בלאט 68 פון 110

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 6:51 pm
דורך גוטע פינטעלך
יואליש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:בדה ר' אליה' סימאן

מי הוא זה ואיזהוא. מה היה עיסוקו בעולמו...?


ר' אלי' איז געווען א שיינער ת"ח, ופרט איז ער געווען באקאנט אין די ק"י ישיבה אלס א בקי בסיגיות הש"ס. אעך האב געהאט די געלענהייט צו ארבייטן מיט אים נאנט ווען כ'בין געווען באויפטראגט צו דריקן א "סוגיא" קובץ וואס איז נישט געווען מלוקט פון פארדעם. ר' אלי' האט באגלייט די פראצעדור און אויך באגעשטייערט א מפתח עניינים אויף די סוגיא.

ר אלי' איז געווען זייער א ציגעלאזענער און געשמועסט מיט בחורים בתורות חבר. וויבאלד כ'האב געברויכט צוקומען צו ר' אלי' פאר זיין קאמפיוטער האב איך אים נישט געהעריג געקענט זיך באדאנקן אינעם קובץ. כ'האב אים געגעבן א נוסח פאר דאנק בלאט, אבער ער האט געשריבן אויף זיך בלויז "הרה"ג וכו'" און כ'האב עס באמערקט הערשט ווען ס'איז שוין געווען אין דרוק. ס'האט מיר אלעמאל געעגבערט אז כ'האב אים נישט געקענט אפגעבן זיין פארדינטן כבוד והכרת הטוב.


זכרנו ימים מקדם, זיסע זכרונות!!
בכה תבכה בלילה (איכה א' ב') - שתי בכיות הללו למה? אחד על מקדש ראשון, ואחד על מקדש שני (סנהדרין קי"ד ע"ב). אויך אונז וויין מיר ביטער צוויי בכיות, איינס אז ר' אלי' איז שוין נישט דא, און איינס אז 'יואליש' מאכט שוין נישט היינט קיין סוגיות הש"ס...

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:04 pm
דורך Over time
אחרי מות - קדושים, עס איז נישט דא קיין לאנגע תקופה פון ווען מען האט ארויסגעווארפן דעם נפטר פון זיין פאסטען אין ישיבה, כאטש ער האט זיך שטארק געבעטען אז מען זאל אים צוריק נעמען האט עס אים גארנישט געהאלפן און ער איז געווען אינדרויסען אן קיין פרנסה און נאך געהאט קינדער אין שטוב, דער ראש ישיבה וואס האט אים היינט מספיד געווען בקול בוכים האט אים נישט צירוק גענימען אין ישיבה נאך וואס די הנהלה גשמיות האט אים געווארפן כאטש זיין גדלות בתורה ובקי בקצירת חיטים.

מען האט אים נאר צירוק גענימען נאך וואס ער האט באקימען יענע מעשה און מען האט געהאט גערעכענט אז ער וועט נישט אנציען מער ווי טאפס א האלב יאר, ער האט זיי איבער געלעבט און להכעיס געלעבט נאר צוויי דריי יאר.

אינטערסאנט צו זען אויב די ״בלאט״ וועט אויך באשרייבען די פיינפולע תקופה פון זיין לעבן.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:23 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
Over time האט געשריבן:אחרי מות - קדושים, עס איז נישט דא קיין לאנגע תקופה פון ווען מען האט ארויסגעווארפן דעם נפטר פון זיין פאסטען אין ישיבה, כאטש ער האט זיך שטארק געבעטען אז מען זאל אים צוריק נעמען האט עס אים גארנישט געהאלפן און ער איז געווען אינדרויסען אן קיין פרנסה און נאך געהאט קינדער אין שטוב, דער ראש ישיבה וואס האט אים היינט מספיד געווען בקול בוכים האט אים נישט געוואלט האבן אין ישיבה כאטש זיין גדלות בתורה בקי בקצירת חיטים.

מען האט אים נאר צירוק גענימען נאך וואס ער האט באקימען יענע מעשה און מען האט געהאט גערעכענט אז ער וועט נישט אנציען מער ווי טאפס א האלב יאר, ער האט זיי איבער געלעבט און להכעיס געלעבט נאר צוויי דריי יאר.

אינטערסאנט צו זען אויב די ״בלאט״ וועט אויך באשרייבען די פיינפולע תקופה פון זיין לעבן.


פארוואס האט מען איהם ארויס געווארפן פין ישיבה???

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:27 pm
דורך Over time
מען האט געשניטען די בודשעט עס איז געווען בעפאר ווען מען האט געווארפן שיעור ג׳

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:52 pm
דורך קאווע טרינקער
געגאנגען צו א חתונה, נגד תקנת הישיבה.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 9:03 pm
דורך גוטע פינטעלך
ווייל ער האט געהאלטען אז ער האט א דין "בנים למקום" נישט "עבדים"...

