בלאט 69 פון 213
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:34 pm
דורך גאלד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?
די תפארת שלמה זאגט "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" די משפטים די שווערע דינין, די מיטמאכנישן פון צדיקים, זענען"שולחן ערוך ומוכן לאכול" דאס איז זיי דארפן נעבעך פירן טיש פאר טויזנטער חסידים, די גרויסע כבוד איז א צער פאר צדיקים,
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:36 pm
דורך גאלד
פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס ביזט נישט דא געווען כמעט א חודש?,
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:41 pm
דורך גאלד
פארוואס נעמסטו עטענדענס דא?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאלד האט געשריבן:פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,
נארמאל פארקט מ'נישט אריין געהעריג ווען די פאליציי שטעלט אפ, מ'שטייט האלבוועגס אויפן ראד, ס'איז פאר סעיפטי.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:49 pm
דורך יאיר
איינער קען מיר מסביר זיין פשט אין דעם מאדנע פרייזן פון עמעזאן וואס מען טרעפט אפט אן, לדוגמא איינס אין וואס כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן:
Hardcover
from $25.00
18 Used from $25.00
19 New from $30.39
2 Collectible from $75.00
Paperback
from $95.00
1 Used from $95.00
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:53 pm
דורך ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?
פאריגע וואך בין איך (משום סיבה
) געווען ביי די באבוב'ער חתונה, האביך זוכה געווען צו הערן במו אזניי ווי דער רב זאל לעבן איז מעיד אויף זיך אז פאר ער איז אריינגעקומען צו די חתונה האט ער זיך געדארפט אנגארטלען מיט שמחה מרוב צרות ישראל...
וואס איך פארשטיי נישט איז עפעס אנדערש, פארוואס ווערן זיי פון אלעם גראב, מן הקצה אל הקצה? דער איז גראב פון אמן יהש”ר, דער פון צרות ישראל, וואלט נישט איינער געדארפט דאר ווערן פון שמחה של מצוה למשל?...
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:פארוואס ווען א פאליס שטעלט מיך אפ מוז ער למען השם די גאנצע צייט בשעת ער שרייבט אויס דער טיקעט בליטשקען זיינע לייטס אונטער מיר, אזא בחינה וואו ככה יעשה לאיש,
נארמאל פארקט מ'נישט אריין געהעריג ווען די פאליציי שטעלט אפ, מ'שטייט האלבוועגס אויפן ראד, ס'איז פאר סעיפטי.
נאך א טעם. (וואס א פאליסמאן האט אליינס מסביר געווען)
אז אויב ער לעשט אויס די לייטס האט א מענטש א רעכט אוועקצופאהרן.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:55 pm
דורך מאטי
אויב דער פאליס האט די דרייווערס לייסענס קען ער נישט אוועק פארן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:24 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:פון ווי נעמסט זיך די שרעקליכע רעבישע עצבות? ס'שפארט ארויס פון יעדע בילד, און פון יעדע שטערן שטריך זייערע. איך זעה כמעט קיינמאל נישט ווי איינער פון די חברה זאל געבן א שמייכעל. כ'מיין א קעדי, א שיינע הויז, טויזענטער חסידים און אפילו נישט א כזית שמייכעל?
פאריגע וואך בין איך (משום סיבה
) געווען ביי די באבוב'ער חתונה, האביך זוכה געווען צו הערן במו אזניי ווי דער רב זאל לעבן איז מעיד אויף זיך אז פאר ער איז אריינגעקומען צו די חתונה האט ער זיך געדארפט אנגארטלען מיט שמחה מרוב צרות ישראל...
וואס איך פארשטיי נישט איז עפעס אנדערש, פארוואס ווערן זיי פון אלעם גראב, מן הקצה אל הקצה? דער איז גראב פון אמן יהש”ר, דער פון צרות ישראל, וואלט נישט איינער געדארפט דאר ווערן פון שמחה של מצוה למשל?...
זייער פשוט, בשורה טובה תדשן עצם, ס'מאכט בכלל נישט דאר..
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:34 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:37 pm
דורך shlomyg
ווער קען מיר העלפן מאכען א LLC corp?
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:51 pm
דורך ממרום שלח אש
1) פארוואס שטייט אין בעק פון א פייערטראק
keep back 200 feet
2) ווער האלט עס איין?
3) וויזוי רעכענט מען עס אויס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:33 pm
דורך נולד מאוחר
3) די זעלבע מעסטער וואס די ניצט 10 פיס ביים פייער היידרענט
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:52 pm
דורך חולם
איז דעיס געווען געדרוקט?.jpg
איז דעיס געווען געדרוקט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:57 pm
דורך שמעקעדיג
ממרום שלח אש האט געשריבן:1) פארוואס שטייט אין בעק פון א פייערטראק
keep back 200 feet
2) ווער האלט עס איין?
