בלאט 69 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 1:30 am
דורך יהושע חיים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:בדרך דרוש קען מען זאגן אז המן האט זיך גענומען דאס לעבן נאך אסתר'ס פסח סעודה, צוליב וואס מ'האט דארט נאר סערווירט פאטעטא, אייער און נאכאמאל פאטעטא. ער האט נישט אויסגעהאלטן.
אף לא הביא אסתר, פארוואס האט זי נישט געברענגט די נאז?
אבל מדברי הרויטע וואנצעס פשוט ודו"ק
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 1:41 am
דורך וואלווי
טעם פרארוואס מ'עסט געבראקטס: די יודען האבען געטראגען די מצות אויף די פלייצע אבער שביעי של פסח איז אלעס נאס געווארען ביים אריבער גיין די ים איז אחרון של פסח נאר געבליבען נאסע מצות
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 5:30 pm
דורך שמעון וואלף
היינט צופרי אין הופער ווען די בעל תפילה האט געזאגט מזמור לתודה הערט זיך א געשרייאכץ נא! נא! עעה! בשעת יענער ווייזט אן אויפ'ן פסק פון רבי'ן אז מ'טאר דאך היינט נישט עסן קיין חמץ
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 10:42 am
דורך קל וחומר
אויף די וואס טרונקען קאווע מיט בלויע מילך ליין איך דעם פסוק: 'הני אמריקאי טיפשאי דשתי מיא במיא'.
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 1:46 pm
דורך ליפא
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 1:52 pm
דורך סביב העולם
קל וחומר האט געשריבן:אויף די וואס טרונקען קאווע מיט בלויע מילך ליין איך דעם פסוק: 'הני אמריקאי טיפשאי דשתי מיא במיא'.
אין אויף אלע וואס שרייבן פין קאווע אויף קאווע שטיבל זאג איך ׳הני קאוואי.......
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 3:10 pm
דורך יהושע חיים
געזעהן היינט א בחור וואס האט געריקט טשיז דעלקעלעך לע"נ דעם דברי חיים. האב איך אים געפרעגט צו ער ווייסט ווער דער דברי חיים איז געווען? זאגט ער מיר אוודאי יא!! דער וואס האט פארקויפט די ספר תורה פאר משה שמואל זופניק
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 3:44 pm
דורך קל וחומר
ובמורא גדול= פון וואס האט מען אזוי מורא? זו גילוי...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 4:04 pm
דורך יעלה ויבא
ציקער זיס ווען מען קען ווען געיבן מער וויא איין לייק.....
lead, follow, or get out of the way
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 4:09 pm
דורך [NAMELESS]
C/P
יונה זופניק זאגט אז דער קרוז זיך צאמשטעלן מיט פארינא אראפ צוברענגען טראמפ איז ווי קאראד׳ע רב, הרב היימליך האט זיך צאמגעשטעלט מיטן איבראנער רב הרב בריעף, אראפ צוברענגען הרב שטיינמאן
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 12:01 am
דורך סביב העולם
צוויי גרויסע לייט פארלוירען היינטיגען טאג,
ברך משה און טעד קרוז...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:21 pm
דורך טמיר
מדארף נישט זיין קיין גרויסע סטראטעגיסט צו וויסן ווער סוועט געוואונען צווישן טראמפ און קלינטאן. ס"ה איז עס א קריג צווישן מענער און פרויען. נו ווער געוואונט? אודאי די פרוי
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:13 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:מדארף נישט זיין קיין גרויסע סטראטעגיסט צו וויסן ווער סוועט געוואונען צווישן טראמפ און קלינטאן. ס"ה איז עס א קריג צווישן מענער און פרויען. נו ווער געוואונט? אודאי די פרוי
אזוי? זיי נישט אזא איידעלע [tag]טמיר[/tag] ונעלם. כמאמר העולם ...!never go to sleep angry. stay up and fight. פרעג דיך נאך ביי די טראמפ פאמיליע ווי מ'איז זיך נוהג. פרעזידענט טראמפ וועט נאך האבן די לענגסטע וויקיפידיע פעידזש. זיוו"ר, זיוו"ש, זיווש"ל, זיוור"ב...
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:54 pm
דורך נהורא נפישא
א שדכן פרעגט איינעם, זוכס'ט דוקא א שידוך מיט געלט ?, זאגט יענער, ניין געלט אליין איז אויך גוט.
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 11:20 am
דורך ציבעלע-קיגל
איינער ווייסט אויב עס איז אמת?
איך האב היינט געהערט אז די ספרדים נעמען יא א שויער (SHOWER) אין די ספירה
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 1:04 pm
דורך שמעקעדיג
שמעתי אז ס'איז אמת, אבער זיי זייפן זיך מיט ציבעלע קוגל.. כ'מיין שוין ענדערש נישט צו גיין אין שויער פאר 7 וואכן
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 2:23 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעתי אז ס'איז אמת, אבער זיי זייפן זיך מיט ציבעלע קוגל.. כ'מיין שוין ענדערש נישט צו גיין אין שויער פאר 7 וואכן
עס ווערט דערנאך זייער [tag]שמעקעדיג[/tag]
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:10 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פארט זיך א אידל אויפ'ן הייוועי און ווערט אפגעשטעלט דורך א פאליס.