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:56 pm
דורך שמעון וואלף
בד"ה ר' משה אליאס, געווען באקאנט אלץ די שר החוץ פון באבוב

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:57 pm
דורך קאווע טרינקער
שר החוץ??? וואס מיינט דאס?

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
א טאג פאר 48 לספירה. בד"א

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:בד"ה ר' משה אליאס, געווען באקאנט אלץ די שר החוץ פון באבוב

ער איז געווען באקאנט אלס אינגאנצן עפעס אנדערש...

------
א קליין סיפור'ל:

נאכן גזירת המים (ווען מ'האט גע'אסר'ט ארויפצוטראגן געטראנקען אויף אן עראפלאן), איז איינמאל רמ"ע אנגעקומען צום 'טשעקפוינט' מיט א גאר טייערע באטל בראנפן וואס ער האט זיך אקארשט איינגעקויפט. ווי נאר זיי האבן דאס געזען, האט מען אים מודיע געווען אז ער קען דאס נישט מיטנעמען אין עראפלאן. ווען ער האט געזען אז ס'וועט אים נישט העלפן קיין טענות ומענות, האט ער שנעל געעפנט דעם פלאש בראנפן, געמאכט א 'שהכל', און אויסגעטרינקען די גאנצע באטל בבת אחת...

נאכדעם האט ער ארויסגעזידט פון די ציינער: נאר וואס דען? כ'וואלט ווען באדארפט איבערלאזן די באטל פאר 'זיי'?! ע"כ.


לחיים, לחיים! די נשמה זאל האבן אן עליה.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 11:20 pm
דורך שמעון וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:שר החוץ??? וואס מיינט דאס?


ער איז געווען איטשארש פון אויסערליכע איינגעלעגענהייטן ווי צ.ב.ש. ווען די רב איז געפארן ערגעץ איז ער אלץ מיט געגאנגען, און מ'זעהט אים טאקע אויף אלע בילדער פון די נסיעות אזוי אויך ווען פרעמדע רבי'ס זענען געקומען באזיכן איז ער אלץ דארט געווען און מסדר געווען

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:02 am
דורך אויסגערוט
איז נישט בנימין בארבער געווען דער שר החוץ??

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:23 am
דורך יואליש
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:בדה ר' אליה' סימאן

מי הוא זה ואיזהוא. מה היה עיסוקו בעולמו...?


ר' אלי' איז געווען א שיינער ת"ח, ופרט איז ער געווען באקאנט אין די ק"י ישיבה אלס א בקי בסיגיות הש"ס. אעך האב געהאט די געלענהייט צו ארבייטן מיט אים נאנט ווען כ'בין געווען באויפטראגט צו דריקן א "סוגיא" קובץ וואס איז נישט געווען מלוקט פון פארדעם. ר' אלי' האט באגלייט די פראצעדור און אויך באגעשטייערט א מפתח עניינים אויף די סוגיא.

ר אלי' איז געווען זייער א ציגעלאזענער און געשמועסט מיט בחורים בתורות חבר. וויבאלד כ'האב געברויכט צוקומען צו ר' אלי' פאר זיין קאמפיוטער האב איך אים נישט געהעריג געקענט זיך באדאנקן אינעם קובץ. כ'האב אים געגעבן א נוסח פאר דאנק בלאט, אבער ער האט געשריבן אויף זיך בלויז "הרה"ג וכו'" און כ'האב עס באמערקט הערשט ווען ס'איז שוין געווען אין דרוק. ס'האט מיר אלעמאל געעגבערט אז כ'האב אים נישט געקענט אפגעבן זיין פארדינטן כבוד והכרת הטוב.


זכרנו ימים מקדם, זיסע זכרונות!!
בכה תבכה בלילה (איכה א' ב') - שתי בכיות הללו למה? אחד על מקדש ראשון, ואחד על מקדש שני (סנהדרין קי"ד ע"ב). אויך אונז וויין מיר ביטער צוויי בכיות, איינס אז ר' אלי' איז שוין נישט דא, און איינס אז 'יואליש' מאכט שוין נישט היינט קיין סוגיות הש"ס...


[tag]גוטע פינטלעך[/tag]
ראה ראתי... אתה בוכה שתי בכיות ואני רואה שתי ראיות.

אויפן מקדש ראשון האמיר א מחלוקה צו קדושה ראשונה קידשה לשעתה וקידשה לעתיד לבא צו נישט, אבער דעם מקדש שני...

