בלאט 70 פון 110

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
יא ער האט איבער געלאזט משפחה

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:א פחד.
איבערגעלאזט א ערנסטע משפחה?
יהא זכרו ברוך

א קליינע משפחה, לויט ווי די מחנכים גיבן איבער זענען זיי גאנץ ערענסט

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
ער האט מייסד געווען די סאטמער מהר"יי כולל אין אנטווערפן און נושא בעול געווען צו דעקן די בודשעט.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 6:01 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ער איז א איידעם ביי מייערזאהן

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 6:14 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
א

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 7:32 pm
דורך אהבת ישראל
אוי הייליגער באשעפער עד מתי ??? וויטער א יונגע אלמנה מיט יונגע יתומים ...שיבולע המוות לנצח דער באשעפער זאל טרייסטען די אלמנה מיט די יונגע זיסע יתומיםלעך

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:38 pm
דורך קאווע טרינקער
רח"ל
ס'פארגייט די אפעטיט צו לעבן.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 12:31 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
קאווע טרינקער האט געשריבן:רח"ל
ס'פארגייט די אפעטיט צו לעבן.


געב אכטונג וואס די זאגסט

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:15 am
דורך ליפא
IMG_20150729_101350.jpg
IMG_20150729_101350.jpg (303.38 KiB) געזען געווארן 3778 מאל

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:49 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
בד''ה
אין שיכון סקווירא איז נפטר געווארן הרה''ח הישיש ר' מתתי' פריזעל ז''ל
דער אמאליגע מעיאר אין סקווירא

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:10 am
דורך פליקער
הישוש ר' ברוך יודא שניצלער דער פאטער פון ר' מאיר שניצלער און ר' שלום שניצלער, און שווער פון ר' משה פריעדמאן (גבאי).

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:29 am
דורך דריידל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:בד''ה
אין שיכון סקווירא איז נפטר געווארן הרה''ח הישיש ר' מתתי' פריזעל ז''ל
דער אמאליגע מעיאר אין סקווירא


ער איז געווען מעיאר ביז איצט. שפיצער איז די דעפיוטי מעיאר.

ר' מתתי' איז מסתמה שוין מעיאר פאר א פערציג-פיפציג יאר, אפשר גאר די לענגסטע פירענדע מעיאר אין גאנץ אמעריקא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:08 am
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:הישוש ר' ברוך יודא שניצלער דער פאטער פון ר' מאיר שניצלער און ר' שלום שניצלער, און שווער פון ר' משה פריעדמאן (גבאי).

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:10 am
דורך [NAMELESS]
.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:17 am
דורך סביב העולם
בילד

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:19 am
דורך סביב העולם
uploadfromtaptalk1438503555306.jpg
uploadfromtaptalk1438503555306.jpg (29.68 KiB) געזען געווארן 3409 מאל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:00 pm
דורך lazar
ווער איז דער מנחם פעלדמאן וואס איז נעכטן אוועק אין וומ"ס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:13 pm
דורך ליפא
lazar האט געשריבן:ווער איז דער מנחם פעלדמאן וואס איז נעכטן אוועק אין וומ"ס?

IMG-20150802-WA0029.jpg
IMG-20150802-WA0029.jpg (194.85 KiB) געזען געווארן 3235 מאל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:23 pm
דורך lazar
ווער איז דאס אבער?

ער איז געווען א אלטע בחור? חתונה געהאט? ער האט קינדער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
שבת קודש איז נפטר געווארן הזקן הישיש ר' מתתי פריזל ע"ה ראש העיר בקהילת סקווירא, ער איז געווען איש סודו ואיש פרטי פון די סקווירא רביים ווי זיי פלעגן זיך דורך רעדן מיט אים און געגאנגען שפאצירן הינדערטע אויף הינדערטע שעות, האבענדיג הנאה פון זיין גלייכע שכל און קליגשאפט, און אים גענוצט אויף צענדליגער שליחות'ער סיי פאליטישע און סיי פריוואטע. (אויב איך מאך נישט קיין טעות, פלעגט ער שפילן אויף די סטאקס פארן היינטיגע אדמו"ר)

ר' מאטיס איז געווען א ריכטיגע גאליסיאנע מיט אלע פיטשיווקעס. געווען א בעלזע חסיד געקניפט מיט סאנז און קאלעשיץ, געווען א דורכגעווייקטע חסיד מיט ספרי חסידות על לשונו אויב נישט עסקנות איז עס געווען תורה, נעבעך דורך געמאכט 6, יא זעקס קאנצענטראציע לאגערן און פארלוירן פאר זיינע אפענע אויגן אלע דרייצן געשוויסטער מיט טאטע מאמע...נאכן קריג אין די ד'פ' לאגערן האט אים דער דברי יציב מקלויזנבורג געזאגט: מתתי' די האסט נישט קיין טאטע און איך האב נישט קיין קינדער פון היינט און ווייטער בוזטו מיינס א קינד! (אפשר וואלט ער געקענט קלעימען א חלק און ירושת הראביסטווע...) ער האט טאקע געוואוינט אינעם ישיבה -צווישן צוויי הינדערט בחורים- צו זאמען מיט זיין פרוי...

