בלאט 67 פון 214

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:21 pm
דורך קאוריג
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

לאמיר הערן ביי וועלכע פרק האלטסטו?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:46 pm
דורך gitgitgit
I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:28 pm
דורך בן עזאי
[tag][/tag]
gitgitgit האט געשריבן:I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people


גוטגוטגוט
דו זעסט אויס צו זיי פיין אויסגעקאכט אין עלעקשאן פאאליטיק, קום אריין מיט די פולע שטארקייט. דער עולם זיצט אנגעשפיצט דיר צון הערן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:35 pm
דורך בן עזאי
שיכון סקווירא האט געשריבן:א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

[tag][/tag]

אה, יהא בואכם לברכה. איך ווארט שוין צו הערן וואס טוט זיך מיט די וואנט.
די העיליגע בי"ד האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט צווישן מאנסי, אוון מאנסי וועט ווילן באצאלן פאר דעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:30 pm
דורך מציץמןהחרכים
איך בין אויפגעוואקסן MO און יעצט בין איך פאראינטערעסירט מיט די פרום יידיש רעדענדיקן וועלט. צו רעדן אין תורה אויף יידיש איז מיר א גרויסער פארגעניגן. איך וויל באקענען זיך מיט די וועלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:52 pm
דורך געוואלדיג
מציץמןהחרכים האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן MO.

וואס מיינט דאס? עניוועי שלום וברכה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:56 pm
דורך מפוזרי
מאדערן ארטאדאקס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:59 pm
דורך בן אדם
א מזל ער איז נישט אנגעקומען דא דריי יאר צוריק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:02 pm
דורך מפוזרי
וואס וואלט דאן געשען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:05 pm
דורך בן אדם
ער וואלט נישט געהאט די געווייקטע חסידישע אידן וואס מיר האבן היינט דא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:13 pm
דורך מפוזרי
אהא..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:20 pm
דורך דבש
איך בין שוין לאנג דא אין קאווע-שטיבל, אבער עס איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו שרייבן דא. איך האב אסאך וואס צו פארקויפן, אבער איך האב נישט כמעט קיין איבעריגע צייט אינעם טאג.

איך האף זיך צו אנשטרענגען און שרייבן דא אביסל פון נייע רעיונות וואס פליסן אריין אין מיר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:22 pm
דורך נאכט לאמפ
איך בין א חסידוש בחור'ל פין איין אין צצואנציג יאר, לעבדיג אין בעטעמט, ארימגענומען מיט פילע חברים. איך ארבעט אין אן עטוואס גרויסע פירמע וואס האלט זיך נאר אין איין פארגרעסרען מיט גאט'ס ב"ה הילף.
אזוי ווי אסאך פין מיינע חברים פין די 2016-1995 עפאכע, (די גרויסע טעכנעלאגיא עוועלאציא) בין איך אדורך געגאנגן פארשידענע שווערעקייטן. . . אבער וואס אימער איך זאל [נישט] האבן געטוהן, האב איך געגלייבט אין געשפירט ווי די באשעפער איז מיט מיר, אין קיינמאל איז געוועהן וואס איך האב חלילה פארגעסן פין אימען!
איך האב מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבל ווייל איך פיל וואו דא איז דער ריכטיג ארט ארויסצוגעבן מיין שרייבן טאלאנט.
גראמען אין פיוטים טוהן מיינע געפילען ארויסגעבן
פילע סודות אין עפעזאדען זיי דערציילען פין מיין לעבן
זיי העלפן מיך אוועק קוקן פין שווערעקייטן וואס דרייען זיך דערנעבן
אין גלייכצייטיג זיי שטיפען מיר צו קאנצעטרירען אויף וואס איך טוה שטרעבן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:23 pm
דורך דער וועקער
דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 7:45 pm
דורך א איד
דער וועקער האט געשריבן:דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.

אפשר גיט איר ארויס פלענער, ווען דער נעקסטער וועקער קומט ארויס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:58 pm
דורך ספרא וסייפא
א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:43 pm
דורך עמקן
ס'איז נישט מיין סטיל זיך פארצושטעלן אזוי ברבים מיין מציאות אבער אזויפיל יא א געמלט'ער און א היימישער איד בין איך און חסידות איז מיין וועג ווייזער און אלץ נישט נאר רוחניות נאר בעיקר גשמיות וכו'

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:48 pm
דורך קל וחומר
ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:03 pm
דורך וואלווי
ספרא וסייפא האט געשריבן:א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...


לחיים!

איר זענט יעצט אנטלאפן פון די באוויסטע ווירטואל קרעטשמע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:05 pm
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?


מיינסט צו פרעגען צו דער מוהל טראגט מיט'ן עירוב?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:55 pm
דורך מרן קודש קודשים
אני דתי-לאומי עם אהבה גדולה (לפני הכל לבורא עולם וגם) לדרכי החסידות ומחשבת ישראל ולגדולי ישראל. הראי"ה, האישיות המשפיעה ביותר על הההשקפה הדתית-לאומית (כפי שמתבטאת אצל שומרי מצוות ציוניים ולא אצל מה שקוראים "דתיים לייט" שלמעשה אינם באמת דתיים), היה נכד מצד אימו לחסיד חב"ד שהיה חסיד נאמן של מרן הגאון ה"צמח צדק" זצוק"ל.
אני מתעניין מאוד בתולדות עם ישראל וגדולי ישראל ובמחשבת ישראל והשקפה יהודית ובסיפורי צדיקים, אך גם בהלכה כי בלעדיה אין חיים דתיים.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 9:50 pm
דורך mevakesh
שלום לך מרן יהא בואך לברכה אתה מבין יידיש ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:56 pm
דורך חכם-לב
איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.