בלאט 68 פון 179

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 11:37 pm
דורך בלויע רעקל
שמואל וועקט זיך אויף אין שפיטאל מיט א גיבס (קעס"ט) אויף זיין ביידע פיס און א שמאטע אויף זיין צוביילטע פנים, לעבן אים שטייט א דאקטער און פרעגט אים, "זאג נאר דו געדענקסט וואס האט פאסירט?".

"ניין דאקטער, איך געדענק נאר אז איך האב אריינגעברענגט א פיי פיצא אין דיינונג רום צו א משפחה מלוה מלכה, און איך האב זיך אויפגעוועקט זייענדיג דא אין בעט"

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 11:37 pm
דורך גראף
בילד

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 10:58 am
דורך קל וחומר
בילד

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 11:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז א פרצה אין שמירת עינים און וואס איז א שרעקליכע פרצה?
און פארוואס איז היללערי איינער פון זיי?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 11:56 am
דורך שמעקעדיג
מאדנע אז מעשי ידי להתפאר איז אהערגעקומען

viewtopic.php?p=328619#p328619

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:29 pm
דורך קל וחומר
אוי לאותה בושה...

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:53 pm
דורך שמעון וואלף
[tag]שמעקעדיג[/tag]
איז דאס געווען אין צייטונג אדער אין בלאט? כ'האב געהערט אז שמואל ווידער האט אפגעקויפט די צייטונג וויל ער עס מאכן אזוי ביליג ווי דער בלאט?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 11:16 am
דורך נע ס'נישט פאר מיר
5 סיבות פארוואס א מענטש זאל ענדערש ווילן א גאן איבער א פרוי:
(1) ווייל די קענסט אויפטוישן א אלטע אויף א נייע משא"כ א פרוי...
(2) ווייל די קענסט האבען 2 איינס אינדערהיים, און איינס ווען די פארסט אוועק, משא"כ א פרוי,
(3) ווייל עס גייט נישט פאר קיינעם אן אז די האלטס א אנדערע אלס א בעק אפ.
(4) א גאן פרעגט נישט צו די קלייד מאכט איר אויסקיקען גראב.
און די גרעסטע סיבה איז:
(5) אז ביי א גאן קענסטו קויפן א שטיקל וואס עס זאל מאכן אז ס'זאל זיין שטיל ווען עס פליט ארויס!!

Sent from my ALCATEL ONE TOUCH 4037T using Tapatalk

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:09 am
דורך גר ותושב
C/P
After the Yidden left Egypt, Pharaoh was fuming and ran after the Yidden to bring them back. Sounds strange, no?

On second thought, it's not surprised that he was mad. How would you feel if all you workers ran away erev Pesach?!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:45 am
דורך [NAMELESS]
ערב פסח??? איך ווייס נישט ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם דז'שאוק, אבער במחכ"ת, די אידן זענען הערשט אנטלאפן ביינאכט נאכ'ן סדר...
(אניוועי, ווער האט צייט פאר דזשאוקס ערב פסח)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:46 pm
דורך וואלווי
נאך ערגער. נישט געווען ווער זאל רייניגען די אנגעגאסענע דיינינג רומס

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:54 am
דורך געוואלדיג
א פרוי שטייט ביים שפיגל און קרעכצט געפערליך, ווען איהר מאן גייט אדורך זאגט זי איהם, איך קוק מיך אין שפיגל און איך זעה מיר אויס גראב מיאוס און אלט, דו מוזט מיר זאגן עפעס א גוטע זאך וועגן מיר, דער מאן קוקט איהר אזוי אן , און ענטפערט איהר, איך מוז דיר זאגן אז דיין זעה קראפט איז אויסגעצייכנט...

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:14 pm
דורך ווייל אזוי
פארענדיג אויפ'ן פאליסעיד'ס אויף 80 מייל א שעה זעה איך פלוצים לעקטער אונטער מיר איך רוק מיך אין די זייט און איך טראכט וואס טוה איך דא ? כאפ איך זיך אז איך האב א "סטינג באום" וואס איך האב געטראפן ביים פסח'דיג מאכן די קאר איך טראכט נישט קיין צוויי און ס'געקראכט, די פאליס קומט צו צו מיר "עני ריזאן פאר .. איי גאט ען עמערדשענזי דרייוו סעיף" .

