצדעם וואס ער האלט אינמיטן די שבעה טעג איז ער נאכגעגאנגען איש מפי איש, עס איז אויסגעקומען אז עס איז שמועות פורחות באוויר, עס איז נישטא קיין שום מקור ראשון צו די מעשה און איינער האט דאס גלאט אויסגעטראכט. (הערת הכותב: איר זאלט זיך נישט וואונדערן אויב נאך אפאר טאג וועט מען געהעריג שמועסן מיט א קלארקייט, אז ער האט אזוי געזאגט... ס'איז דאך אן אפענע קאווע שטיבל...).

דער טאטע זאגט, צי ער איז געווארן מאלעסטעט אדער נישט, וועט מען קיינמאל נישט וויסן, ווייל אויב יא האט ער מיטגענומען דעם סוד אין קבר, אבער אויב ער איז געווען א נרדף, דאס ווייסט ער אויף זיכער אז יא, ער האט זיך דערויף אפגערעדט און דערויף וועלן זיינע חברים די רודפים אפגעבן א דין וחשבון. פארט ווילן מענטשן נישט קוקן דערויף, זייערע קעפ לויפט מאיזה סיבה אויף מאלעסטעישן.

אגב, זאגט דער טאטע, אז עס איז נאך פאראן א צד, און מען באטראכט דאס, אז דער בחור האט פשוט געוואלט אויספראבירן א געוויסער עקספערמענט וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט און עס איז געשען וואס עס איז געשען. אפילו אבער אויב עס זאל יא זיין חלילה אז ער האט זיך אליין גענומען, דאן איז נאנטער צו זאגן אז עס קומט פון בוליאינג. מילא פארוואס זאל מען פארדרייען פאקטן.

יעצט, צו די אלע וואס שרייען דוקא מאלעסטעישן: יא, טרינקט ווייטער יענעמ'ס בלוט, זייט אייך מחיה דערמיט... מיר פארשטייען פארוואס איר טראכט אזוי, אמער אייער קאפ פארט דאך גראד אהין... מסתמא זענט איר מאלעסטעט געווארן, דאן נעמט א טעראפיסט און מאלעסטעט נישט אנדערע... לאזט אים אפ.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 6:43 am
דורך קאווע טרינקער
נ. ב.
יעדע תגובה וואס איז עוסק אין דעם איז בכלל "טרינקען יענעמס בלאט".
גענוג געווען.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:55 am
דורך chusid
קאווע טרינקער האט געשריבן:נ. ב.
יעדע תגובה וואס איז עוסק אין דעם איז בכלל "טרינקען יענעמס בלאט".
גענוג געווען.

נאר דורך פארשוויגען די פריערדיגע טראגעדיעס האט עס געקענט געשען צו אים-- הגם איך מאך נישט אוועק דיין פוינט אבער די מצב איז שרעקליך און מען טאר נישט פארשווייגען.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:29 am
דורך גאנצל
[tag]לכבוד[/tag]

הננו מוכן ומזומן מקבל צו זיין וואס דו זאגסט

אבער פארוואס זאל מען דיין תגובה מער גלייבן ווי אלע אנדערע תגובות פ"וו זאל עס האבן מער אנערקענונג ווייל דו האסט צוגעלייגט אין אנפאנג אז ס'קומט פונעם טאטן נישט ווייל איך האב א פראבלעים דיך צו גלייבן אבער ווען דו זאגסט עפעס דארף עס זיין געבעיסט אויף עפעס מער ווי אנדערע אז נישט איז מפטירין כדאתמול קען זיין אז ער איז נישט געווארן מאלעסטעט און קען זיין אז יא

בס"ה ווייל דו האסט א שוואכקייט צו די מאלעסטעישן אישו (עמו אנכי בצרה איך האלט נישט אז דא איז געווען מאלעסטעישן משום כמה סיבות) אבער די שוואכקייט איז נאך נישט גענוג אז מ'זאל דיר מער גלייבן

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:12 am
דורך קורקלענד
גאנצל האט געשריבן:[tag]לכבוד[/tag]
ווען דו זאגסט עפעס דארף עס זיין געבעיסט אויף עפעס מער ווי אנדערע

למשל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:12 pm
דורך פריש וואסער
.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
chaims האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:נישט דא וואס מפרט אדער מפרש צו זיין. ער פלעגט זיין א באס דרייווער (לויט ווי איך האב געהערט) און אפילו אויב נישט איז נישט קיין נפק"מ, איך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט געהענדלט געוויסע קעיסעס, טיפיקל היימישער זעלבסט ערקלערטער ספעציאליסט.

און דאס אז ער איז דער גריעף קאונסלער פון חי לייפליין מיינט גאנץ ווייניג. ערבך ערבא צריך.