3) וויזוי רעכענט מען עס אויס?
איך האב שוין באקומען א טיקעט דערפאר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:21 pm
דורך משה געציל
shlomyg האט געשריבן:ווער קען מיר העלפן מאכען א LLC corp?
איך גלייב אז רוב אקאנטאנס קענען
.
חולם האט געשריבן:איז דעיס געווען געדרוקט?.jpg
איז דעיס געווען געדרוקט?
געדרוקט איז עס געווען. לכאורה באופן מעשי וואטסעפ להתפאר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:58 pm
דורך הערשי
לויט איר וועבסייט, מוז מען באריכטן אן אדרעס טויש צו די NYS DMV ביז צען טאג. דאס טוישט אבער נאר די אדרעס אין די רעגירונג רעקארדס. אויף צו באשטעלן א נייע לייסענס ברויך מען צאלן 17 דאלער. וויל איך וויסן צו מען איז מחוייב צו באשטעלן א נייע לייסענס. יישר כח.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:01 pm
דורך אפטעמיסט
ניין, מ'דארף נישט. דארפסט אבער שרייבן דיין נייע אדרעסס אויף די בעק פון די לייסענס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:41 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון דרייווערס לייסענס,
אויף מיין לייסענס האב איך א בילד דערויף מיט א פרישע פאני קמץ בערדל וואס כאב געהאט נאך מיין חתונה מיט די שווארצע ברילן. היינט ווען איך האב שוין א לאנגע קנאבל בארד, אנדערש געקרייזעלטע פיאות, א שטיקל טשופ, און לענזעס, זעה איך אויס גענצליך משונה צורה.
ווי אזוי טויש איך מיין בילד אויף די לייסענס? לכה"פ אויף די קומענדיגע? אנדערש ווי א פאספארט וואס פארלאנגט זיך ביי יעדע רינועל צו צאלן פאר א פרישע אפ-טו-דעיט בילד, בלייבט די לייסענס בילדער אלטמאדיש, רויטע וואנצעס ווערן קיינמאל נישט ווייס, און פארביטערטע געזיכטער ווערן קיינמאל נישט מחוזק מיט א שמייכל
איז פאראן א סאלוציע דערצו? הלואי קען מען דאס טון אזוי גרינג ווי טוישן דעם אוואטאר!
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:26 pm
דורך הערשי
יישר כח אפטעמיסט.
שמעקעדיג, לייגט אוועק אייער אלטע לייסענס פארן בעפאר בילד. ס'קען אייך צוניץ קומען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:35 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דרייווערס לייסענס,
אויף מיין לייסענס האב איך א בילד דערויף מיט א פרישע פאני קמץ בערדל וואס כאב געהאט נאך מיין חתונה מיט די שווארצע ברילן. היינט ווען איך האב שוין א לאנגע קנאבל בארד, אנדערש געקרייזעלטע פיאות, א שטיקל טשופ, און לענזעס, זעה איך אויס גענצליך משונה צורה.
ווי אזוי טויש איך מיין בילד אויף די לייסענס? לכה"פ אויף די קומענדיגע? אנדערש ווי א פאספארט וואס פארלאנגט זיך ביי יעדע רינועל צו צאלן פאר א פרישע אפ-טו-דעיט בילד, בלייבט די לייסענס בילדער אלטמאדיש, רויטע וואנצעס ווערן קיינמאל נישט ווייס, און פארביטערטע געזיכטער ווערן קיינמאל נישט מחוזק מיט א שמייכל
איז פאראן א סאלוציע דערצו? הלואי קען מען דאס טון אזוי גרינג ווי טוישן דעם אוואטאר!
מ'דארף זיין א ארבייטסלאזע בחור צו ערלעדיגן א בילד טויש, ס'נעמט אסאך צייט און קאפוויי. קודם דארפסטו אראפגיין צו די DMV און זאגן אז דו האסט עס פארלוירן, אויף וואס זיי וועל דיר אנטראגן א נייע מיט די אלטע בילד פאר $17. אנשטאט אננעמען זאג זיי דו ווילסט טוישן די בילד און זיי גרייט צו צאלן. ס'דא א %50 שאנס זיי וועלן דיר נאכגעבן. א אנדערע עצה איז, טו גענוג חטאים מען זאל ריוואקען דיין לייסענס (סיספענדען איז נישט גענוג) נעם נאכאמאל די ראד טעסט, און באקומסט א שפאגל נייע לייסענס מיט די after בילד.