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 10:36 am
דורך ווייל אזוי
א אינגערמאן וואס טוט אין ריעל עסטעיט איז צוגעקומען צום רב און געזאגט אויב איינער אפפערט צו פארקויפן א גאנצע הויז שיק איהם צו מיר

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג אפריל 22, 2016 11:25 am
דורך קל וחומר
איינער האט אפשר אן איבעריג צענטע ברעקל?
כ'האב נישט געקענט טרעפן דעם צענטן שטיקל.
קומענדיג יאר גייט אי"ה זיין נעוויגעישן אין יעדעס שטיקל!

נשלח: זונטאג אפריל 24, 2016 11:48 pm
דורך ווייל אזוי
א דרייצן יעריגע בחור האט געבעטן פאר אפיקומן א שידוך פרעג איך איהם שוין ביי די 13 בעטסטו א שידוך ? זאגט ער מיר אז צובאקומען עפעס פון זיין טאטע דויערט פינף יאר

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 11:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
בדרך דרוש קען מען זאגן אז המן האט זיך גענומען דאס לעבן נאך אסתר'ס פסח סעודה, צוליב וואס מ'האט דארט נאר סערווירט פאטעטא, אייער און נאכאמאל פאטעטא. ער האט נישט אויסגעהאלטן.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:17 am
דורך קל וחומר
אליבא דאמת איז די טעם וויבאלד ס'דאך געווען ביי אחשורוש'ס סעודה אינטערנעט אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק וכלים מכלים שונים (וכמפורש בציורים), און אסתר האט איבערגעגעבן בשם מרדכי אז אינטערנעט איז ארגער ווי טויט, ממילא האט ער ליבערשט גענומען דאס טויט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:05 pm
דורך petergrifin
טראמפ'ס הגדה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
שביעי של פסח האט זיך די ים געשפאלטן און אחרון של פסח האט זיך די הויזן געשפאלטן פון אזויפיל פאטעטא און מצה.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 7:06 pm
דורך קל וחומר
ס'מיר יעצט בייגעפאלן אז דער גביר זוכט בעצם נישט קיין תלמיד חכם פאר אן איידעם, ווייל זייט ווען האט ער אנגעהויבן מחשיב זיין תורה? ער זוכט א לאצי וואס זיין טאכטער וועט קענען פירן ביי די נאז און וועט העלפן א מחיה. ס'וועט דאך נישט פאסן צו נעמען סתם א לאצי, מאכט ער זיכער אז ער איז אויך א ת"ח.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש אפריל 30, 2016 10:13 pm
דורך גר ותושב
יהודי ניגש אל יוסוף העשיר הערבי וביקש ממנו עשרים אלף דולר הלואה לפני חג הפסח, והבטיח להחזיר תוך עשרה ימים כפול.

אמר לו יוסוף: איך אתן לך הלוואה ואפילו את שמך אני לא יודע?
ענה לו היהודי: שמי פסח, עשיר גדול אנוכי ומילה שלי זו מילה. אתה יכול לברר עלי.

הערבי שקרץ לו לעשות כסף קל הלך לברר ברחוב היהודים מיהו אותו פסח. נכנס אל רחוב היהודים והנה המולה רבה.
כולם רצים, מתרוצצים וקונים מכל הבא ליד. ריח עז של ניקיון מציף את האויר, ומכל בית עולים ריחות של בישולים.

ניגש יוסוף אל האנשים ושאל לפשר החגיגה, ענו לו האנשים: מה זאת אומרת ? עוד מעט פסח בא.

שמע זאת הערבי ואמר בלבו: כזה חשוב הוא פסח, שווה לעשות איתו עסקים.

חיפש ומצא את היהודי, וללא שאלות העניק לו את ההלוואה ובלב שמח התחיל לספור את הימים.

מיד כאשר עברו עשרה ימים יצא יוסוף לרחוב היהודים והתחיל לחפש את פסח. חיפש וחיפש ולא מצא.

שוב שאל עוברים ושבים, מישהו ראה את פסח? כולם פתחו עליו עיניים ואמרו: פסח ? ברוך השם שהלך כבר. השאיר את כולנו מרוששים, ללא פרוטה בכיס, וכעת כולנו מתאוששים ממנו.

שמע זאת אותו ערבי ואמר לעצמו: טוב, לפחות לא נפלתי לבד...


קיץ בריא.

נשלח: מוצ"ש אפריל 30, 2016 11:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א גאליציאנע איד קומט צירוק פון א האטעל, פרעגט עיהם זיין חבר, נו? האסט גענומען א shower?
ענטפערט ער, ניין ס׳איז געווען מחיבור אבער בעט געוואנט מיט האנטוכער האב איך גענומען בריווח