בלאט 67 פון 213

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:33 pm
דורך יואב
וואס איז פשט אז מערסטענס בייגל געשעפטן, אדער רעסטוראנטן מאכן שוין נישט אייער שפייז "נאך" צוועלף אדער איינסע לאמיר זאגן. זיי דארפן געלט? ווער זענען זיי מיר איינצוטיילן ביז וויפיל אזייגער איך מעג עסן אייער שפייז, און פון וויפיל אזייגער איך בין געצווינגען צו נעמען טונא אדער אוועקאדא?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:51 pm
דורך מ גפני
גערעכט יואב, מאך אויף אן עקסטערע אשכול פארדעם ווי יעדער וועט קענען מוחה זיין און אפשר וועט עס ברענגען צו א טויש

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 2:52 pm
דורך גאנצל
סאו וואט האט געשריבן:אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?


קענסטו דען אראפנעמען די פילטער אויב זיי האבן א קאוד ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:02 pm
דורך ונבנתה העיר
פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:03 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס וועלן מענטשן רייכענען א ציגארעטל אבער נישט אראפשלינגען א קוואדער?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:05 pm
דורך ברסלבער
ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

ווייל בעטן א ציגארעטל טוען עשירים אויך, משא"כ צו שנארן זעכציג סענט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:11 pm
דורך ונבנתה העיר
אויף די עשירים גופא איז דאך די שאלה.
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס וועלן מענטשן רייכענען א ציגארעטל אבער נישט אראפשלינגען א קוואדער?

הכא במאי עסקינן אז עס פעהלט איהם זעכציג סענט צום דעניש.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:15 pm
דורך סאו וואט
גאנצל האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:אויב האב איך גע'פילטערט מיין לעפטאפ ביים טעג אפיס, און יעצט זאג איך זיי לא מעוקצך ולא מדובשך, כ'דארף נישט קיין פילטער.
קענען זיי נאך אלס שפיאנירען ווי איך גיי אלס און מיין קאמפיוטער? מיט א קאוד וואס זיי האבען אריינגעלייגט?


קענסטו דען אראפנעמען די פילטער אויב זיי האבן א קאוד ?


איך בעט זיי, זיי זאלן עס אוועק נעמען דארך טים וויווער?
ווייסט איינער דער תירוץ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:21 am
דורך נולד מאוחר
לעצטענס באמערקט דא אין שטיבעל אזא מין קאוד #איך פרעג סתם.
וואס מיינט עס?
יעצט זע איך סווערט א לינק.
וואסיפשט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 9:57 pm
דורך חולם
וויל וויסן פשט איך זע פאלמאנ'ס דרייווינג סקול עדווערטייזט אזוי "פארוואס קומט יעדער צו פאלמאנ'ס? ווייל דאס און דאס בלא בלא"
אויב קומט יעדער צו אים סיי ווי פארוואס פעלט אויס די עד? א שאד אידיש געלט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:08 am
דורך אליצפן
ווען איך כאפ א פיקטשער מיט מיין פאון, קומט עס געווענטליך אויס בערך א MB גרויס אדער מער. דער גרעסטער פיקטשער וואס מען קען לייגן דא אויפן שטיבל איז עטליכע הונדערט KB.

יעצט וויאזוי קען איך ארויפלייגן א פיקטשער געכאפט דורך מיין פאון אויפן שטיבל, אן עס טראנספערירן צו מיין קאמפיאטער און קלענער מאכן?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:14 am
דורך געפילטע פיש
גיי אריין די קעמרע סעטינגס און מאך די סייז (מעגאפיקסעל) פונעם פיקטשער קלענער, אדער קענסטו דאונלאודן א עפפ וואס ריסייזד די אימעדזש נאכן כאפן. אן אלטערנאטיווע מיטל איז ארויפצולייגן די פול סייז אימעדזש אויף א סייט כדוגמת tinypic.com און עס אריינלייגן אין די תגובה מיט די img פיטשער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:17 am
דורך שמעקעדיג
Reduce photo size
איז א גוטער עפפ וואס וועט טון די דזשאב.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:44 am
דורך אליצפן
שכויח פאר אייך ביידע פאר דער גיכער ענטפער.
[tag]געפילטע פיש[/tag], אז איך מאך קלענער דער MP פון די קאמערא, וועלן אלע בילדער אויסקומען מיט א שוואכערע קוואליטעט, נישט אזוי?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:48 am
דורך געפילטע פיש
יא, כ'האב נישט געמיינט פערמענאנט, נאר ווען דו ווילסט כאפן א בילד אהער ארויפצולייגן, און נאכדעם צוריק טוישן. אבער אויב האלסטו שוין לאחר המעשה, אדער האסט נישט געהאט קיין צייט אריינצוגיין אין די סעטינגס, נוץ די עפפ וואס שמעקעדיג רעקאמענדירט, אדער tinypic.com.