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:16 pm
דורך מור וקציעה
הרה''ח ר' טוביה אדלר ז''ל ראש הבודקים במשחטת עמפייער קאושער במחלקת תרנגולי הודו ושימש כבעל קורא בבית המדרש בית יוסף של השו''ב במיפלינטאון פענסילוועניא

על אף גילו הזקן עבד קשה לפרנסה עד לאחרונה ממש ועמד על רגליו משך רוב שעות היום משעה 3 בבוקר והכל בצהלת פנים
נהג להכין הקפה מדי יום ביום לקהל השו''בים
מעולם לא ראיתיו בצער ומעולם לא הקפיד על שום אדם

אבד חסיד מן הארץ

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:21 pm
דורך מור וקציעה
מזקני סאדיגורה בארה"ב: הרב טוביה אדלר ז"ל
בגיל 82 נפטר בארה"ב הרה"ח טוביה זאב אדלר ז"ל, מחשובי זקני חסידי סאדיגורה • ארונו יגיע לישראל





הרה"ח רבי טוביה זאב אדלר ז"ל ברוך דיין האמת: מארה"ב מגיעה הידיעה המרה על פטירתו בטרם עת של הרה"ח רבי טוביה זאב אדלר ז"ל, מחשובי וזקני חסידי סאדיגורה בארה"ב.

בשבוע שעבר ביום שישי לקה בליבו בעת שטבל במקווה, ומאז הידרדר מצבו והבוקר (ה) השיב את נשמתו ליוצרה והוא בן 82 בפטירתו.

המנוח ז"ל נולד לאביו הרה"ח רבי משה יהושע ז"ל ולאמו רמת שפרה ברכה ע"ה.

ר' טוביה נודע כחסיד שצהלתו בפניו תמיד, היה מיקירי חסידי סאדיגורה בארה"ב, בכל עת ערך נסיעות לארץ להסתופף בצל אדמו"רי בית סאדיגורה. ותמיד הקביל את פניהם בכל עת אשר באו לבקר בארה"ב.

עם פטירתו הפתאומית נעקרת מקהילת סאדיגורה דמות מיוחדת שהקרינה אור על כל הסובבים באצילותו ונועם הליכותיו.

זכה להותיר אחריו דורות ישרים מבורכים, את רעייתו שתחי', בניו הרב יאיר לייב אדלר - גבאי בית המדרש סאדיגורה באשדוד, והרב מרדכי שלמה אדלר - מחשובי חסידי סאדיגורה בארה"ב.

ארונו יגיע לארץ הקודש ומסע ההלויה ייצא מחר יום ו' בשעה 14:00 בצהרים מבית ההלוויות שמגר בירושלים להר המנוחות - שם ייטמן.

יושבים שבעה בבית משפחת כהן רחוב זכרון יעקב בירושלים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=84341

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 9:06 am
דורך פליקער
בד"ה ר' חיים יעקב זופניק ע"ה א לאנג יעריגער חבר פון חברה הצלה ד'וויליאמסבורג

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:29 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]בד"ה רבי נח ברייער ע"ה 88 פון מאנסי.

נעכטן נאכט נאך איינסער ביינאכט האבן מאנסיער איינוואונער בעגלייט רבי נח ברייער ע"ה צו זיין אייביגער רוה. ער איז געווען איינער פון די 'מאנסי פארניטשאר', אן אלד טיים מאנסיער, תלמיד פון בית מדרש עליון ווי ער האט דארט געלערנט צוזאמן מיט רב משה גרין און נאך בני עלייה. ער האט דארט געדאוונט שבת ויום טוב עד סוף ימיו, און איז געווען גאר נכנע אונטער דער ראש ישיבה זצ"ל ואחריו בממשיכי דרכו די קינדער פון די ראש הישיבה.

רבי נח איז געווען א מלמד מומחה אין ישיבה ספרינג וואלי ביז פאר בערך צעהן יאר צוריק. ער איז געווען א פרייליכער איד אלע מאל געהאט א גוט ווערטל צו זאגן. זיין דאווענען איז געווען מלא חיות. מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים א נעגאטיווע ווארט אויף קיינעם. א סבלן און א ענוותן. ער האט אויך געהאט א געוואלדיגע אהבת התורה, וואס האט זיך ארויסגעזעהן בשעת ער האט געלערנט ווי נאר ער האט געקענט. ער האט אויף געהאט א קליין וויין געשעפט און זיין גאראדזש. ער איז געווען א בעל חסד אויף שטילע פארנעם ווי מען האט געקענט באקומען ביי אים קליינע הלוואות, כאטש ער איז נישט געווען קיין גרויסע בעל פרנסה. די כולל אינגעלייט פלעגן ביי אים קענען קעשן קליינע טשעקלך. ער פלעגט אויך כסדר נעמען מענטשן אויף היטשעס. ווען די פאסענדשיר האט אים געזאגט אז ער ברויך אים נישט צוטראגן און ער קען דא אראפגיין, פלעגט רבי נח ענטפערן וואס מישטו זיך אריין אין מיין מצוה.