ער האט גע'חתמ'עט מער ווי איין ערבות-שטאר -פארשטייט זיך נישט פון די נידריגע אלפים- וואס ער האט צום סוף באצאלט עד פרוטה אחרונה אנע צירוק מאנען פונעם שטעטל.

ר' יעקב יוסעלע האט אים טאקע באשטומט אלטץ מעיאר ווי ער האט געלייסטעט א געוואלד, פארשטייט זיך אנע פורסם זייענדיג קורץ און שארף נוסח פויליש... געווען איז עס ביי איינע פון די ערשטע קאדענציעס האבן מאנכע געוואלט לייגן א פיסל שטעלענדיג א קאמעפעטישן אויף די "קראון" פארטיי, האט ר' יעקב יוסעלע רעאגירט מיט שארפקייט: ווער עס וויל נישט מאטיס וויל נישט מיר! פארשטייט זיך אז דאס האט אים געגעבן ווידער-ערוויילונג עד יום מותו ווי ער האט אלטץ געווינען אלע 41 שטומען...

------------
און א מערקוועדיגן אנעקדאט; איז ער לכאורה געווען די לענגסטע און עלטסטע מעיאר און די פאראייניגטע שטאטן!

איך דענק ווען דער אלטער קאמאו איז געווען ביי איינע פון זיינע באזוכן איז ער געקומען מיט אן האמבורגער היטל אויפן קאפ זיך אנרופענדיג וועטלענדיג ביים ספיטש: איך טריי שוין יארן צו דערגיין די טריק וויאזוי מאטיס געלונגט צו געווינען די וואלן מאל איין מאל אויס... איך בין געקומען צום מסקנה אז דאס מיז זיין דער קאפעליטש וואס ער טראגט...
יעצט ווען דער היינטיגער קאמאו האט אפגעשטאטעט א באזוך איז ר' מאטיס געקומען אנטיילנעמען, מען האט אים ארויף געלייגט די פיאות אויפן אויערן עטוואס צוזאם געדרייט די בארד, אזוי ווי אין די אקטיווע יארן, ווען זיי האבן זיך באגעגענט איז עס געווען ווערדפול א בליק צו טון, זיי האבן זיך געהאלדזט "פאניע בראט" און צירוק געפירט א שמיעס אויף פערציג יאר צירוק...

גלייך פאר זיין פטירה האט ער אנגעזאגט אז תיכף ביי יציאת נשמה זאל מען גיין אנזאגען פארן בעלזער רב זצ"ל און פאר ר' יעקב יוסעלע זצ"ל אז זיי זאלן אים אפווארטן אויפן עולם האמת... זאל זיינע מעשים טובים מרובים זיין א מליצה ישרה פאר אים. אמן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:05 pm
דורך ליפא
lazar האט געשריבן:ווער איז דאס אבער?

ער איז געווען א אלטע בחור? חתונה געהאט? ער האט קינדער?

ער איז מיכאל שניצלער שוואגער' נאר דאס איך ווייס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:41 pm
דורך קרעקער
@YiddishNews
NY: Photos, Woman found dead on roof of building at 14 Ave x 52 Street in Boro Park, Chesed Shel Emes on scene

האט איינער מער אינפא?
ווי אזוי ווערן פרויען געהארגעט אויף דעכער אינמיטען ב"פ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:38 am
דורך ליפא
ליפא האט געשריבן:אן אמעריקאנער געבוירען אינגערמאן פון אנטווערפען איז אומגעקומען אין א עקסידענט אויף א שאסיי אין לוקסעמבורג.
יואל ב''ר ישראל טירנויער
הקובץ המצורף IMG-20150728-WA0030.jpg לא זמין יותר.

IMG_20150805_003354.jpg
IMG_20150805_003354.jpg (266.08 KiB) געזען געווארן 3368 מאל

IMG_20150805_003358.jpg
IMG_20150805_003358.jpg (350.73 KiB) געזען געווארן 3368 מאל

די נייע סידי יעצט ארויסגעקומען. יואל טירנויער ע''ה איז אין די מקהלה אנטווערפן.