(נאך א סעטינג וואס איז וויכטיג אויסצולעשן, איז די geotagging, אויב דיין קעמרע האט דעם פיטשער וואס רעקארדירט דיין GPS לאקאציע, אויב ביסטו חושש אויף גילוי)

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:59 am
דורך מאטי
ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס וועלן מענטשן זיך שפירן באקוועם צו בעטן א ציגארעטל אבער וועלן זיך שעמען צו שנארן זעכציג סענט?

לכאורה ווייל בעטן א ציגארעטל איז סך הכל פשט אז איך בין פשוט פויל יעצט צו גיין צום שמש קויפן, כ׳קען אפילו האבן יעצט א געשוואלענער בערזל געביגעלטע הונדערטערס. משא״כ בעטן 60 צענט ... נו שוין...

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:05 am
דורך אליצפן
געפילטע פיש האט געשריבן:יא, כ'האב נישט געמיינט פערמענאנט, נאר ווען דו ווילסט כאפן א בילד אהער ארויפצולייגן, און נאכדעם צוריק טוישן. אבער אויב האלסטו שוין לאחר המעשה, אדער האסט נישט געהאט קיין צייט אריינצוגיין אין די סעטינגס, נוץ די עפפ וואס שמעקעדיג רעקאמענדירט, אדער tinypic.com.

(נאך א סעטינג וואס איז וויכטיג אויסצולעשן, איז די geotagging, אויב דיין קעמרע האט דעם פיטשער וואס רעקארדירט דיין GPS לאקאציע, אויב ביסטו חושש אויף גילוי)

גילוי שמילי... Who cares?
אז איינער וויל דווקא וויסן ווער איך בין, מוטשע דיך נישט צו זוכן די GPS coordinates אויף מיינע בילדער, שיק מיר א אישי און פארטיג.
אקעי נישט ממש, באט יו געט טהא פוינט

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:54 am
דורך געפילטע פיש
ליסען, איך געב די עצה דזשאסט אין קעיס, כ'וויל נישט זאלסט צו מיר קומען מיט טענות שפעטער, האסט מיר נישט געזאגט, אהער אהין, קודם איז עס אראפ פון מיין אחריות, נאו דו וויט איט עז יו פליז.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:18 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס זענען די receipts פון די bank קליינע פאפירן וואס מ'דארף נאך יעדע deposit, באזונדער feed'ען אין א גרויסע printer?
פארוואס האבן זיי נישט א קליינע receipt printer אזוי ווי די retail stores?
Chase האט עס טאקע אזוי, אבער HSBC און אסאך אנדערע נישט, פארוואס?
איך וויל וויסן.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 4:13 am
דורך איש עברי
איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:25 am
דורך קאווע טרינקער
מאנכע שעמעהן זיך אז זיי האבן חתונה געהאט מיט אן אמה העבריה, סאו שרייבן זיי בלשון נסתר.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
איש עברי האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

אויב ביסטו אומצופרידן און באקלאגסט זיך אויפ'ן מצב, קענסטו גרינג טוישן אלע אויפשריפטן אין ביידע פעלער. פאר בערך פינף טויזנט דאללאר וועט עני בית דין דיר ערלעדיגן א דאקומענט פון צוועלף שורות געשריבן אויף אלט אראמעאיש, וועלכע וועט אנולירן דיין שטיין אונטער די חופה. זיי וועלן נאך (אלס באנוס) אריינווארפן א פאפיר וועלכע וועט זאגן אז דו ביסט גערעכט.אויפ'ן נעקסטן בנין און אויפ'ן נעקסטן חתונה אינוויטעישן וועט שוין נישט שטיין וזגתו אדער ורעיתו. :roll: :) :oops: :cry:

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:11 pm
דורך איש עברי
האסט דיך פארגינען 4 טאנצעדיגע סמייליס! איך האב אבער נישט עכט געכאפט די דשאוק