ער איז א שוואגער פון רבי מיכל שווארץ און יבלחט"א רבי ראובן בלומינג.

ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן דורות ישרים אינקלאדינג עטליכע קינדער וואס זענען חסידי סקווירא.

די לוויה איז געווען פארנט פון בית מדרש עליון ווי עס איז צוזאם געקומען א ציבור אידן וואס האבן נאך מספיק געווען צו הערן די בשורה צוזאמען מיט די בני המשפחה. עס האבן מספיד געווען אין קורצן פון די ראשי ישיבת בית מדרש עליון, זיינס א שוואגער רבי ראובן בלומינג און איינער פון זיינע זוהן, מיט נאך גאר א נאנטע ידיד מיט רבי נח. דערנאך איז ער געקומען לקבורה בבית החיים בסקווירא נאכן דורך גיין בית המדרש הגדול דשיכון סקווירא.

יהא זכרו ברוך[/justify]

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:33 pm
דורך שמעקעדיג
ראש הישיבה האט געשריבן:ער פלעגט אויף כסדר נעמען מענטשן אויף היטשעס. ווען די פאסענדשיר האט אים געזאגט אז ער ברויך אים נישט צוטראגן און ער קען דא אראפגיין, פלעגט רבי נח ענטפערן וואס מישטו זיך אריין אין מיין מצוה.


WOW. LIKE

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:49 pm
דורך קאך_לעפל
עס דערמאנט מיך אמאל ווי דער אלטער זיטשויבער רבי האט מספיד געווען א געוויסער יענקל אויפן זידטשויבען ניסח.. יענקל. יענקל.. האסט גענומען מענטשען אויף היטשעס, צו זיי האבן יא געוואלט אדער נישט געוואלט....

פראבירן זאל מיך נאר איינער צו נעמען אויף א היטש ווען איך וויל נישט......

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
ר' נח ע"ה איז געווען איין חשוב'ע מענטש , א ריכטיגע דמות פון אן ערליכע איד . אלץ געווען מיט א גוט ווארט א שמייכל , ווי @ראש הישיבה האט שוין מער ווייניגער אלטץ ארויסגעברענג אין קורצן , עס דערמאנט זיך מיר אבער צוויי עפיזאדן וואס איך האב אליין בייגעוואוינט מיט איהם ,

איינס. איך האב איהם אמאל געפרעגט ר' נח . דו ביסט דאך שוין אריבער די ואם בגבורות שמונים ... פארוואס זעצסטו זיך נישט אוועק ביים טיש ? עס זענען דא אידן מיט א יובל יארן יונגער ווי דיר וואס זיצן ביי די בענק ? ער האט מיר אנגעקוקט מיט מאדנע פאקסן . וואס ?? איך זאל זיך אוועק זעצן אין פארנט פון רעבי'ן ?...

צווייטנס. עס איז געווען ביי א וואכן טיש . און עס האט זיך פארגלוסט פאר א קליין בחור'ל א טעלער טשיקן זופ . ווען דער בחור'ל האט אזוי פלינקערהייט געכאפט זיין טעלער זופ האט זיך די קאכעדיגע טעלער זופ אויסגעגאסן אויף ר' נח ארויף , די גאנצע מעשה איז איהם געליגן און גערונען אויפן היט . רעקל . העמד . לייב . עטס קענטס ענק פארשטעלן די אטעמן וואס די צוקוקער האבן געגעבן ..אבער די ערשטע ריאקציע פון ר' נח איז געווען . ער געבט זיך א דריי אויס -- בשעת זיין שכן שלעפט נאך אראפ די איבערגעבליבענע לאקשן פון זיין הוט -- צום פארלוירען געפלעפטע בחור און אנשטאט א בייזע מינע ווי עס פאסט פאר א יוד למעלה די אכטציג . הייבט ער איהם אן בארואיגן מיטן גאנצן רואיגקייט אזש דער בחור וואלט נאך געקענט דאכטן אז ער האט איהם גאר א טובה געטון מיטן אנגיסן ....

די מעשה האט מיר דאן ארויס גענומען פון די כלים !

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:19 am
דורך [NAMELESS]
א בילד האט איינער? כ'מיין כ'האב איהם געקענט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:30 am
דורך שלמה המלך
בד"ה ר' יוסף מנחם האס ע"ה (39) בן הרה"ח ר' הערש מילך האס פון טאהש און איידעם ביי רובינשטיין פון וויליאמסבורג!
נעבעך א שטיב פון 12 יתומים השם ירחם....

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:39 am
דורך שמעקעדיג
ה' ירחם. איך האב אים גוט געקענט!
וואסי די מעשה געווען?