בלאט 68 פון 213

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויל וויסן, פארוואס אויף אלגעמיינע אידישע מצבות איז אלץ די נוסח:
פ"נ
אבינו, בעלי, (אדער) בתינו, אחותינו,
און נאך צוויי דריי שורות פון די ספעציעלע מעלות וואס דער נפטר האט געהאט,
משא"כ אויף די היימישע מצבות איז אלץ די לשון נסתר, ווי ס'וואלט געשריבן א שרייבער פאר געלט לטובת די משפחה, מליצות חרוזים, און יחוס בריוו,

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:24 pm
דורך איש עברי
בדרך אפשר ווייל ווען א היימישע איד שטארבט איז עס געווענליך א קרבן ציבור ווי די מספידים פירן זיך צו זאגן "עליה השלם כל הקרבנות כולם"

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:43 pm
דורך גאנצל
איש עברי האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?


ס'איז דא וואס שרייבן טאקע אזוי אויף די אינוויטעישן אויך גראדע באמערק איך ביי ר' מנחם'ס מציבה שטייט זיין מאמעס נאמען

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:40 pm
דורך טאמבל סאס
עס זענען דא 9 רעגיסטרירטע באניצער און8 באהאלטענע באניצער
פארוואס איז נישטא קיין ספעיס צווישן די און-8 ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:23 pm
דורך טאמבל סאס
צי ס'איז דא געוויסע דא, וואס נאכוואס איר לייענט זייערע תגובה, גייט איר ווידער איבער דערויף א וויילע שפעטער, צו זעהן אויב ער האט נישט נארוואס עפעס פארראכטן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:27 pm
דורך טעפל
איש עברי האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס ווען איך בין מנדב למשל א בנין פון געלט וואס איך אליין האב געהארעוועט און געשוויצט דערויף וועט מען שרייבן אויפ'ן בנין "נדבת איש עברי וזוגתו החשובה אמה העבריה" אינדערצייט וואס מיין ווייב האט גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע זאך, און אויב עפעס האט זי נאר פרובירט מיך אפצורעדן פון געבן געלט

ווידער ווען אונז מאכן חתונה א קינד וואס מיין ווייב האט איר געטראגן אין בויך 9 חדשים און נאכדעם געפעמפערט געפיטערט און אויפגעצויגן פאר 20 יאהר וועט מען שרייבן אויף די חתונה קארטל "איש עברי ורעיתו"

מה נשתנה?

און אויך ווען מ'האט א קינד קומט מען אין שול אינגאנצען פרייליך "איך האב געהאט א קינד" און ווען מ'מפל'ט ח"ו זאגט מען "זי האט גמפל'ט נעבעך..

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:44 pm
דורך אליצפן
וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:53 pm
דורך אליצפן
פארוואס זענען די הצלה טראקס אין פראנט פונעם הצלה גאראגזש, אייביג געפארקט אויף די פארקערטע זייט פונעם ראוד? לכאורה מאכט עס שווערער ארויסצופארן צו א קאל, ווייל מ'דארף דורכשניידן אן עקסטרע לעין פון טרעפיק.
איז עס ממש ריין לשם אויסזען רייסעריש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
אליצפן האט געשריבן:וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.


געלע לייטס מיינט פאר שטאט און גרייט דיך זיך אפצושטעלן, וייל אט אט גייט שוין די רויטע לייט בלינקן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:50 pm
דורך געפילטע פיש
אליצפן האט געשריבן:פארוואס זענען די הצלה טראקס אין פראנט פונעם הצלה גאראגזש, אייביג געפארקט אויף די פארקערטע זייט פונעם ראוד? לכאורה מאכט עס פיל שווערער ארויסצופארן צו א קאל, ווייל מ'דארף דורכשניידן אן עקסטרע לעין פון טרעפיק.
איז עס ממש ריין לשם אויסזען רייסעריש?

