בלאט 68 פון 94

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 4:22 pm
דורך ליפא
דער קאלער וואלט גראדע געקענט שפילן בערני אויף SNL

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 4:26 pm
דורך ירא שמים
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:שבת׳ל לאז וויסן ווי אזוי סקאכט זיך אויס

וואס טוט הייקינד דארט?

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 4:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו זעסט נישט? ס'איז דא א קאמערא דארט? היינו טעמא דקאללער והיינו טעמא דהייקינד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:00 pm
דורך פרייוויליג
וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:02 pm
דורך שבת אחים
הער אויס איך קען דעם צוריקטען קאללער, ער איז דאך א איידעם ביי הרה״ח הנגיד ר׳ יענקיל מאשקאוויטש ראה״ק וויזניץ ב״פ(יענקלס שיך סטאר אויף העווימייער אין ווימסב״ג) מיין ברודער מאכט גרויסע ביזנעס מיט אים און מיט זיין משפחה, ער האט א מזל איך בין נישט דארט געוועהן, איך בין אין קאליפארניע, איך וואלט אים פארמאכט זיין מיאוסע פיסק! ווייל די סיבה פארוואס קאללער וויל נישט בערני איז זייער פשוט, ווען בערני רעדט פון העכערן שטייערן מיינט ער אזא איינעם ווי אים! קאללער וויל האבן פאליטשאונס ווי עליטס און רייכע ווי אים האבן איינפלוס אויף די פאליטשאונס, ביי בערני איז יעדער גלייך צי די האסט א פופציג מיליאן דאללער אין די באנק צי דו האסט פופציג צענט אין די באנק, איז במילא ווערט ער א אויטמאטיש א אנטיסמיט. איך האב יעצט געזעהן די ווידעא אויף וואטסאפפ ווי ער צורייסט די בערני שילד און שרייט אז בערני איז א אנטיסמיט, איך ווייס נאר נישט וויאזוי צו לאדענען א ווידעא אויף ק״ש פון וואטסאפפ.

#צודרודעלעט אויף כח

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:11 pm
דורך פרייוויליג
פרייוויליג האט געשריבן:וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

לויט ווי איך ליין וויאזוי בערני האט גערעדט מיאוס אויף ארץ ישראל, דארף מען אים אראפרייסן ביידע אויערן.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:16 pm
דורך שבת אחים
הייקינד איז שוין פארטיג מיט טשאוק שומער? יעצט גייט ער זיך נעמען צו בערני, ער גייט אנקומען צי די זעלבע פלאץ ווי ער איז אנגעקומען מיט טשאוק שומער...

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:17 pm
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

לויט ווי איך ליין וויאזוי בערני האט גערעדט מיאוס אויף ארץ ישראל, דארף מען אים אראפרייסן ביידע אויערן.


איין אויער לאז איבער פאר א אויערן אינפעקציע. איך בעט דיך!

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:21 pm
דורך פרייוויליג
גארנישט מיט הייקענד צוטון, בערני האט צופירט זיין פיסק, מען ברויך אים אויך אפשערן אינגאנצן.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:27 pm
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.


נו אפשר טאקע? פארוואס דארף אמעריקע אויסהאלטן ארץ ישראל? ס׳שטייט אזוי אין די קאנסטיאציע? זאג ווען די וואלסט געוועהן א ריזיגע בעל חוב און זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט דיינע פיינענשעלס וואלסטו געטיילט פאר אנדערע געלט??? זייט ווען איז אמעריקע פארקנעכטיגט פאר ישראל? האבן מיר נישט גענוג געהאלפן? האט אונז עס נישט געברענגט גענוג קאפוויי, אמאל זענען זיי געוועהן א נייע לאנד במילא, ס׳איז שוין צייט זיי זאלן זיך אויסלערנען אליינס זיך א עצה געבן און אויפהערן שנארן פון יענעם, אונז האבן פערציג מיליאן מענטשען וואס הונגערן... און אונז זענען זיי גארנישט שולדיג.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:29 pm
דורך געוואלדיג
די טענה איז אויף די 10,000 ציווילע גע'הרג'עטע וואס ער האט באשאפן מיטן שאקל פון זיין ליפן.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:37 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:די טענה איז אויף די 10,000 ציווילע גע'הרג'עטע וואס ער האט באשאפן מיטן שאקל פון זיין ליפן.