דער פאליס מאן קומט צו צום פענסטער און זאגט איהם, אנטשולדיגט מיר אבער דיין ווייב איז ארויסגעפאלען פון דיין קאר מיט בערך 10 מייל צוריק.
רופט זיך אן דער איד, אוי ברוך השם, איך האב געמיינט אז איך בין טויב געווארען...
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 9:51 am
דורך על המחיה
C/P
ס'געווען מוצאי פסח, מיט יארן צוריק, ווען דער ישועות משה מ'וויזניץ האט אמאל געמאכט א מסיבת פרידה פאר זיינע קליינע אייניקלעך וואס זענען געווען ביי עהם אויף פסח. דרייעט ער זיך אויס צו מענדעלע טייטלבוים, זאג נאר מענדעלע, ביסט טאקע נאך קליין, אבער אפילו א קליין קינד דארף דאס שוין וויסן. וועלכע היסטארישע זאך קומט יעדעס יאר נאכאמאל, יעצט אין די רייע?? וואס הייסט וואס? שרייעט אויס מענדעלע אין איין אטעם, דעם טמא'נע טאג היי אייר ווען די פושעים האבן אויפגעשטעלט דעם טמא'נעם ציוניזעם. ווער איז דאס דער פושע וואס הייסט ווער, בן גריון און הרצל, און בן יהודה און כצנלסון. ווער זענען זיי געווען. ווער פרעגט דער זיידע? ווער ווייסט דאס נישט ביי אונז? פושעים, ליידאקעס, פוקרים, אלע מיני עבירות האבן זיי אפגעטון, איך קען דעם זיידן אלעס פארציילן. אזוי מענדעלע? און ווער איז דאס געווען דער בעל שם אממממ.. עפעס קלונגט א בעל אין קאפ... כ'האב שוין פארגעסן.. דער ישועת משה דרייעט זיך אויס צום אנדערן זייט, און פרעגט איציקל טווערסקי. זאג נאר איצי, ווער האט געמאכט דעם מדינה? כ'ווייס נישט. האסטו געוואוסט אז הרצל ימ''ש האט געהאט אין ציל צו מאכן דא פרייע לאנד? נישט געוואוסט, איך ווייס אז ס'איז א הייליגע לאנד, און די גרעסטע פון כלל ישראל האבן דא געדינט דעם אייבירשטן די לעצטע טויזענטע יארן. אבער ביי ענק אין סקווער דערמאנט מען אמאל וועגן דעם מדינה, וועגן ה' אייר? דער זעידע מיינט אוודאי כ' אייר די הילולא פונעם הייליגן מגיד פון טשערנאביל? איי איי ווער איז דאס געווען דער מגיד פון טשערנאביל? וואס הייסט ווער? דער ממשיך פונעם הייליגן לעכטיגער דרך פונעם בעל שם! וואספארא פראגע זיידע? אוי מענדעלע, וואס נאך לערנט מען ביי איך אין חדר אז איבריס איז טמא, אגידע איז אפיקורסעס, דאס גאנצע מצב היינט איז שוואכע יודען. איציקל מיינס, וואס לערנט מען עפעס נאך ביי אייך אין חדר אז די לעכטיגקייט פונעם בעל שם, וועט אייביג שיינען אין די נשמה פון דער וואס האט אמונת צדיקים, די תורה איז אונזער לעבן, און אלעס אנדערש איז איבריג.
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געווען יעצט א תפילין לייגן ביי אן אייניקל אין תולדות אהרן ווען די רבי האט ארויף געשארט דעם ארבעל פונעם בחור זעט דער רבי א שטאך אינעם צארטן הענטעלע פונעם בר מצווה בחור'ל . פרעגט דער רבי מה זה? . נע האט מען געענטפערט עס איז דער שטאך פונעם דור ישרים טעסט...!!
ביים ירושלימ'ער רב שליט"א איז געווען אביסל אן ענליכען סיפור. נאר דארט האט דער רב געזען א גרויסן לאך פונקט במקום של ראש. פרעגט דער רב מאי האי? נע, האט מען עם געענטפערט, ס'איז נאר פון די לעצטיגע הפגנות...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:01 am
דורך קל וחומר
מ'האט געפרעגט איינע פון די מתנחלישע רבנים אזוי ווי ס'קומט יעצט יום העצמאות וואס איז פשט פון די פייער קרעקערס
האט ער גע'ענטפערט , כ'ווייס נישט אבער איין זאך איז זיכער אז ס'מאכט א גרויסן רעש אין הימל !!!!!
C/p
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע א געוועפטע, אבער פארט עניני דיומא.
א מזרח'ניק האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א נטורי קרתא'ניק, נאך א הפטיגער וויכוח זאגט אים דער מזרחי'ניק: "באמת זעמיר ביידע מודה אז דער דגל הציוני איז א 'מכשיר מצוה', נאר די חילוק איז אז, איך האלט 'הנחה' עושה מצוה בעת די האלטסט 'הדלקה' עושה מצוה".
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:00 pm
דורך ווייל אזוי
איך טרעף היינט א חבר פרעג איך איהם וואס מאכסטו ? ענטפערט ער "חוץ לדרך הטבע"