ישר כוח פארן מפרט זיין ווייל פון דיינע פריערדיגע ווערטער האט אויסגעקוקט אינגאנצןעפעס אנדערש
אגב א באס דרייווער איז לכאורה נישט קיין פאקטאר וואס איז נוגע

אמאל קען זיין א באס דרייוער יא זיין א פאזיטיווער פאקטאר אין ענייני חינוך. למשל בערל בעל עגלה און נאך אנדערע (אזוי ווי ר' י.ש. פון ב--- ת"ת.) וועלכע זענען שוין אין די ליין פערציג יאר און מער. און האבן שוין געפיהרט אין חדר און אין שולע קינדער פון אלע עידזשעס פון פרי-נוירסערי ביז ישיבה בחורים און היי-סקול מיידלעך, קענען פראפיילן קינדער און זייערע עלטערן, ווי אויך גאנצע משפחות. און קענען פרעקטיקל סייקאלאדזשי, א סאך מאל מער און בעסער ווי פריש-גראדואירטע און פראקטיצינדע אפיציעלע פסיכאלאגן...!
(לידיעתך הוגה און אנדערע אויפגעקלערטע סאופיסטיקעיטס... :lol: )...!

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 10:29 pm
דורך ברוך שאמר
בדה ר' אליה' סימאן

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שאמר האט געשריבן:בדה ר' אליה' סימאן

מי הוא זה ואיזהוא. מה היה עיסוקו בעולמו...?

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 10:51 pm
דורך [NAMELESS]
הרה"ג ר' אליהו סימאן ז"ל

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 11:12 pm
דורך פיינע קאווע
ר' אלי' ז"ל איז געזעצן און געלערנט די הייליגע תורה יומם ולילה. א גאון בתורה א בעל מחדש נפלא. א שטילער איידעלער איד. מעמיד געווען אסאך תלמידים במתיבתא תו"י קרית יואל. זאל ער זיין א גיטער בעטער.

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2015 11:41 pm
דורך קאך_לעפל
ראשעקאל האט געשריבן:הרה"ג ר' אליהו סימאן ז"ל


יישר כח טייערער ראש הקהל פארן ארויס ברענגן דעם גדלות פינעם נפטר, ווי אזוי וואלטן מיר ווען געוויסט אפצושאצן דעם חשובען נפטר אן דיין צעטל... ייישר כח נאכאמאהל,

א זייטיגע הערה: נעקסט טיים לאז אונזער קאלעגע דער כהן גדול ישמאל ארויף ליייגען די תגיבה, ער איז פיל בעסער אין דעם דאזיגן אינזיכט.... וד''ל

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:19 am
דורך שמעון וואלף
וואס גייט למעשה ווערן מיט די וועד? איך זעה אז בסה"כ איז דא נאך איינער אויפ'ן וועד און איין מענטש קען נישט געריפן ווערן וועד. וועט מען לאזן אזא האקעלע ענין אויף הפקר?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:05 pm
דורך גאנצל
ראשעקאל האט געשריבן:הרה"ג ר' אליהו סימאן ז"ל


א שטארקע זכות ארויפצונעמען אויף יענע וועלט אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד

או מי יתן לנו תמורתו

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
ווער וועט ווייטער אנפירען די מערכה אז סזאל זיך נישט פארמערן ממזרים בישראל?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 12:25 pm
דורך I'm back
עזריאל האט געשריבן:ווער וועט ווייטער אנפירען די מערכה אז סזאל זיך נישט פארמערן ממזרים בישראל?


ביסט עכט פאני

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 1:02 pm
דורך יואליש
berlbalaguleh האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:בדה ר' אליה' סימאן

מי הוא זה ואיזהוא. מה היה עיסוקו בעולמו...?


ר' אלי' איז געווען א שיינער ת"ח, ופרט איז ער געווען באקאנט אין די ק"י ישיבה אלס א בקי בסיגיות הש"ס. אעך האב געהאט די געלענהייט צו ארבייטן מיט אים נאנט ווען כ'בין געווען באויפטראגט צו דריקן א "סוגיא" קובץ וואס איז נישט געווען מלוקט פון פארדעם. ר' אלי' האט באגלייט די פראצעדור און אויך באגעשטייערט א מפתח עניינים אויף די סוגיא.

ר אלי' איז געווען זייער א ציגעלאזענער און געשמועסט מיט בחורים בתורות חבר. וויבאלד כ'האב געברויכט צוקומען צו ר' אלי' פאר זיין קאמפיוטער האב איך אים נישט געהעריג געקענט זיך באדאנקן אינעם קובץ. כ'האב אים געגעבן א נוסח פאר דאנק בלאט, אבער ער האט געשריבן אויף זיך בלויז "הרה"ג וכו'" און כ'האב עס באמערקט הערשט ווען ס'איז שוין געווען אין דרוק. ס'האט מיר אלעמאל געעגבערט אז כ'האב אים נישט געקענט אפגעבן זיין פארדינטן כבוד והכרת הטוב.