אויף דעם האלט איך טאקע אויך אז ער איז נישט גערעכט, האט ער געמאכט א טעות, יעדער מאכט א טעות, ווילסט איך זאל דיר אוסרעכענן וויפל טעותים הילערי האט געמאכט נאר די לעצטע דריי וואכן אליינס, וויפל טעותים ראנאלד רעיגאן האט געמאכט, הענרי קיסענדזעשר וכו׳ וכו׳. פארוואס ער האט דאס געזאגט ווייס איך נישט, און איך בין נישט מסכים מיט אים אויף די סטיטמענט, סנעמט נישט צי גארנישט פון אלע זיינע אנדערע צעהן טויזנט מעלות, איך האלט אז ער וואלט זיך געדארפט אנטשולדיגן פאר די סטעיטמענט, פאר די ציפער זיכער.

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:48 pm
דורך גרויסע מענטשעלע

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 6:49 pm
דורך שבת אחים
ס׳איז אינטערסאנט ווי 99.99 פראצענט אטד׳יס שטיצן שטארק בערני. איך קוק יעצט איבער ווידיעא און איך זעה ווי מיין פריינד דער אטד זלמן לאבין וואס האט א yoga studio אין גרינפוינט פארפירט פאר סענדארס. אלע מיינע אט״ד פרענדס אויף סאושעל מידיעא זענען אויף מיט דעם איז בערני איז בתוכני אין ניו יארק און זיי שפירן דעם ברען!

#רוב אמעריקאנע אידן שטיצן סענדארס, די איינציגסטע וואס נישט זענען ליידער געוויסע ארטאדאקסן אויף פוד סטעמפס

#עכטע אידן זענען פאר בערני

:lol:

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 7:50 pm
דורך שבת אחים
דא איז נאכנישט די זמן.
בד״וו בערני האט היינט געזאגט אז ער האט געמאכט א טעות מיט די נומבערס אין די פאליסטינע סטעיטמענט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 9:44 pm
דורך פרייוויליג
בערני איז א בהמה פארן מאכן אזא סטעיטמענט לכתחילה.

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 9:44 pm
דורך פרייוויליג
קלינטאן האט די פאפולערע וואוט

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 9:53 pm
דורך ליפא
פרייוויליג האט געשריבן:קלינטאן האט די פאפולערע וואוט

Not to compare
קלינטאן האט זיך צוטיילט שטימען נאר מיט איינעם. טראמפ מיט 10 אנדערע

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:29 pm
דורך דעת תורה
פרייוויליג האט געשריבן:בערני איז א בהמה פארן מאכן אזא סטעיטמענט לכתחילה.

נישט געווען קיין סטעיטמענט בכלל. געווען א שמועס מיט אפאר צייטונג שרייבער, און ער האט ערווענט מדינת ישראל'ס 'איבערגעטריבענע' רעאקציע וואס האט געפירט צו טויזנטער פאלעסטינער פארלוסטן. ער האט נישט געוויסט קיין נומבער נאר געפרעגט / גע'געסט פון זיינע מיטשמועסער. און זיי האבן אים אויסגעבעסערט.

#שטורעםאיןגלעזלוואסער

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:34 pm
דורך פרייוויליג
איבערגעטריבענע רעאקציע, אויך נישט א פריינטליכע סטעיטמענט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:40 pm
דורך ישראל קאפקע
ליפא האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:קלינטאן האט די פאפולערע וואוט

Not to compare
קלינטאן האט זיך צוטיילט שטימען נאר מיט איינעם. טראמפ מיט 10 אנדערע

ביי די רעפובליקאנער איז עס א פיר שפיצן פארמעסט פון נעוואדע און ווייטער, נישט צען.

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:46 pm
דורך ליפא
אקעי פיר איז אויך גענוג נישט עס צו פארגלייכן צו קלינטאן מיט סענדערס .

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:56 pm
דורך יעלה ויבא