כדי שישאלו התינוקות

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:51 pm
דורך אפטעמיסט
בין איך אויף איינעמס "נודניק" ליסטע? איז מעגליך צו וויסן? :?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:09 pm
דורך הערשי
פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:22 pm
דורך hotel
וואסערע הנאה ברענגט עס פאר דעם שיינעם איד ווען ער שטעלט זיך אויף ביים שבע ברכות צו וואו און נעמט זיך אויסבויכן זיינע טייטשעלעך אזוי לאנג ווי די גוטע יאר צו זעט ער דען נישט די פיינטליכע בליקן וואס ווערן געווארפן צונעם פון אלע זייטן ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:37 am
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:וואסי פשט פון די בליטשקענדע געלע לעמפלעך אויף סקול באסעס? אויסער די רויטע וואס פארדעם דארף מען זיך אפשטעלן, האבן זיי נערווינדע געלע לייטס אויך, וואס אייביג האב איך מורא אז א פאליס וועט מיינען אז ס'איז די רויטע און וועט מיך ל''ע געבן א טיקעט.


געלע לייטס מיינט פאר שטאט און גרייט דיך זיך אפצושטעלן, וייל אט אט גייט שוין די רויטע לייט בלינקן.

אזא בחינה פון אליהו הנביא בעפאר מלך המשיח :)

הערשי האט געשריבן:פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

וועלכע פאליציי? רובא דרובא פון זיי האבן אינעם גריל אויך א שיינע פאר שטיק, אנדערע אויך אינעם ווינדשילד, בנוסף צו וואס די העדלייטס פלעשן on & off... די משטרה אין מדינת ישראל האבן קוים איינס צוויי בלויע לעמפעלעך. היינט האבן שוין טייל אביסל מער, אבער עס איז זיכער אז אין אמעריקע איז עס איבערגעטריבן.

אבער די פשוטע תירוץ אויף הערשי'ס שאלה, איז לכאורה ווייל די פאליציי אויטא לעמפלעך ווערן פינאנצירט פון די דעפארטמענט וואס האבן נישט אזויפיל געלט ווי די רייסערישע צאלע מעמבערס פארמאגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:43 am
דורך ונבנתה העיר
הערשי האט געשריבן:פארוואס פאר א פאליציי אויטא איז גענוג איין שורה לעמפלעך אויפן דאך, אבער אמבולאנסן ברויכן בליטשקען מארבע כנפות אנע סדר און כל המרבה משובח? ס'שטערט שטארק פאר אנדערע מאטאריסטן ביינאכט.

ווייל די אמבולאנסן זענען צו הויך אז איין שורה לעמפלעך זאל געזעהן ווערן פון אלע זייטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:21 am
דורך מ גפני
אז מירעדט שוין פון לייטס, וואס זענען די בלויע ווערטער וואס פארן אונטער די לייט באר פון די NYPD קארס?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:22 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:בין איך אויף איינעמס "נודניק" ליסטע? איז מעגליך צו וויסן? :?

אז דו האלטסט שוין ביי די שאלה איז א גוטער סימן. ב"ה דו האסט שוין ערלעדיגט אלע אנדערע פראבלעימען און האסט שוין נישט קיין אנדערע דאגות. איך האלט נאך אביסל ווייטער אויף די ליסט. מה נאכל. פון ווי נעמט מען געלט פאר רענט/מארגידזש, אינשורנס, שכר לימוד. ווען כ'עללל ענדיגן דאגה'ן איבער די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעימען וועט מיר אפשר איינפאלן זיך אנהייבן זארגן איבער דעים פראבלעם. :roll: :lol: :x :oops: :o

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:26 pm
דורך ידען
די פאליצציי האט נישט געניג געלט?

שמעקעדיג ווייסט נישט וואס גאווערמענט איז..

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:28 pm
דורך ידען
פארוואס האבען זיי געלייגט אזעלעכע שטארקע לייטס די LED?

איך ווער בלינד ווען איך פאר אדערעך פאליס. אמאל האבען זיי געהאט גוטע שטארקע לייטס אבער מע האט געקענט אריבער פארען אן מאכען א עקסידענט ווייל מע קען נישט זעהן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:33 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אויב ווילסטו שרייבן מע האט מע קען קענסטו שוין שרייבן מ'קען מ'האט.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישט אלע זענען אזוי. פעסטע רב און יארמער רבי לאכן יא גאנץ אסאך...

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:22 pm
דורך פיטומי מילי
חצאצקער רעבע,
באט די אלע האבן נישט קיין קעדי